פאר אלעם, וויל איך דערמאנען אז דער פלאץ איז א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען, געוויסע ניקס רעדן דא זייער שטעכעדיג און צו סארקאסטיש, און מיט דעם פרובירט מען באזיגן דעם צד השני. ביטע רעדן מיט רעספעקט איינער צום צווייטן, און לאזט יעדן האבן זיי רעכט צו האלטן וואס ער וויל.
יעצט מיינע הערות:
דעת תורה האט געשריבן:יא, מיר וואונדערט פשוט אויף דיר וויאזוי דו טראסט דיין החלטה אין זאכן וואס דו האסט נישט קיין שמץ מושג? וואלסטו געבויט א בריק - אדער געטוישט א חלק פון די געבוי - ווייל דו (מיט זערא נאולעזש אין ענזשינירונג, בלויז דער ספעציפישער חלק האסטו געטראפן סייטס אנליין וואס האבן דיר געוויזן וויאזוי עס צו 'דורכטון' און מאכן מסקנות) האסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה אז מ'ברויך אזוי טון? סתם נייגעריג
לאמיך דיר פרעגן, דעת תורה. דיין משל אבער מער אויף א פאסיגן אופן.
שטעל דיר פאר אינזשענירן בויען א גרויסן בריק העכער א סכנה'דיגן וואסער (וליתר שאת קענסטו צולייגן אז זיי באקומען 50 פראצענט פון יעדן דאלער טאלל וואס די דרייווערס צאלן...) די אינזשענירן טענה'ן חי וקיים אז די בריק איז זייער פארזיכערט.
אבער עס איז פאראן א צווייטע צד, צד ב', אויכעט געלערנטע אינזשענירן. זיי האבן געטון זייער ריסוירטש, און שרייען אז דער אופן וויאזוי דער בריק איז געבויעט איז זייער סכנה'דיג, און אזעלכע סארט בריקן האט שוין אסאך אומגליקן גורם געווען. אבער צד א' קעמפט אקעגן זיי מיט ציין און נעגל און רופט זיי אן קאנספיראציע טעאריקער. וואלסטו געווען רואיג צו פארן אויף דעם בריק? אדער שיקן דיינע קינדער? אדער וואלסטו זיך בעסער נאכגעפרעגט איידער דו טוסט אזא שריט?
וואס כ'מיין צו זאגן, הרב @געוואלדיג וכל הפשוטים עמו האבן נישט אליינס מחליט געווען אז ס'איז נישט גוט, אקעגן די געלערנטע דאקטוירים און סייענטיסטן; בכלל נישט. ער האט לצדו טויזענטער געלערנטע דאקטוירים וואס זענען אויסגעשפראכן אקעגן וואקסינען, און זיי זעלבסט וועלן דאס נישט געבן פאר זייערע קינדער. פארוואס אויב איינער האלט נישט ווי די מעינסטריעם שיטה איז ער פלוצלינג אן "אויבער-חכם"?
אין תוך גערעדט, קען מען דען טאקע טראסטן יעדן דאקטאר? פארוואס האבן מיר אזויפיל רפואה העלפ-ליינ'ס ביי יעדע מחלה זיך אדורכצושמועסן וועלכע איז דער בעסטער דאקטאר? פארוואס נעמעט מען א סעקאנד און א טוירד אפיניאן בעפאר ערנסטע פראצעדורן? גיי צום ערשטן דאקטאר, ער האט דאך זיכער געטון זיין ריסורטש, ער האט דאך א דעגרי, נעם אן זיין דעה און טוה וואס ער זאגט דיר!! אה, דאס שוין נישט! ווען ס'קומט צו דיין אייגענע הויט ציטערסטו ווי א פיש, ביסט אין פעקל, דעמאלס וועלסטו שוין יא וועלן טון "אייגענע ריסורטש", צי אנליין, צי בוכער, צי פרעגן אנדערע מבינים..
און לאמיר קלאר מאכן, ריסורטש מיינט נישט טעסטן אויף מייזעלעך און לאבאטאריס. מען מיינט ליינען דערוועגן, זיך נאכפרעגן, און זיין אינפארמירט פון אלע צדדים, די מעלות און חסרונות, און וואס וועגט איבער.
