בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 2:18 pm
דורך מור וקציעה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:חלילה אהין, חלילה אהער. ער האט אן ענין געהאט אזוי צוטוהן, וכן אני נוהג. עכ"פ פארציילען די מעשה פיהר איך.



נו @ליטוואק איז פארציילזשע ביטע פאר אונז אויכעט די צאנזע מעשה, ווייל מיר האבן ניקסט געהערט דערפון, אין די הגדה פון פון יוסל אשכנזי און מחזור דברי יואל פון אברהם דוד לויפער מיט די הגהות פון הר' מנשה פיליפ און י''ג אורות פון פשעווארסק אשר מפיהם אנו חיים האב איך די מעשה נישט געזען

וידוע מה שאמרו ריש פרק חלק
אמר רב יהודה אמר רב כל המונע הלכה מפי תלמיד כאילו גוזלו מנחלת אבותיו שנאמר (דברים לג) תורה צוה לנו משה מורשה קהילת יעקב מורשה היא לכל ישראל מששת ימי בראשית אמר רב חנא בר ביזנא אמר רבי שמעון חסידא כל המונע הלכה מפי תלמיד אפילו עוברין שבמעי אמו מקללין אותו שנאמר (משלי יא) מונע בר ... ואם למדו מה שכרו אמר רבא אמר רב ששת זוכה לברכות כיוסף שנאמר (משלי יא) וברכה לראש משביר ואין משביר אלא יוסף שנאמר (בראשית מב) ויוסף הוא המשביר

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 2:22 pm
דורך נהורא נפישא
בכלל מרעד איבער חסידים, איבער א שינוי אין פראקטישן לעבן, דוכט זיך אז ס'קומט אפילו נישט נאנט צו די בריסקער קרייז וואס פירן א מאדנעם אנגעצויגענעם לעבנסשטייגער, געבויעט אויף א הנחה אז יעדע מצוה אין די תורה, אז מ'לערנט איר כפי הבנת בריסק איז דאך דאס אוממעגליך מקיים צו זיין, נו אז א איד קען נישט מקיים זיין א מצוה, זאל ער נישט זיין אנגעצויגן?

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 2:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין י"ג אורות שטייט עס יא. דער צאנזער רב פלעגט עפעס טרעפען נישט אין דער ארדנונג יעדער ער"פ און זיך גערעגט דערויף. איינמאל האט דער גארליצער רב אלס ערלעדיגט הונדרעט פערצענט און דער.צאנזער רב האט נישט געהאט אויף וואס זיך צו רעגען. האט ער זיך גערעגט אויף דאס גופא "הלמאי מ'האט גארנישט אויסגעלאזט?!"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:01 pm
דורך מור וקציעה
איך האב מורא אז @ליטוואק איז נאך נישט בקיא בשבילי דרקיע

ער ברענגט טאקע דארט אזא מעשה אבער אויף ליל ב' דסוכות ווי נהורא האט שוין ערווענט

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:18 pm
דורך ביליג
מיין שכן איז א פרימשלאנע אייניקל דארט איז דא א תרי"ג חמרות אויף פסח
איינס געדענק איך יעצט
אז ער האט צוויי פאר שיך איינס פאר די גאס און איין פאר די היים

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 12:36 pm
דורך יחיאל יעקבזון
אה... חומרות אום פסח... יא, יא, די יום טוב פון די OCD ליידענדע.
הערט זיך גוט איין: ושמחת בחגך איז א דאורייתא, און כאטש אז ס׳דא אזעלכע וואס דערפרייען זיך ביז גאהר ווען זיי קענען אבסעסן איבער ׳ענינים׳ (זאכן וואס האבן קיין זין...) און זיך רעגן און שרייען איבער סיי וואס, איז דאך סוכ״ס אין מקרא יוצא מידי פשוטו וואס חז״ל האבן אונז געלערנט.

