בלאט 2 פון 2

Re: חסידות כהיום און אירע מעלות

נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אסאך פיינער נקודות, ייש"כ.
דער מימרא פונ'ם חזו"א גלויב איך נישט צופיל. ט מעשה'לע האט נישט בכח אפצוווענדען אזא מין פשטות. בפרט אז דער חזו"א איז דאך דער מ"ד פון אסאך מימרות וועגען די דמיונות פון הרב קוק, הגם אז ער האט געהאט דרך ארץ פאר זיין ת"ח'שאפט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 1:50 am
דורך אינטערסאנטער
געוואלדיג האט געשריבן:
ב) דאס איז מבטל אפיקורסות מסירות און ניאוף בפרהסיא.
לכאורה א בחינה ווי דיינו שמצילות אותנו מן החטא, און עס זעהט אויס ווי עס איז גענוג פאר איהם אז בפרהסיא איז די זאכן נישטא, דהיינו בהאלטענערהייט איז די זאכן יא געווען שוין בימיו, און היינט לאמיר זעהן צו די קליינע זאכן טוהט דאס יא אויף


עס איז קלאר אז אפילו די חציוניות'דיגע חלק פון חסידות וואס איז היינט איבערגעבליבן, דאס ראטעוועט פון ניאוף בפרהסיא.

גיב א קוק למשל וויאזוי עס גייט אין די וועלט וואס זענען נישט חסידים, די התנהגות פון די מענער שוהל און די ווייבער שוהל, און אפילו ביי די כלומפרשטע בני תורה וויאזוי זייערע שידוכים גייען צי, א גרויל און א עקל, וויאזוי זייערע שמחות גייען צי, די הנהגה ביי חסידישע אידן בדורינו אלה איז גאר אנדערש און הונדערט מאל מער הייליגער על כל פנים אפיציעל, דאס מיינט אז דאס ראטעוועט פון ניאוף בפרהסיא על כל פנים, ואכמ"ל.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 6:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין גרויל און עקל האט גארנישט מיט ניאוף. ס'איז א קולטורישע זאך צו וואס דו ביסט נישט איינגעוואוינט. דאס איז אזוי ווי זאגען 'דער קולטור ראטעוועט אז ס'זאל זיין א קולטור'

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 8:45 am
דורך גר ותושב
קוק אריין אין די מוסר ספרים וואס רעדן דערקעגן, אלע זאגן דאס האט יא מיט ניאוף.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 3:37 pm
דורך אינטערסאנטער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין גרויל און עקל האט גארנישט מיט ניאוף. ס'איז א קולטורישע זאך צו וואס דו ביסט נישט איינגעוואוינט. דאס איז אזוי ווי זאגען 'דער קולטור ראטעוועט אז ס'זאל זיין א קולטור'


ערלעדיגט, א דערהויבענעם קראצמעך (דיין קולטור)

Re: חסידות כהיום און אירע מעלות

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 3:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז השגת גבול. מיר האבען שוין אן אלט'ן עםהארץ וואס, ווען ער איז נישט פארנומען מיט סענדער דער דייטש, קען זיך באשעפטיגען מיט די צלם אין מיין הארץ. טרעף דיר אן אייגענע'ם גאנג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 3:48 pm
דורך נהורא נפישא
ליטוואק, די חברה האבן נישט קיין מושג וואס דו האסט געשריבן.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 5:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זארגט אייך נישט, ער וועט באלד אנקומען, איהם דארף מען נישט טעג'ן

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט וועט ער שוין קענען רעדן פון אלץ און אלעמען אויפאמאל...

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער האט עס געמאכט 'קלאסיש', ער האט עס געטוהן ערגעץ אנדעריש.