עדיאל האט געשריבן:זאגסט דו האסט געמאכט "רעסוירטש". מיינסט אודאי צוזאגן האסט געליינט בלעטער ווי איינער שרייבט וואס זיין אדער איר מיינונג איז נאכדעם וואס ער אדער זי האט געליינט שטודיעס און אויסגעטייטשט לויט זיינע אדער אירע אנשויאונגען. רעסוירטש מאכט מען נישט אויפן געוועב. רעסוירטש מאכט מען אויף מייזעלעך, און לאנגע דורכדרינגליכע שטודיעס אויף מענטשן. דו קענסט נישט מאכן דיין אייגענע רעסוירטש. דו קענסט בסך הכל ליינען די החלטות פון עקספערטן און "עקספערטן" אויף שטודיעס וואס דו אליינס ביסט נישט קוואליפיצירט אויסצוטייטשן. ווען דו באשליסט וועמען צו גלייבן ביסטו סוביעקטיוו און באיינפלוסט פון א שרייבער'ס איבערצייגונג, און נישט פון אביעקטיווע אויסטייטש פון דאטא.
אונז פשוטע אידן קענען באמת נישט וויסן דעם אמת. ווער ס'האלט ער פארשטייט איז א בעל גאוה און אן אויבער חכם פונעם צווייטן סארט. ס'טויג צו מאכן די אייגענע ריסוירטש ווען דיין מעכאניקער זאג דיר אכט הונדערט צו פאריכטן דיין אויטא. גיי שאפ ארום. גיי ליין וואס אנדערע מעכאניקער זאגן. זיי ווייסן. זיי זענען מעכאניקער. אין זאכן וואו אונז קליינע מענטשן פארשטיין נישט, אפילו אונזערע דאקטורים פארשטיין נישט, האבן מיר נישט קיין ברירה נאר פאלגן די CDC עקספערטן.
די זעלבע זאך ביי א מעקעניק. אז עס קאסט דיר 2 טויזענט דאלער צו פאררעכטן דיין קאר און דו האסט א ספק צי יענער איז גערעכט, וועסטו נישט גיין טון ריסורטש און פרעגן אנדערע מעכאניקער? דאס מיינט טון ריסורטש, כנ"ל.
קוקטס אהער, אלמלי די מעדיצינישע וועלט וואלט געווען קראנט, וואלט מען געקענט הערן ענקערע טענות. פאקט איז אבער, אז מען האט זיך שוין אומצאליגע מאל איבערצייגט אז די גרעסטע מבינים און סייענטיסטן מיט יארן פארשונגען און ריסורטש זענען געבליבן חוזק, און נייערע דאקטוירים האבן געטראפן נייערע געפינסן און אפגעוואנדן אלע טעאריעס פון די פריערדיגע חכמים, און געמאכט זייערע ערפינדונגען צו אש און פארעך. עס פעלט נישט קיין משלים, צי איז עס מיט די דייעט, יא פעטנס אדער נישט, וויפיל מאל האט שוין די רעגירונג אליין געטוישט זייער מיינד, וויפיל מעדיצינען האט מעען געמיינט עס העלפט און די FDA האט עס אפילו אפראווט, און שפעטער האט מען געזען שוידערליכע קראנסעקווענצן און עס האבן זיך אנגעהויבן לאוסוטס אקעגן זיי.
די זעלבע זאך איז מיט דענטיסט און אנדערע מעדיצינישע עקספערטן. מאן יימר אז אין צען יאר ארום וועט מען נישט געוואויר ווערן אז די וואקסינען זענען זייער שעדליך?
אונטערשטע שורה – א קלוגער מענטש פרעגט יא, און גלייבט נישט בלינד די דאקטוירים, וואס אסאך פון זיי זענען אויסגעשפראכן אקעגן נאטורליכע מיטלען, מען שטאפט אריין מעדיצינען ווי אימער מען קען, הגם נישט אלע. חז"ל זאגן טוב שברופאים לגיהנם פאר א סיבה... זיי מיינען נישט אלץ דיין טובה.
איך נעם נישט קיין צד דא, איך זאג נאר אז מען זאל אננעמען די אפיניאן פון די דאקטוירים מיט א גרעין אויף זאלץ, און אויב איז מען מסופק אין זייערע ווערטער איז מען נאך נישט קיין אפיקורס און מען פארדינט נישט צו ווערן נידון בצואה רותחת, אדרבה, מען דארף זיך נאכפרעגן.
--------
געוואלדיג האקט, בסגנון אחד...