חמץ איז טאקע אסור במשהו, אבער נישט יעדער משהו איז חמץ ודו״ק.

כל הכועס כאילו עובד ע״ז און סיידן וועלכע חומרא און ק״ו סתם אבסעסיע ווערט בודאי נדחה צוליעב דעם. און ווי שוין פריער דערמאנט דורך אנדערע ניקס דעם קאבאליסטישן געדאנק פון כעס איז חמץ.

ווילסט מחמיר זיין? זיי מחמיר אין עונג יום טוב: קויף דיין בני בית א שיינעם בגד אויף יום טוב און העלף ארויס אין שטוב מאכן פסח׳דיג אז זי זאל קענען קומען צום סדר מיט א שיינעדיגע אויסגערוהטע געזיכט אזויווי ס׳פאסט פאר א בת ישראל — א קעניגן; נישט ווי א שפחה כנענית.

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 12:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אלס קינד האב איך געהערט וועגען א נייעם קולא וואס מ'האט ערפינדען אין בני ברק לכבוד יו"ט.

ס'איז למעשה געווען א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה, און מ'האט עס מבטל געווען....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 2:13 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:ריכטיג ר' חיים איז געווען א צוגעלאזענער און גוטמוטיגער מענטש, ר'וועלוול איז געווען זייער אן אנגעצויגענער, וכן נוהגים אחריו בניו הרבנים, וכל הבריסקערס.

נהורא נפישא: די גאנצע בריסקער שיטה, (זאלל זיין געזונט) איז א שיטה פון אנגעצויגנקייט. שמעקט מיט או.סי. די...!

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 2:17 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין י"ג אורות שטייט עס יא. דער צאנזער רב פלעגט עפעס טרעפען נישט אין דער ארדנונג יעדער ער"פ און זיך גערעגט דערויף. איינמאל האט דער גארליצער רב אלס ערלעדיגט הונדרעט פערצענט און דער.צאנזער רב האט נישט געהאט אויף וואס זיך צו רעגען. האט ער זיך גערעגט אויף דאס גופא "הלמאי מ'האט גארנישט אויסגעלאזט?!"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דאס לשון איז א ביסל אנדערש. דער גארליצער רב האטציך געפריידט אז ער האט אלעס ערלעדיגט עצהיו"ט און דער טאטע האט נישט געהאט אויף וואס זיך צו רעגן. האטציך דער צאנזער רב אנגערופן..." דו מיינסט אז איך האב נישט געהאט אויף וואס זיך צו רעיגן...נאר כ'האב מיך איינגעהאלטן"...!

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 4:05 pm
דורך מור וקציעה
גירושין בגלל קטניות? • משפטנים: פסח – החג המתוח ביותר בישראל

ליל הסדר אמור להיות הרגע בו כל משפחה בישראל מתאחדת סביב שולחן החג אלא שלדברי משפטנים, חג הפסח הוא דווקא המועד שסביבו פורצות המריבות המשפחתיות הסוערות ביותר • על מה רבים?

שייע קליין ה' ניסן התשע"ו / 13.04.2016 17:55

ליל הסדר, אמור להיות הרגע בו כל משפחה בישראל מתאחדת סביב שולחן החג לערב שמח וביתי. אך לדברי משפטנים, חג הפסח הוא דווקא המועד שסביבו פורצות המריבות המשפחתיות הסוערות ביותר, ובו גם מתגלים הבקיעים החמורים בזוגיות ובמשפחתיות.

לא חסרות גם דילמות קשות, בעיקר אם המעורבים הם זוגות גרושים, או ממש לקראת גירושין.

לדברי עו"ד מיקי שיפמן, העוסק בדיני משפחה, מתיחויות רבות נוצרות סביב העזרה בהכנות לחג, בוויכוח התמידי אצל מי עושים השנה את הסדר, ובשוני בין מסורות ישראל, בעיקר סביב כשרות ואכילת קטניות. ...

