בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:32 am
דורך הקטן
נהורא נפישא האט געשריבן:איבער דעם תוס', לערנט'זשע אפ די גמרא און זאג מיר ווי דו זעהסט דאס.

נהורא נפישא האט געשריבן:די גמרא ברענגט בהמשך צו, נאך אמוראים וואס האבן גענומען קרעדיט.


וואו זעסטטו און די גמרא אדער איו רש"י אז זיי האבן גענימען קערדיט
זייט ווען איז אמר=גענימען קרעדיט

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:37 am
דורך הקטן
געוואלדיג האט געשריבן:און ביי אזא שטאראקע פאטש איז מען מעניש מיט מיתה און יעדער נעמט קרעדיט.

זעה חזן איש

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:43 am
דורך געוואלדיג
[tag]שמערל[/tag] דו מאכסט די זעלבע טעות ווי דער ליטוואק, שטייט נישט אין גמ' אז ער האט געוואלט האבן מאנאפאל אדער סיי וואס, ס"ה איז ער געקומען מיט א שיף פון טייטלען צו פארקויפן, און אויב וואלט ער געווען א ת"ח וואלט דער ריש גלותא מצידו איהם געגעבן די מאנאפאל, אבער ער מצידו האט זיך קיינמאל פארגעשטעלט אלס א ת"ח און קיינמאל געפאדערט עפעס לכבוד דעם.

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט דער מאנאפאל. מ'וואלט אפגעשטעלט אנדערע ביז ער פארקויפט זיינס וואס ער האט שוין געהאט געברענגט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:57 am
דורך שמערל
אויב האט ער בכלל נישט ערווארטעט אז מ'זאל אים העלפן פארקויפן, פארוואס איז ער געווען ברוגז? און פארוואס האט ער למעשה נישט געקענט פארקויפן זיינע פייגן אויפן פרייען מארקעט, פארוואס האט ער דערלייגט?
על כרחך אז זיין גאנצע ביז עס פלאן איז געווען צו פארדינען נאר ווייל אלס תלמוד חכם וועט ער קענען פארקויפן פאר טייער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:03 pm
דורך געוואלדיג
ער האט ערווארטעט צו פארקויפן ווי יעדעם, ער איז געווען פארשעמט אויף די באליידיגונג פון טפח ליה בסנדליה, רב אדא הכהו לרב דימי על סנדלו דרך שחוק, כשם שמכים למי שאינו חשוב.

Re: א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:30 pm
דורך שמערל
לא נקטו ליה שוקא, פסיד גרוגרות דידיה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:32 pm
דורך געוואלדיג
אבער נישט צוליב דעם איז ער געווען באליידיגט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 7:41 pm
דורך נהורא נפישא
די מעשה אזוי ווי ס'שטייט און גייט קוקט נישט אויס מענטשליך, מ'קען אדער האבן קשיות אויף יעדן פון זיי, אדער אויספיקן איינעם און מאכן פאר די villain ממילא טוט דאס פארענטפערן דעם קעגנער, זע איך אז ליטוואק וויל טענה'ן אז רב דימי האט זיך אהערגעשטעלט ווי א רשכבה"ג, ממילא האט רב אדא אים גוט באליידיגט ווי ס'באדארף צו זיין, אלזא מענטשליכקייט זעה איך נישט דא, אבער ווי ס'ווייזט אויס אז נישט אונזער פארשטאנד אויף מענטשליכקייט דיקטירט ביי תלמידי חכמים, נאר עפעס א באזונדערע תורה'דיגע הגדרה פון מדות טובות, איך גלייב נישט אין דעם איך גלויב אז מדות איז אין אלגעמיין אוניווערסאל (אוודאי איז דא פארשידענהייטן וויאזוי מכריע צו זיין מיט פארשידענע שיקולים אין פארשידענע אומשטענדן ועיין ברע"ב ריש מס' אבות) און ווען די גמרא זאגט אז שיהא שם שמים מתאהב על ידיך רעדט מען דאך צום המון עם וואס ווייסט נישט פון תורה'דיגע מדות, אלזא הרב ליטוואק האלט אז אין אזא פאל האט ער אים געדארפט פאטשן און באליידיגן, איך גלויב נאר נישט אז ר' ישראל סאלאנטער וואלט אזוי געטאן, איך זעה אויך נישט אז מ'זאל עפעס שטאלצירן מיט אזעלכע מעשיות, די שאלה בלייבט נאר אז רב דימי איז דאך אויך געווען א אדם גדול און מיט וואספארא רעכט קענסטו אים פארשווארצן.
ליטוואק איז עפעס נישט צופרידן מיט די כלל אז אויף א צדיק פרעגט מען נישט קיין קשיות, מורינו ר' שמערל איז מסופק דערין וזל"ק אויב קען מען אנאליזירן אמוראים ע"כ, אבער צום סוף בלייבן מיר אלס מיט די זעלבע שוועריגקייטן, הרב ליטוואק איך בין נאר נייגעריק אז אויב די מעשה פון ר' דוד'ל דינובער וואלט געשטאנען אין די גמרא גענוי ווי איך האב עס אפגעשריבן האסטו ווען עפעס א לימוד זכות אויף די אלע צדיקים, אדער די גלויבסט נישט אז מ'קען טרעפן אזא סארט פאסירונג אין די גמרא, הקטן טענה'ט אז ס'פאסט זיך דוקא נישט אריין אין די ווערטער אז יעדער האט גענומען קרעדיט, נאר אז זיי האבן סתם געזאגט, אויב אזוי וואס איז געווען זייער מאטיוו פארן דאס זאגן, קלערסט אז תוס' התנצלות ליגט שטארק אין פשט ? און פארוואס טאקע שווייגט רש"י, איז ער צופרידן מיט די מעשה וויאזוי ס'שטייט ?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:30 pm
דורך הקטן
וואס גענוי מיינט "אויף א צדיק פרעגט מען נישט קיין קשיות"?
מען טאר נישט פרעגן?
ס'איז נישט שיין צו פרעגן?
ס'מאכט נישט קיין סענס צי פרעגן?
פארוואס טאקע נישט?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 8:56 pm
דורך נהורא נפישא
דאס איז אמאל זיכער אז לויט די חרדי'שע השקפה זענען אלע גדולי וצדיקי האומה, אישי התנ"ך, חכמי המשנה והתלמוד, נישט קיין מענטשן וואס מיר קענען פארשטיין און פסיכאנאלאזירן, איך מיין אז דאס איז דא אנגענומענע מיינונג ביי חרדים, כאטש ס'איז לאו דוקא די טראדיציאנאלע מיינונג, מקורות צו די מיינונג קען מען שוין טרעפן אין חז"ל, אלזא, וואס דאס מיינט איז פשוט מיר זענען נישט בכח צו קריטיקירן אדער שטעלן פראגען בנוגע די אישיות פון די צדיקים ווייל מיר קענען זיי בכלל נישט משיג זיין, לדוגמא קען זיין אז א צדיק טוט עפעס וואס פאר צוקוקער קוקט דאס אויס מאדנע, שלעכט, אבער מיר ווייסן נישט די צדיק'ס כוונות דערביי, אפשר זעט ער עפעס וואס אונז זעען מיר נישט, בעיסיקלי ווען א צדיק טוט עפעס וואס קוקט אויס צו זיין אומריכטיג, איז דאס מחמת קוצר המשיג, ס'איז זיכער אז ס'איז אלעס בצדק נאר מיר זענען דאס נישט משיג.