בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:22 pm
דורך אייז קריעם
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:כ׳זאג אייביג אז די פערדרייטע פשט׳לעל און ווערטלעך אויף פסוקי התורה אדער מאמרי חז״ל, קען אפילו אן איש פשוט (און ווייניגער) מאכן. מ׳ווערט קיין צדיק, רבי אדער ערליכע איד דזשאסט ביקאוז מ׳איז גענוג טאלאנטפול צו זאגן שאלעשידעס ׳תורה׳.
אדנירם איז א געלונגענער מאן בליעה״ר און כ׳שפעקוליר אז דאס איז דער מעסעדזש וואס ר׳וויל אונז זא׳מיר בעקומען.
כעוורע וועקטס אייך אויף! עורו ישנים משנתכם.
אדנירם, קאל האקאוואוד.

ווער זאגט אז הרב משזר איז ניט קיין רבי ערגעץ וואס זאגט שאלעשידעס תורה'ס?
אלענפאלס ענדזשוי יור פיצא מיט טאפינגס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 2:13 pm
דורך שמעלקא'לע
איך וועל בכלל נישט זיין געשאקט אז דער חיבור וועט פארטיילט ווערן צווישן תענית עסט-ער און פורים דורך אאאאאאלע פיצא מארקעט'ס אין ניו יארק והגלילות. אבער אויף אזעלכע שאלעשידעס תורות ווער האט נערוון? שאלעשידעס איז דאך א זמן ווען ס'מאגן נאגט און בייסט אויף אלע זייטן פון גרויס אנגעלייגעניש, און דאס אז עס גיבט אריין אפעטיט פאר מוצאי שבת איז דאך א רעכטן הכנה משבת לחול...

Re: אילין רזין דפיצאי...

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 5:37 pm
דורך מי אני
אדנירם האט געשריבן:
ונרמז הענין בתיבת 'פיצא' עצמה, דבמערבא קרי לה 'פיצה'.

ואולי אפשר להוסיף קצת, אז אונז טרעפן מיר שוין אויך אז אין תלמוד ירושלמי [ארץ ישראל] טוישט מען פון ר׳ ״עקיבא״ [מיט אן א] צו ר׳ ״עקיבה״ [מיט א ה], אזויווי פון ״פיצא״ צו ״פיצה״. און די חיד״א זאגט נאך בשם רבינו יצחק האור זרוע (שם הגדולים, חלק גדולים מערכת י) אז (תהלים צז יא) או׳ר זרו׳ע לצדי׳ק ולישר׳י ל׳ב שמח׳ה איז ס״ת ״עקיבה״ ע״ש. און ס׳איז ידוע (אין די יוה״כ מחזורים נאך תפלת זכה) אז או׳ר זרו׳ע לצדי׳ק איז ס״ת ״קרע״, און ולישר׳י ל׳ב שמח׳ה זענען די ס״ת עולה כמנין ״טוב״. יעצט, אז מ׳צורייסט אין האלב דעם מספר ״טוב״ [קרע טוב] קומט מען אן צו אכט גאנצע slices (מיט א האלב, שוין)...


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 3:56 pm
דורך הוגה
ירח בן יומו האט געשריבן:ר' שמואל מונקעס זצ"ל א תלמיד פון דער הייליגער בעל התניא זצ"ל האט אמאל אנגעטראפן א מתנגד, און דער מתנגד טוט זיך אויף פאר איהם אז ער גרייט זיך צו פארן צום בעל התניא, אויף די פראגע פון ר' שמואל וואס זיכט ער ביי דער בעל התניא האט דער מתנגד געענפערט אז ער גייט 'פארהערן' דעם בעל התניא קבלה...

זאגט איהם ר' שמואל אז ממש לעצטנס איז איהם שווער געווען א שטיקל אין 'קבלה' און אז איר פארט שוין פרעגן אין קבלה זאלט איר אויך פארלייגן די שטיקל 'קבלה' פאר דעם בעל התניא און הערן פון איהם א פשט, און ר' שמואל לייגט איהם פאר די שטיקל "מי שהיה מפוזר ומפורד ונעשה דבוק עד שבא בבחינת עגול גדול ונמשך ממנו קוין קוין ובא בבחינת תלתא קרנתא ונקודה קטנה באמצע ובהתגלות יסוד המים ויסוד האש נגמר ונעשה טוב" ע"כ. דער מתנגד איז זייער געפאלן די שטיקל קלערנדיג אז דער בעל התניא וועט זיכער נישט וויסן פשט אין אזא קאמפליצירטע שטיקל קבלה, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.

אנקומענדיג צום הייליגע בעל התניא האט ער פארגעלייגט דעם 'פליאה'דיגע שטיקל קבלה', דער בעל התניא הערט אויס און ענפערט איהם "דאס איז א קרעפל"... און פשט איז אזוי "מי שהיה מפוזר ומפורד" מעהל און וואסער איז געווען אפגעטיילט "ונעשה דבוק" מ'האט עס אויסגעמישט אז ס'איז געווארן איין טייג "עד שבא בבחינת עגול גדול" מ'האט עס אויסגעוועלגערט ביז עס איז געווארן א גרויסע רונדיגע טייג "ונמשך ממנו קוין קוין ובא בבחינת תלתא קרנתא" מ'האט געשניטן גלייכע ליניעס אין די טייג און עס איז געווארן דרייעקיגע שטיקלעך "ונקודה קטנה באמצע" מיט א שטיקל פלייש אינדערמיט "ובהתגלות יסוד המים ויסוד האש נגמר ונעשה טוב" און ווען מ'באקט עס אפ ווערט עס א פיינע קרעפל...
[/quote]

עס איז מיר היינט איינגעפאלן אז פון דער מעשה איז אולי ארויסגעקומען דעם פתגם העולם "שנייד די קרעפלאך".


.