לדבריו, לא חולף חג פסח אחד שלאחריו לא מגיעים למשרדו לפחות גבר או אישה אחת סביב סכסוך אותו הוא מכנה 'גירושי קטניות'.

מסתבר שזוגות דתיים ושומרי מסורת רבים, בעיקר כשהבעל בהם אשכנזי והאישה מזרחית, גולשים פעם אחר פעם למריבות סביב אכילת קטניות.

לדברי עו"ד שיפמן, על פי המסורת, כאשר בני הזוג הם בני עדות שונות, שלהן מנהגים שונים, ההלכה קובעת כי יש ללכת על פי עדת הבעל. חרף כך, זוגות דתיים רבים מבלים את החג פעם אצל משפחת האב, ופעם אצל שולחנה של החותנת. לדבריו, מריבות רבות פורצות דווקא על רקע זה, כאשר הבעל מסרב ללכת לסדר אצל הורי האישה, "מפני שאוכלים שם קטניות" – וכך נוצר משבר משפחתי שלעיתים מוביל לגירושין. ...
http://www.ch10.co.il/news/273327/#.Vw6kiuArLnA

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 4:25 pm
דורך הגיון
וואס איז די טעם פון נישט עסן קנאבל אום פסח?
די 18 מינוטיגער זמן ביז עס ווערט חמץ, איז דאס באשטעטיגט געווארן דורך די סייענטיסטן אז נאך 18 מינוט ווערט דאס חמץ?

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 5:01 pm
דורך דעת תורה
סייענטיסטן האבן נישט וואס צו באשטעטיגן, חמץ איז חמץ אפילו פאר אכצן מינוט, נאך 18 מינוט האט מען חושש געווען אז אפילו מען זעט נישט קיין סימני חימוץ, איז עס שוין נתחמץ געווארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 5:03 pm
דורך ליפא
דאן ווען ווערט עס טאקע חמץ?

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:15 pm
דורך יהושע חיים
בילד

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער פמ"ג ברענגט אז מ'האט חושש געווען פון זילוף חמץ אויף קנאבעל. פארוואס דארף מען היינט חושד זיין? ווייס איך נישט. איך קען נישט קיין מקור אז מ'דארף ווייטער חושד זיין אלטע חששות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:44 pm
דורך וואלווי
דעת תורה האט געשריבן:סייענטיסטן האבן נישט וואס צו באשטעטיגן, חמץ איז חמץ אפילו פאר אכצן מינוט, נאך 18 מינוט האט מען חושש געווען אז אפילו מען זעט נישט קיין סימני חימוץ, איז עס שוין נתחמץ געווארן.

אבער דאס איז אויך נאר אויב מ'האט זיך נישט מתעסק געווען מיט די טייג

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:46 pm
דורך דעת תורה
ליפא האט געשריבן:דאן ווען ווערט עס טאקע חמץ?

ווען עס ווערט נתחמץ, עס איז דא פארשידענע שיעורים און גדרים, און כמה שיטות בדבר. עיין פרק אלו עוברין באריכות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:22 pm
דורך נהורא נפישא
נישט ממש אזוי, די שיעור פון אכצן מינוט, אדער בעסער געזאגט א מיל, איז נישט דערפאר ווייל דערנאך איז עס זיכער חמץ, נאר מ'רעכענט דאס אלץ חמץ היות מ'רעדט דא פון א בצק החרש, וואס מ'קען נישט פעסטשטעלן צו ס'איז חמץ, דערפאר פון א שיעור מיל דארף מען חושש זיין, הגם הלכה'דיג וועט עס לכאורה נישט פאררעכענט אלס א ספיקא דאורייתא, נאר אלס א וודאי. אבער א טייג וואס איז נישט אין כלל פון א בצק החרש, קען מעיקרא דדינא, מדין התלמוד, פארביי גיין שעות און נישט ווערן פאררעכענט אלס חמץ ביזווילאנג עס ווערט געזעהן סימני חימוץ, די צרה איז נאר אז די פירוש פון בצק החרש איז זייער פארנעפעלט און שווער צוציפאסן צום מציאות, וואס דאס מאכט אז מ'זאל מוזן באטראכטן יעדע טייג ווי א בצק החרש וואס נאך א שיעור מיל רעכענט מען דאס אלס חמץ.
ולעצם הענין, אוודאי איז חמץ א מציאותדיגע הגדרה וואס ווייזט סימנים, אין הלכה רעדט מען דאך פון תיפוח, אויפבלאזן, די טייג ווערט אויפגעבלאזן דורך פירמענטעשאן, די זעלבע ווי ביי וויין אין קעז. בקיצור נמרץ, יעדע סטארש וואס קומט אין בארירונג פון וואסער ברענגט אז מייקראבס זאלן זיך מיט די צייט זעצן און אנהויבן עסן די סטארטש און זיי טוען דאס קאנווערטן צו קארבאן דייאקסייד גאז וואז דאס הייבט די טייג. במציאות נעמט אזא פראצעס, אז מ'זאל באמערקן די אויפבלאזונג לכה"פ עטליכע טעג, דערפאר אמאל פלעגט מען מאכן א טייג און לאזן זיצן פאר זייער א לאנגע צייט ביז ס'איז גענצליך פארוואנדלט געווארן פאר ייעסט, וואס דאס זענען די מייקראבס וואס פארוואנדלן די סטארטש אין קארבאן דייאקסייד, און פון דעם האט מען געקענט נעמן אביסל צו מאכן אויפבלאזן געווענליכע טייג, דאס איז שאור. דערנאך די טייג אין וואס מ'האט אריינגעלייגט די שאור דאס איז חמץ, למעשה איז אין הלכה נשתלשל געווארן אז אפילו טייג וואס שטייט פאר א קורצע צייט און מ'זעהט אז ס'האט אביסעלע געבלאזן, כאטש ס'ווייט נישט גענוג אז ס'זאל זיין אינטערסאנט פארן בעקער, אא"וו די בעקער וויל ס'זאל זיך אויפבלאזן הונדרעט מאל אזויפיל, פונדעסטוועגן ווערט דאס פאררעכענט אלס חמץ.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:46 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פמ"ג ברענגט אז מ'האט חושש געווען פון זילוף חמץ אויף קנאבעל. פארוואס דארף מען היינט חושד זיין? ווייס איך נישט. איך קען נישט קיין מקור אז מ'דארף ווייטער חושד זיין אלטע חששות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

חת"ס יו"ד סי' קז הידוע

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:18 pm
דורך דעת תורה
נהורא דו זאגסט מיט עפעס אנדערש ווי איך?

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:17 pm
דורך ירא שמים
בן אדם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פמ"ג ברענגט אז מ'האט חושש געווען פון זילוף חמץ אויף קנאבעל. פארוואס דארף מען היינט חושד זיין? ווייס איך נישט. איך קען נישט קיין מקור אז מ'דארף ווייטער חושד זיין אלטע חששות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

חת"ס יו"ד סי' קז הידוע
ווער האט געזאגט אז מ׳דארף׳?!

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:20 pm
דורך יהושע חיים
דער פמ"ג זאגט אז עס האט נישט קיין מקור און מען זאל נישט מקיל זיין פאר אן עם הארץ אבער א ת"ח בצנעה קען מקיל זיין

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער חת"ס זאגט, אויב עפעס, פארקערט. נאר ווייל חלב עכו"ם איז א דבר הנאסר במנין, גייט מען נישט נאך די טעם התקנה. אבער ווען מ'איז אויף עפעס חושש, זעי איך נישט קיין מקור פאר'ן נישט טוהן ווען דער חשש איז שוין נישט דא.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk