בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 3:20 pm
דורך moshav zekeinim
אנדערע רופן עס קלוג און אנדערע רופן עס קאמפליצירט.
Re: דער מענטש, איר עבר, הווה און עתיד #1
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 3:45 pm
דורך גר ותושב
וואס האבן מיר די געלערנטע מער זוכה געוועין ווי די אנדערע פארוואס זענען מיר געווארן מער פארגעשריטן און די אנדערע נישט?
און אויך וויל איך פארשטיין לויט די טעאריע קומט אויס אז די היינטיגע בעלי חיים קענען אויך ווערן פארגעשריטען מיט די צייט איז מיין תמיה איז זעיט מען דען אז די חיות זענען געווארן מער פארגעשריטען ווי בעפאר?
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 5:54 pm
דורך שמערל
גר ותושב האט געשריבן:וואס האבן מיר די געלערנטע מער זוכה געוועין ווי די אנדערע פארוואס זענען מיר געווארן מער פארגעשריטן און די אנדערע נישט?
ס'איז פונקט ווי זאלסט פרעגן פארוואס פונקט דער עלעפאנט האט זוכה געווען צו א לאנגע נאז, און פונקט דער פייגל האט זוכה געווען צו פליגלן.
די איידיע פון עוואלאשן איז דאך אז זאכן פאסירן פערצופאל, אויב זענען דא תירוצים אויף אזוינע קשיות איז דאך עס נישט קיין צופאל.
גר ותושב האט געשריבן:און אויך וויל איך פארשטיין לויט די טעאריע קומט אויס אז די היינטיגע בעלי חיים קענען אויך ווערן פארגעשריטען מיט די צייט איז מיין תמיה איז זעיט מען דען אז די חיות זענען געווארן מער פארגעשריטען ווי בעפאר?
יא.
די גרינגסטע איז עס צו זעהן ביי באקטיריע און וויירוסען וואס האלטן אין איין עוואלוון בעפאר אונזערע אויגן, אבער ביי אפילו גרעסערע בעלי חיים וואס חילוקים אין עוואלאשן נעמט טויזענטער יאר, קען מען אויך מערקן ווי זיי האלטן אינמיטן עוואלוון. דער טשיטא למשל וואס איז די שנעלסטע לויפנדע חיה, איז באמערקט געווארן אז מיט יעדע גענעראציע ווערט זי מיט א משהו שנעלער. זעה
דא פאר אנדערע ביישפילן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 6:07 pm
דורך איך אויך
עס איז אייביג שטוינענד ביז גאר ווי מענטשן וואס האלטן זיך פאר קלוגע און באזעסענע קענען גלייבן אזוינע שטאקיגע צואת השור און פלאפלן עס נאך איבער מיטן גאנצן ערנסטקייט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 7:47 pm
דורך שבת אחים
איך אויך האט געשריבן:עס איז אייביג שטוינענד ביז גאר ווי מענטשן וואס האלטן זיך פאר קלוגע און באזעסענע קענען גלייבן אזוינע שטאקיגע צואת השור און פלאפלן עס נאך איבער מיטן גאנצן ערנסטקייט.
נעבעך א רחמנות אויף די אלע נערישע מענשטען! ווען זיי וואלטן געוועהן קלוגער וואלטן זיי דאך נישט גערעדט אזעליכע שטותים מיט לאקשען! זיי וואלטן זיכער יעצט געוועהן אין בעסמעדריש און געלערנט תנא דביא אליהו, וואס ווייסן זיי דען?די נערישע סייענטיסטן!. און אנדערע נייעס האט ״קול מבשר״ געמאלדן ,אז סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז נאסא האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה, און די גאנצע זאך איז א גראבע ליגענט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:וואס חקרן האט אויסגעלאזט איז אז די גרעסטע חלק פון דער פארמער רעוואלוציע איז געווען אז מענטשן האבן זיך אויסגעלערנט צו משנה זיין סדרי בראשית און אנגעהויבן דורך סעלעקטיוו ברידינג צו דאמעסטיקעטן בהמות און פרוכט.
פאר יענע תקופה זענען נאר געווען ווילדע פרוכט (וואס זענען קליין און זויער) און ווילדע ציגן און באקן. מענטשן האבן במשך טויזענטער יארן פון דאמעסטיקעשאן, באוויזן צו אהערשטעלן פרוכט און גרינצייג וואס וואקסן גרויס און זיס, און גרויסע פעטע בהמות וואס לאזן זיך רואיג קאנטראלירן דורך מענטשן. די ווילדע עסן וואלטן נישט געווען אומשטאנד צו קענען שפייזן די פארמער וואס האבן געבויט די ערשטע ציוויליזאציעס.
די סייענטיסטן טענה'ן טאקע אז זיי זענען די מערסטע מענטשליכע מענטשען, ווייל זיי זענען ממשיך צו טון וואס די קליגערע האומאו'ס און הומענ'ס האבן אלס געטון.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:00 pm
דורך שבת אחים
שמעלקא'לע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:שמעלקא'לע האט געשריבן:כככ....
פאר צוויי מיליאן יאר צוריק האבן געוואוינט מענטשן...
אזוינע דמיונות...
זאגסטע אז ס׳שטימט נישט מיט דיינע חשבונות?. הער איך.
א קליינע נקודה נאר, ווען דו שרייבסט כַכַַכַַ פארשעמסטו ממש אלע סייענטיסטן ברבים און ווי דו ווייסט דאך זענען גאר אסאך סייענטיסטן אידן, אלזא קען זיך מאכן ערנסטע הלכה שאלות ווי המלבין פני חברו ברבים אין לו חלק בעולם הבא.
#מזאל נישט געפּרובט ווערן ח״ו.
איך פארשעם בעלי דמיון, וואס ווערן נישט רויט ביים זיך רופן סייענטיסטן...
רעדן גרויס קענסטו! ווייסט ווען דו וועסט מיך איבערצייגן אז דו אליינס גלייבסט וואס דו שרייבסט דא, ווען ח״ו (סזאל נישט געשעהן צו קיינעם) איינער ווער סאיז נאנט צו דיר-א משפחה מיטגדליגער וכדומה וואלט געדארפט דורך גיין א אפראציע, און דו וועסט אויפזוכן א דאקטאר וואס גלייבט נישט אין די ״עוואלאציע״ דורך ״נאטרליכע-סעלעקעציע״, נאר דאן אויב וועסטו גיין אינטער א מעסער דורך אזא דאקטאר, אויב דו וועסט בכלל טרעפן א לייעסענס דאקטאר וואס איז נישט קיין דארווינסט, דאן האסטו מיך איבערצייגט אז דו אליינס גלייבט טאקע נישט אין עוואלאציע. דערווייל טוסטו זיך באניצן מיט א יעדע זאך וואס די
בעלי דימיונית האבן דיר געברענגט צום טיש, דו נוצט אלע זייערע מעדצינען און דו ביסט א ׳פירסט קלעס׳ היפאקאריט, וואס פראבירט איינצורעדן אנדערע אז דו פארשטייסט בעסער ווי אלע געלערנטע מענטשען אויף די וועלט, בשעת ווען דו האסט ניטאמאל באקומען א בעיסק עדיויאקשען און די גאנצע knowledge דיינע קומט פון די ״אידישע ליכט״ און ״אייוועלט״.
דריי א קאפ פאר דיין מאמען...
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:05 pm
דורך שבת אחים
קאצקע ציקער האט געשריבן:פרוכט האבן זיך אויך איוואלווט מיט די יארן?
איין פשוטע וועג וויאזוי סהאט פאסירט איז, אז די פארמער האבן פאר טויזענטער יאהרן נאר איבערגעפלאנצט די זיסע פירות און ירקות און זיי האבן אוועקגעשניטן די שלעכטע האט זיך אויטמאטיש נאך דורי דורת טוהן די זעלבע זאך זענען זיי אנגעקומען למשל צו די היינטיגע זיסע קארן וואס האט זיך עוואלעווט פון א גרינע ביטערע גראז.
די פראסעס ווערט אנגערופן artificial selection אדער selective breeding
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Selective_breeding
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:11 pm
דורך שבת אחים
וויאזוי טייטשען אריין די אלע פרומע ליייקנער אין עוועלאציע די מאמר חז״ל לאבות אבותינו היה זנב? ס׳מיינט אדם הראשון?
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:15 pm
דורך שבת אחים
א אינגערמאן פארציילט מיר פאריגע וואך אז זיין מיידל לערנט אין בעלזא און זי קומט אהיים איין טאג און זאגט אים ״טאטי היינט האט מען די ערשטע מאל געלערנט עוועלאציע אין סקול״, פרעגט די טאטע וואס מיינט עוועלאציע? זאגט זי מיין טיטשער האט געזאגט אז
״עוואלציע מיינט אז גוים גראבן אויף די ערד, און זיי מאכן אויף מעשיות...״
אט דאס איז די חסידישע ווערסיע פון עוואלציע!
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:57 pm
דורך ונבנתה העיר
זייער שיין, חקרן.
חקרן האט געשריבן:אין גמרא געפינען מיר א דעה "לאבות אבותינו היה זנב" – פאר אונזערע אור-עלטערן האט געוואקסן א וויידל.
[center][/center]
וואו איז די גמרא?
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:23 pm
דורך moshav zekeinim
די ערשטע פאר וואכן אינעם מוטערס טראכט האבן מיר מענטשן אויך א שטיקל שוואנץ ביים שווענצל ביין, נאר עס בלייבט נישט.
עס מאכן זיך אבער עקסידענטן אויסנאם'ס פעלער ווי מענטשן וואקסן אויף און בלייבן לאורך חייהם מיט א לאנגער שוואנץ. דא איז א לינק פון אזא איינעם באריכטעט אין די מדיא.
https://youtu.be/LCrBZ7gcIhk
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:51 pm
דורך moshav zekeinim
פון טייל פעריטעילס אין גמרא ומדרשות קוקט שוין באלד אויס ווי זיי רעדן פון עוועלוציע (גלייך ווי עס קען משמע זיין פון די אגדות אין די הינדישע און סקאנדינאווישע כתבי קודש). אזעלעכע חז"ל'ן ווי אז אונזערע עלטערן האבן געהאט שווענץ, ביז נח האבן מענטשן נישט געהאט קיין פינגערס, ביז יצחק זענען מענטשן געבוירן געווארן מיט א גרעסערער סייז, און ווער רעדט נאך פון די ריזן בעלי חיים ווי דער ראם וכדו'.
די סיפורי תורה קען אפגעלערנט ווערן ווי אן אלעגירישע שילדערונג פון פרי היסטאריע. צ.ב.ש ווי איך האב אויבן דערמאנט, אז דער רויטער האריגער עשיו דער ציד בפיו גייט ארויף אויף דער מאנקי, און דער איש תם יושב אוהלים יעקב איש חלק גייט ארויף אויף דער מענטש. נאטורליך איז דער מאנקי דער בכור, אבער דער מענטש האט פארכאפט די בכורה. און עס איז מקויים געווארן ורב יעבוד צעיר.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:זייער שיין, חקרן.
חקרן האט געשריבן:אין גמרא געפינען מיר א דעה "לאבות אבותינו היה זנב" – פאר אונזערע אור-עלטערן האט געוואקסן א וויידל.
[center][/center]
וואו איז די גמרא?
נישטא אזא חז"ל. ס'איז נאר אזא saying פון די סייענטיסטן. אבער ס'איז יא דא אין מדרש עפעס א שיטה אז אדם הראשון האט געהאט כעין א זנב וואס פון דעם איז חוה באשאפן געווארן, אבער אין קבלה ווערט געברענגט נאר די אנדערע שיטה פון מדרש אז ס'איז געווען די פרצופים.
איך דארף נאך דורכלערנען אסאך סייענטיפישע ווערק צו קענען טרעפן פרישע רמזים אז די מדרש איז גערעכט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 11:34 pm
דורך moshav zekeinim
זנב - היה לו לאדם הראשון ונטלו ממנו וברא את חוה (רש"י ערובין י"ח)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 7:44 am
דורך שבת אחים
למעשה איז עס נישט א מאמר חז״ל נאר א רש״י?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 8:49 am
דורך moshav zekeinim
עס איז דא א מחלוקה אין גמרא וואס דער צלע איז, לויט איין מאן דאמר איז עס א זנב, ערקלערט רש"י אז אדם האט געהאט א פופיק.
Re: דער מענטש, איר עבר, הווה און עתיד #1
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 11:51 am
דורך טאמבל סאס
אפשר מיינט מען דאס?
https://www.google.co.uk/amp/s/amp.theg ... ow-baculumדי באקאלום איז פארשוואונדן פאראלעל מיט די מאמע ווערנדיג א מאמע, א עזר כנגדו, א מענאגעמעס סיסטעם.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:40 pm
דורך שבת אחים
א נייע בוך איז יעצט ערשינען פון די ישראל׳דיגע היסטאָריען פראפעסאר
יובל נח הררי Yuval Noah Harari.
הררי איז די Author פון די ניו יארק טיימס בעסט סעללער,
Sapiens: A Brief History of Humankind איינע פון מיינע favorites.
Homo Deus:A Brief History of Tomorrowיעצט עוועלעיבל אויף עמעזאן.
https://www.amazon.com/Homo-Deus-Brief- ... 0062464310
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 3:47 pm
דורך חקרן
[center]חלק ב
באזירט אויף די בוך פון הרב יובל נח הררי - על פי השקפת תורתינו הק'
[/center]
צווישן מענטשן און מאלפעס
מיר האבן פריער ארומגערעדט, איבער פארשידענע סארט מענטשן וועלכע האבן עקזיסטירט אויף אונזער כדור-הארץ, און מיר האבן געטיילט איין וועלט מיט זיי, בשעת אין טייל פעלער האבן מיר געוואוינט אויפן זעלבן ארט אינאיינעם.
פון דער אנדערער זייט, האבן מיר ארויסגעברענגט און אנטפלעקט איבער די געשוויסטער-קינדער פון דער מענטש, די גורילעס און מאלפעס וועלכע זענען פון שטענדיג געווען אויף די וועלט און עקזיסטירן נאך ביזן היינטיגן טאג. מיר האבן ארויסגעברענגט אז פונקט ווי אלע בעלי-חיים פארמאגן משפחות, פארמאגט דער מענטשליכער מין אויך משפחות; פונקט ווי עס איז באקאנט צווישן די בעלי-חיים די 'קעץ' משפחה, וואס נעמט אריין דער טיגער, קאץ מיטן לעמפערט, פונקט אזוי פארמאגט דער מענטשליכער מין א גרויסער משפחה, בשעת אירע געשוועסטער-קינדער זענען די מאלפעס למיניהם און אירע געשוויסטער זענען די פארשידענע מענטשן וועלכע האבן עקזיסטירט אויף דעם כדור הארץ, במשך לאנגע יארן.
אצינד לאזט זיך דעבאטירן: אויב עס זענען פאראן פארשידענע סארט מענטשן מיט פארשידענע סארט מאלפעס, ווער האט מחליט געווען וועלכער סארט איז א מענטש און וועלכער סארט איז א מאלפע? – וואס איז אייגנטליך דער חילוק צווישן א מענטש אין א מאלפע?
דער ענטפער דערויף איז: דער מוח.
דער אייגנשאפט פון דער מענטש
יעדע בעל-חי פארמאגט זיין אייגנשאפט מיט וואס ער גיבט זיך אן עצה מער פון אנדערע; א שלאנג פארמאגט זיין גיפט אין מויל, וואס דערמיט איז ער שטערקער פון אלע אירע ארומיגע; א פייגל צייכנט זיך אויס מיט אירע פליגלען, וואס דורכדעם פארמאגט זי א געוויסע אויבערהאנט איבער אנדערע באשעפענישן; דער לייב האלט זיך שטאלץ מיט זיין גבורת ארי; דער עלעפאנט טוט זיך אויף מיט זיין נאז און דער דזשוראפע מיט זיין האלדז.
דער מענטש האט זיך פון שטענדיג אן אויסגעצייכנט מיט זיין גרויסן מוח, וואס וועגט זיבן מאל מער פון א געווענליכער מוח פון א בעל-חי. דער דאזיגער אנדערשקייט פון דער מענטש, האט אים אויסגעפארעמט אויף דעם פארעם מיט וואס דער מענטש איז באקאנט היינטיגע טעג און אים געמאכט אנדערש אויסקוקן פון אנדערע בעלי-חיים.
דער גרויסער מוח האט אין א געוויסן זין פארשווערט דאס לעבן פון דער מענטש. א גרויסער מוח לייגט דרוק אויף די מוסקלען פון דער מענטש און קען גורם זיין צו ריקן ווייטאג און אנדערע פראבלעמען.
דער שוואכער מענטש - דער שטארקער מאלפע
כדאי דאס בעסער צו פארשטיין, וועלן מיר עס ארויסברענגען מיט עטוואס אנדערע ווערטער:
דער מוח פון דער מענטש וועגט נישט מער פון צוויי פראצענט פון דער גאנצער גוף, אבער ווען ער שלאפט נעמט ער צו פינף-און-צוואנציג פראצענט פון די ענערגיע וואס דער גוף פראדוצירט. דאקעגן דער מוח פון א מאלפע, נעמט צו בלויז אכט פראצענט פון אנערגיע בשעת'ן שלאפן.
די תוצאה דערפון איז, אז דער מענטש איז פיל שוואכער פון א מאלפע, און אפגערעדט אז זי איז פיל שוואכער פון אנדערע בעלי-חיים, וויבאלד די גאנצע ענערגיע וואס דער מענטש זאמלט אן, גייט אוועק אויף די מוח און עס קומט נישט צו די אנדערע חלקים פון דער גוף.
א מאלפע פארמאגט פיל מער כוח פון א מענטש, זי קען זיך פלינקער באוועגן און ארומלויפן און קריכן, זי געפינט שנעלער איר עסן און האט צייט צו ריען. דעקעגן דער שוואכער מענטש, פארמאגט קוים כוחות אין די מוסקלען, קען זיך נישט אזוי שנעל באוועגן און מיט דאס ביסל כוחות וואס ער האט, לויפט ער זוכן אביסל עסן, וואס דאס שוואכט אים אפ פיל מער, צומאל עד כלות הנפש, וויבאלד עס קומט אן מיט כוחות עצומות.
דער פועל יוצא דערפון איז, אז אין פאל פון א קריג צווישן א מענטש אין א מאלפע, וועט דער מאלפע דערלאנגען איין זעץ פארן מענטש אים צו פארטיגן, און וועט ענדערש געווינען א קריגעריי, ווי דער אפגעשוואכטער מענטש.
דער חטא עץ-הדעת
אין די תורה געפינען מיר א געשיכטע אין פארבינדונג מיט דער מוח פון דער מענטש, און דער פועל-יוצא אז ער פארמאגט ווייניג כח און דארף ארבעטן פאר זיין ברויט.
דארט אין פרשת בראשית ווערט דערציילט, ווי אזוי דער אויבערשטער האט אנגעזאגט דער מענטש אז ער קען עסן פון אימער וואס ער זעט, אויסער דעם עץ-הדעת – דער בוים וואס מאכט קלוג, דערפון זאל ער נישט עסן. ווארשיינליך איז דאס געווען א פרוכט וואס פארגרעסערט דער מוח פון דער מענטש און מאכט איר גרעסער.
דער מענטש האט אבער נישט געפאלגט דעם אויבערשטן, ער איז איבערגערעדט געווארן פון זיין פרוי וואס איז איבערגערעדט געווארן פון דעם שלאנג. דער מענטש האט געגעסן פון דעם בוים און ער האט טאקע באקומען דורכדעם מער פארשטאנד און וויסנשאפט, עד-כדי-כך אז ער האט איינגעזען די בושה פון זיין נאקעט אן קליידונג.
דער פועל יוצא וואס די דאזיגע פאסירונג האט געברענגט, איז געווען, אז דער מענטש איז פארשאלטן געווארן אז ער וועט מוזן שווער ארבעטן צו באקומען זיין ברויט, "בזיעת אפיך תאכל לחם", וואס דאס קומט אלס דירעקטער רעזולטאט דערפון וואס זיין מוח איז פארגרעסערט געווארן און האט פארנומען מער ערנערגיע, דעריבער האט ער נישט געקענט אזוי פלינק און לייכט געפינען זיין שפייז און דאס קומט אים אן מיט כוחות.
דער מענטשליכע צורה
אויב איז דאס נישט גענוג, פארמאגט נאך דער מענטש די אייגנשאפט פון גיין אויפגעשטעלט אויף צוויי פיס. וויבאלד דער מוח וועגט פיל מער פון אנדערע בעלי-חיים, ברענגט עס דערצו אז עס קוועטשט אויפן מענטש און ביז היינט באצאלט דער מענטש מיט ריקן-ווייטאג, האלדז-ווייטאג און נאך.
אז מען רעדט שוין פון די צורה פון דער מענטש, אז ער גייט אויפגעשטעלט – אנדערש פון אנדערע בעלי-חיים וועלכע גייען אויף פיר, פארשטייען מיר אויך נאך פאקטן ארום דער מענטש.
קודם-כל, האט איר אמאל אריינגעקלערט פארוואס א מענטש ווערט געבוירן אזוי אומבאהאלפן קעגן אנדערע בעלי-חיים? – א חיה וואס ווערט געבוירן, ביז עטליכע שעה קען זי שוין גיין אליין אויף די פיס, פארשטייט שוין ווי אזוי זיך אכטונג צו געבן נישט אריינצופאלן אין וואסער אדער אין אנדערע מסוכנ'דיגע ערטער. א מענטש דעקעגן, ווערט געבוירן מיט פיל ווייניגער שכל, קען זיך נישט באוועגן, קען נישט גיין און אפילו נישט קריכן, קען נישט שפילן מיט אנדערע קינדער, ער איז צוגעבינדן צו זיין מאמע'ן און עס נעמט א גוטע צוויי יאר אז ער זאל צוקומען צו די דרגה פון א חיה.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז דער מענטש ווערט געבוירן עטוואס ווייניגער רייפער פון אנדערע בעלי-חיים. פארוואס איז דאס אזוי?
דער ענטפער דערויף איז: וויבאלד א מענטש גייט שטייענדיג, די פרוי טראגט דאס קינד און עס איז פאראן א סכנה אז דאס קינד זאל ארויספאלן פון איר. אנדערע בעלי-חיים גייען אויף די ברייט, אויף די פיר פיס, ליגט דאס קינד אין די געדערעם פון די מוטער און עס איז נישט פאראן קיין חשש אז דאס קינד זאל ארויספאלן, אבער ביי א מענטש קען דאס דאך פאסירן. די ישועה איז אבער, אז דערפאר פארמאגט א מענטשליכע פרוי א קליינעם רחם, אז דאס וועט זיין שמאלער, וועט דאס קינד נישט ארויספאלן. אנדערע בעלי-חיים פארמאגן נישט אזא שמאלער רחם, וויבאלד זיי דארפן דאס נישט האבן, דעקעגן א מענטש האט א קליינעם רחם, וואס דאס האלט דאס קינד אינדערווייניג.
אצינד שטעלט זיך א פראבלעם: ווי אזוי קען א מענטש מיט אזא גרויסן מוח, דורכגיין אזא שמאלער רחם און ווערן געבוירן? – דער ענטפער דערויף איז, אז טאקע דערפאר ווערט א מענטש געבוירן פרי-געצייטיגט, ווען דער מוח איז נאכנישט אזוי גרויס און אום-געצייטיגט, אזוי קען א קינד גרינגער געבוירן ווערן.
הערשט נאכן געבוירן ווערן, הויבט זיך דאס קינד אן צו אנטוויקלען, ביז זי אנטוויקלט א גוטע געזונטע און שטארקער מוח, שטערקער פון אנדערע בעלי-חיים.
פאמיליע לעבן
דאס געבוירן ווערן פון קינדער אין די פריע שטאפלען, ברענגט עטליכע גאר וויכטיגע רעזולטאטן אין דאס לעבן פון א מענטש.
צום אלעמען ערשטן, איז דאס דער גורם אויף א משפחה צוזאמענלעבן וואס מיר געפינען ביי מענטשן, מער ווי ביי אנדערע בעלי-חיים. וויבאלד א קינד איז שטארק אנגעוויזן און צוגעבינדן צו זיינע עלטערן, די ערשטע פאר יאר, פארעמט זיך אטאמאטיש אויס א פאמיליע מיט א פאמיליע לעבן, וואו איינער איז צוגעבינדן איינער אינעם אנדערן, און צוזאמען האדעוועט מען אויף די קינדער.
גייט אין מאנסי אדער אין די מאונטענס, און זעט ווי אזוי די קאטשקעס געבוירן זייערע קינדער. די ערשטע פאר וואכן איז פאראן דארט א צורה פון א פאמיליע, א טאטע, א מאמע מיט א שטאב פון קינדער. אזוי לעבן זיי פאר עטליכע וואכן. די סיבה דערצו איז, וויבאלד די קינדער זענען אנגעוואנדן אין זייערע עלטערן און מוזן אזוי לעבן. די סקונדע וואס די קינדער ווערן זעלבסטשטענדיג, לעזט זיך אויף די פאמיליע לעבן פון די קאטשקעס.
אויב וואלט א מענטש געבוירן געווארן פיקס און פארטיג – רעדי טא גאו, וואלט נישט געדארפט זיין דאס צוגעבינדנקייט צווישן מאן און ווייב און זייער קינד. אין אזא פאל וואלטן מיר מסתמא געלעבט ווי די חיות, וואו קיינער איז נישט צוגעבינדן צום צווייטן.
מיר געפינען דאס שטיין אין די תורה, ווען אדם הראשון האט געזינדיגט מיטן עץ-הדעת, וואס ווי געשמועסט איז דאס געווען דער גורם וואס זיין מוח איז פארגרעסערט געווארן, איז דאס מיטגעקומען מיט עטליכע קללות, בעיקר פאר חוה. איינע פון זיי איז באקאנט דער "בעצב תלדו בנים", אז עס וועט אנקומען שווער דאס געבוירן פון די קינדער. לויט ווי מיר האבן געשמועסט, מוז א פרוי פארמאגן א שמאלערן רחם, וויבאלד זי גייט אויפגעשטעלט און די קינדער קענען חלילה ארויספאלן. דאס איז גורם אז ווען זי געבוירט די קינדער קומט עס אן זייער שווער.
דאס איז אויך די סיבה פון די קללה פון "ואל אישך תשוקתך והוא ימשל בך" – די פועל יוצא איז, אז עס מוז געשאפן ווערן א פאמיליע לעבן וואו מען איז צוגעבינדן איינע צום אנדערן, און אזוי האדעוועט מען אויף אינאיינעם די קינדער.
די חינוך יארן
נאך א רעזולטאט וואס האט גורם געווען, דאס געבוירן קינדער אין די פריע שטאפלען, איז א נקודה וואס איז גאר וויכטיג און חשוב אין דאס לעבן פון א מענטש.
וויבאלד דער מענטש ווערט געבוירן גאר פרי, איז שייך אים מחנך צו זיין און אים אריינבאקן געדאנקען און השקפות. א חיה ווערט געבוירן פערטיג, עס איז פיל שווערער אים אויסצוקנעטן און אריינטרענען אין זאכן, ער קען דאס נישט טון און ער וועט נאר ווערן געבראכן פון דעם.
א מענטש ווערט געבוירן זייער רוי און אומגעצייטיגט, דעריבער קען מען אים אויסקנעטן און אויספארמען זיינע געדאנקען גאנג און השקפות, ווי אזוי דער מחנך וויל אים מאכן טראכטן.
די גאנצע סיבה פארוואס עס איז פאראן צווישן מענטשן אזויפיל מיינונגען און געדאנקען, איז נאר צוליב דעם. א מענטש קען מען גרינגער אויספארמען און אויסלערנען זאכן. דער פרעדיגט דעם קינד צו ראדיקאליזם, אן אנדערער צו ווייעכקייט. דער מאכט דעם קינד א סאסיאליסט און יענער מאכט די קינדער קאפטאליסטן. משה מאכט זיין זוהן פאר א סאטמארע מיט די ריינע השקפה און אהרן מאכט זיינע קינדער פאר ריינע בעלזער, ווידער אנדערע פלאנצן איין ציונות מיט נצרות, יעדער איינער ווי אזוי ער וויל, און עס געלונגט זיי, ווייל זיי ארבעטן אויף א רייפער מוח וואס איז נאכנישט געצייטיגט און מען קען דארט אריינלייגן וואס מען וויל אין יענער מוח.
דער מדרש דערציילט אונז איבער דאס געבורט פון קין און הבל: שעה שמינית עלו למיטה שניים וירדו ארבעה – די אכטע שעה זענען אדם און חוה ארויף אויפן בעט צוויי מענטשן, און זענען אראפגעקומען פון דארט פיר- אינאיינעם מיט קין און הבל. דאס איז געווען נאך איידער דעם חטא פון עץ-הדעת, נאך איידער די קללה פון "בעצב תלדו בנים".
מיר געפינען אין די תורה, אז אדם-הראשון האט גערופן זיין זוהן מיטן נאמען "קין", זאגנדיג "קניתי איש את ה'" – איך האב געקויפט א מאן פארן אויבערשטן. אנדערש פון דעם אנדערן זוהן "שת", וואס איז שוין געבוירן געווארן נאכן חטא, וואו דארט רופט ער אים שוין נישט "איש" – א מאן וואס ער האט געקויפט, דארט זאגט ער "כי שת לי אלקים בן אחר" – דער אויבערשטער האט מיר געגעבן אנדערע קינדער.
דער חילוק צווישן די צוויי קינדער זענען שטארק מערקוועדיג. בשעת קין איז געבוירן געווארן אלס גרויסער מענטש, און נישט געדארפט צוקומען צו די באהאנדלונג פון זיין טאטע און מאמע, דארט האט אדם געזאגט "קניתי איש את ה'", אים באטיטלענדיג אלס "איש". ווידער ביי "שת", וועלכער איז שוין געבוירן נאכן חטא, דארט איז שוין אן אנדערע מעשה, אים רופט ער אן מיטן נאמען "זרע" – קינדער, דאס איז שוין זיין קינד וואס איז צוגעבינדן צו אים און דארף שוין צוקומען צו זיין באהאנדלונג.
א טפח העכער די ערד
דער עיקר טובה וואס דער מענטש געניסט פון זיין מענטשליכער צורה פון גיין אויף צוויי, איז דער פאקט אז די צוויי פארדערשטע הענט זענען אים פריי פון די פראסטע ארבעט פון גיין און שפאצירן. א חיה דארף נוצן אלע זיינע פיר פיס אויף צו גיין אויף דער ערד. דער באשעפער האט באפרייט די צוויי פאדערשטע הענט פון די מענטש פון די עבודה פון שפאצירן. דאס האט געגעבן די מעגליכקייט פאר דער מענטש, צו אנטוויקלען געוויסע האקעלע נערוון אויף די האנט פלאך און אין די פינגער, אזוי אז דער מענטש האט דורכדעם געקענט פאבריצירן כלים און אנדערע וויכטיגע זאכן, א זאך וואס אנדערע בעלי-חיים האבן נישט די געלעגנהייט דערצו.
במשך די יארן האט זיך דער טאלאנט פארברייטערט, ביז צו בויען בנינים און געביידעס, און היינט צו טאגס צו טייפן און שרייבן אויף קאמפיוטערס, ווי אויך בכלל, אלע סארט מענטשליכע ווערק. דאס איז דער כח פון דער מענטש מער פון אנדערע בעלי-חיים וועלכע זענען מער ערדישער און מער צוגעבינדן צו די ערד.
כמובן, אז דאס איז אויך איינע פון די סימנים וואס שיידט אפ צווישן א מענטש און א מאלפע, בשעת דער מענטש באנוצט זיך ווייניגער מיט דער האנט צו שפאצירן, און מער אויף צו טון ארבעט, בשעת דער מאלפע איז נאך אין א געוויסער זין צוגעבינדן צו די פאדערשטע הענט, צו שפאצירן אויף די ערד.
דאס דינט אויך אלס סימן מובהק פאר די ארכילאגן, ווען זיי געפינען געביין אונטער די ערד און זיי ווילן אפשאצן צי זיי געהערן צו דער מענטשליכער מין אדער צו די מאלפעס, קוקן זיי אויף די הענט און די האט פלאכן, צי עס איז באנוצט געווארן אויף צו שפאצירן אדער אויף אנדערע זאכן.
[center]המשך יבוא[/center]
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 2:57 pm
דורך חקרן
[center]חלק ג
ווי אזוי האט זיך דער מענטש ערווארבן צו ווערן דער מאכטפולסטער בעל-חי?
דער פייער
(נישט דער מוח)[/center]
דער שוואכער מענטש
לאמיר זיך נישט לאזן נארן! דער מענטש איז א שוואכער בעל-חי, צוקלאפטע צובראכענע ציין מיט גאר שוואכע נעגל. ווער רעדט נאך פון די מוסקלען... דאס איז סתם א לצנות. אין א געפעכט מיט אן אקס אדער א בער, וועט דער מענטש פארלירן מיט א נאק-אוט! אפילו מיט א מאלפע – אין וועמען דער מענטש ענדלט אזוי שטארק, וועט זיך דער מענטש נישט קענען פארמעסטן, איין קנאק פון דער מאלפע און דער מענטש איז דערנאך.
ריכטיג, עס זענען פארהאן בעלי-חיים וואס זענען פיל שוואכער פון מענטשן, אבער געווענליך איז דאס די רעדע פון קלענערע בעלי-חיים, וואס זענען נאטורליך אויך פיזיש שוואכער. בעלי-חיים וואס זענען אין דער זעלבער גרויס פון דער מענטש, אדער אפילו עטוואס קלענער, זענען געווענליך פיל שטערקער פון דער מענטש.
אין אנדערע ווערטער: אין פיזישע שטארקקייט געפינט זיך דער מענטש, אויפן בעסטן פאל ערגעץ אינצווישן די בעלי-חיים, און מעגליך צווישן די שוואכערע העלפט פון אלע בעלי-חיים.
די סיבה פארוואס דאס איז אזוי, האבן מיר שוין ערקלערט אין דעם פריערדיגן קאפיטל, וויבאלד דער גרויסער מוח פון דער מענטש, נעמט אויף פיל ענערגיע און שעפט פון אים אויס דעם גאנצן כח. דערפאר איז זי אזוי שוואך און אומבאהאלפן.
דער פארפירענער מלך
אצינד שטעלט זיך די פראגע:
ווי אזוי האט דאס פאסירט, אז דער מענטש – טראץ זיין שוואכקייט, האט באוויזן אויפצוהייבן איר קאפ און זיך ארויפדראפען צום שפיץ פון אלע בעלי-חיים, ווערנדיג דער קעניג פון דער בריאה, ער באווייזט צו פאנגען ריזיגע און שטארקע בעלי-חיים און דאן הערשן אויף זיי, זיי אריינלייגן אין טור-גארטנס און טון מיט זיי וואס ער וויל נאר.
ווי אזוי טוט דאס דער מענטש? – ער איז דאך נישט פון די שטארקע בעלי-חיים, ער וואלט דאך געדארפט ליגן אונטערן טיש און ציטערן פון די גרויסע און שטארקע חיות וואס געפינען זיך אויף דער וועלט? - ווי אזוי האט זיך דער מענטש ארויפגעדראפעט אויף די אויבערשטע פון שטייסל און איז געווארן דער באלעבאס איבער די וועלט, פלאנצנדיג וואו ער וויל און טון אין די וועלט וואס אימער אים געפעלט?
דער סברה וואלט געזאגט פונקט פארקערט, אז דער מעכטיגער לייב זאל הערשן אויף די בריאה, פאנגען אנדערע בעלי-חיים, ווי אויך מענטשן, און הערשן אויף אלעס און אלעמען. ווי אזוי האט דאס דווקא דער שוואכער מענטש באוויזן?
א נארמאלער רעכטדענקיגער מענטש וועט דערויף ענטפערן, אז דאס האבן מיר צו פארדאנקען אונזער גרויסער און קלוגער מוח וואס מיר מענטשעלעך פארמאגן. א דאנק אונזער מוח און אונזער קלוגשאפט, האבן מיר די שכל צו טראכטן און קלערן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די גרעסערע בעלי-חיים און מיט די גאנצע וועלט. דאס האט אונז ארויפגעדראפעט אויף דער מזרח פון דער וועלט, ביז מיר קענען רעאגירן און באלבאטעווען אויף די גאנצע וועלט און טון מיט די בריאה וואס אונז געפעלט.
אבער איז דאס טאקע ריכטיג? – איז דער גרויסער מוח און אונזערע טאלאנטן, דאס וואס האט אונז צוגעברענגט אויבן-אן? - נישט אזוי זיכער! – מיר האבן א גאנצע טוץ פון קושיות און סתירות, וואס פרעגט אפ דער טעאריע. מעגליך אז דאס איז נישט דער ריכטיגער ענטפער צו דער פראגע.
א קלוגער שוואכלונג
מיט לאנגע ווייטע יארן צוריק, האט געלעבט אויף די וועלט די 'הומו-אביליס' און 'הומו ארקאטאס' (אנדערע סארט מענטשן וואס האבן עקזיסטירט אין די ווייטע פארגאנגענהייט). זיי האבן פארמאגט א גרויסן מוח, נאך גרעסער פון דער היינטיגער מענטש – דער 'הומו סאפיינס'. שוין דעמאלס האבן זיי באוויזן צו פאבריצירן טעפ און אנדערע כלים, זיי האבן פארמאגט א גוטע קאמיוניקאציע צווישן זיך.
קלערט איר אז מיט זייער קלוגשאפט האבן זיי געהאקט א חיים טובים? – עה, לא מיניה ולא מקצתיה. זיי האבן שטענדיג געלעבט אין א פחד פון אנדערע בעלי-חיים, שוין אפגערעדט אז זיי האבן זיך נישט דערוואגט צו פאנגען פון די גרויסע און שטארקע בעלי-חיים. זיי פלעגן זיך שפייזן פון געוואוקסן, פאנגען קלענערע און שוואכערע חיות, אדער פלעגן זיי אויפעסן די שיריים פון די נבלות וואס די חיות האבן איבערגעלאזט.
די הומו-אביליס פלעגן נוצן זיינע קלוגע טאלאנטן, צו פראדוצירן העק פון שטיין. וואס פלעגן זיי טון מיט די העק? – זיי פלעגן אויסהאקן די מוח-ביינער פון אנדערע בעלי-חיים. אין אנדערע ווערטער: נאך וואס דער לייב האט אויפגעגעסן די נבלה און אנדערע בעלי-חיים האבן זיך דערקוויקט מיט די שיריים פון דעם לייב, הערשט דאן איז געקומען דער קליינער מענטשעלע, מיט זיין העקל וואס ער האט אויסגעטראפן מיט זיין קלוגן מוח, דערמיט האט ער אויסגעהאקט דער מוח-ביין און אויפגעגעסן די פלייש פון אינעווייניג.
א געוואונס פון קלוגשאפט!
נאכמער; אפילו אונזער מענטש – דער הומו סאפיינס, געפינט זיך שוין מיליאנען יארן אויפן כדור הארץ, אבער במשך לאנגע יארן נישט באוויזן זיך צו צעשפרייטן די הענט אזוי ווי היינט. נישט שטענדיג איז דער מענטש געשטאנען אין שפיץ פון אלע בעלי-חיים און געקענט פאנגען פון זיי וויפיל עס האט זיך זיי געגליסט.
ביז מיט פיר-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, איז דער מענטש געווען א יצור וואס האט מורא געהאט ארויסצושטעקן דעם נעזל פון איר לעכל. ער האט פשוט געציטערט פון אנדערע בעלי-חיים.
הערשט מיט פיר-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, געפינען מיר שוין אז דער מענטש האט זיך א ריק געגעבן און אנגעהויבן צו פאנגען גרעסערע חיות פון אים, אבער אפילו דעמאלס איז דאס צוגעגאנגען מיט פחד פחדים, ער איז נאך דעמאלס נישט געווען דער שטארקער מענטש וואס מיר קענען היינט. עס האט גענומען אסאך צייט ביז דער מענטש איז געווארן דער פולקאמער באלעבאס איבער די חיות און געהאט די מעגליכקייט צו פאנגען יעדע סארט בעל-חי.
דאס האט פאסירט הערשט מיט הונדערט-טויזנט יאר צוריק, ווען דער מענטש איז געווארן "דער מאכטפולסטער בעל-חי אויף דער וועלט". ביז דעמאלס איז ער גארנישט ווערד געווען.
אין אנדערע ווערטער: מיליאנען יארן האט דער מענטש געלעבט אויף דער וועלט, און טראץ זיין גרויסן מוח, האט ער שטענדיג געלעבט אין פחד און שרעק, און שטענדיג מורא געהאט פון גרעסערע און שטערקערע בעלי-חיים וואס פלעגן פון זיי פאנגען און עסן. דער גרויסער מוח פון דער מענטש האט אים גארנישט געהאלפן און עס האט אים גארנישט צוגעגעבן.
אלזא, נישט דער גרויסער מוח פון דער מענטש, האט אים געברענגט זיין גליק.
דעמאלס וואס יא? – וואס האט גורם געווען אז דער מענטש זאל אנגעקומען צו דער שפיץ פון די בעלי-חיים, צו קענען פאנגען און עסן פון זיי, וויפיל עס לאזט זיך נאר?
דער וועלט - פייערלאז
איין ענטפער איז פארהאן דערויף.
פייער!
אונטער מעכטיגע מאכטפולקייט איז צו פארדאנקען דעם פייער וואס דער אויבערשטער האט באשאפן. אן פייער וואלטן מיר געווען קאפוט, גארנישט.
מיר זענען אבער אזוי צוגעוואוינט צו דער פייער, אז מיר באגרייפן גארנישט ווי אזוי אונזער לעבן וואלט אויסגעקוקט אן פייער.
שטעלט אייך אפ א וויילע, פארלעשט אייער סעלפאן, פארמאכט אייערע אויגן אויף א צען מינוט און שטעלט אייך פאר ווי אזוי דער וועלט וואלט אויסגעקוקט אן קיין פייער. ווי אזוי וואלט אייער לעבן אויסגעקוקט?! – עס וואלט נישט געווען קיין הייצונג, ליכט, ווארעם-וואסער און געקעכץ... א מענטש וואלט נישט געקענט עקזיסטירן אין די נאכט-שעות און וואלט זיך געמוזט געפינען פארשפארט ביז די ליכטיגקייט שיינט אויף. די שיינע הייזער וואלטן נישט עקזיסטירט, מען וואלט געוואוינט אין היילן, אן קיין ליכטיגקייט, געגעסן רויע עסן, קיין געווער, מיר וואלטן זיך טאקע געפארכטן פון די בייזע חיות אינדרויסן.
אזוי איז טאקע געווען ביז דריי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, ווען דער מענטש האט רעאליזירט דער כח און וויכטיגקייט פון פייער.
באמת דארפן מיר דאנקען יעדן טאג דעם בורא-עולם אויף די הפלא'דיגע בריאה פון פייער. דאס גיבט אונז א פיל שטערקערע באקוועמליכקייט אויף די וועלט, און ווארשיינליך אונזער גאנצער כח העכער אנדערע בעלי-חיים און אונזער שליטה אויף די וועלט. די גאנצע היינטיגע טעכנעלאגיע איז בלויז צו פארדאנקען די פייער.
דער שר-האש
ביז לאנגע יארן צוריק, האבן מענטשן נישט באגריפן די וויכטיגקייט פון פייער און נישט געהאט די השגה ווי אזוי מען מאניפילירט פייער פאר זייער טובה. מענטשן האבן געלעבט אין די היילן, דארט האבן זיי זיך באשיצט פון די פראסטיגע קעלט וואס האט געהערשט ביינאכט, זיי האבן זיך נישט דערוואגט ארויסצוקומען אונטערן הימל, אויס מורא פון די טונקלקייט און די שעדליכע בעלי-חיים וואס דרייען זיך ארום אין די נעכט, דאס איז שוין אויסער די דרויסנדיגע קעלט וואס די מענטשן האבן נישט געקענט דערהייבן.
דער מענטש פלעגט דעריבער זיך באהאלטן אין די נעכט, און בלויז בייטאג פלעגט זי ארויסקומען פון די היילן, קלויבן פרוכט און גרינצייג, פאנגען קלענערע חיות און שפייזן דערמיט זיינע קינדער (רויערהייט). ווי נאר די נאכט האט זיך אונטערגעריקט, האבן זיך די מענטשן צוריקגעקערט צו זייערע היילן, ביז דער פרימארגן וועט אויפשיינען.
הערשט מיט צוויי/דריי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, האט דער מענטש אנגעהויבן באגרייפן, אז מיט פייער קען מען טון פארשידענע פונקציעס און דאס קען ארויסהעלפן פאר דאס מענטשליכע לעבן.
דער תועלת פון פייער איז פילפארביג:
1. מען קען זיך דערמיט אנווארעמען אפילו מען געפינט זיך אינדרויסן, אפילו בייטאג, אפילו אין די היילן און וואו אימער. ביז דעמאלס האט א מענטש נישט געוואוסט פון אזא סארט מציאות, אצינד האט דער מענטש אויסגעטראפן א מיטל ווי אזוי מען קען זיך דערווארעמען פון די ביטערע פרעסטן וואס הערשן אינדרויסן.
2. ליכטיגקייט: דער מענטש האט אנגעהויבן פארשטיין אז פייער קען ליכטיג מאכן דעם גאנצן ארום און ערמעגליכן דאס ארומגיין אין די טונקלקייט פון די נאכט. עס איז צוגעקומען א שטיק חיות אין דאס לעבן פון דער מענטש, ער קען עקזיסטירן און זיך ארומדרייען ביינאכט, טראץ דער טונקלקייט אינדרויסן.
3. פייער קען אויך גענוצט ווערן אלס וואפן קעגן אנדערע שרעקעדיגע בעלי-חיים וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט. אצינד האט שוין דער מענטש פארמאגט א וואפן קעגן בעלי-חיים און ער האט שוין ווייניגער געדארפט מורא האבן פאר די שרעקעדיגע חיות, וואס דראען אים צו פארצוקן.
דער באנוץ פון פייער האט געטוישט דעם גאנצן אידענטיטעט פון דער מענטש. עס איז געווארן אן אנדערער מענטש, דאס איז שוין מער נישט געווען קיין טאג בעל-חי, וואס באהאלט זיך ביינאכט אין די היילן. דער מענטש האט אנגעהויבן צו קענען לעבן אינדרויסן אויך ביינאכט, זיך באנוצנדיג מיטן פייער זיך צו ווארעמען און צו ליכטיג מאכן. אפילו אין די היילן איז דער מצב געווארן לייכטער, ווארעמער און ליכטיגער. שוין אפגערעדט דערפון אז דער מענטש איז געווארן עטוואס פרייער פון די שרעקעדיגע חיות וואס פלעגן אים פארשקלאפן.
הפנים, מיט די פייער איז דער מענטש געווארן אסאך באקוועמער אויף גאט'ס וועלטל. אסאך באקוועמער האבן מיר געשריבן? – א נייער מציאות! – דער מענטש האט אויסגעטראפן דער גן-עדן.
ווען דער מענטש האט אנאליזירט און איינגעזען די טובה וואס די פייער ברענגט אים אויף די וועלט, האט ער אויפגעהויבן זיינע הענט צו הימל און געזאגט: "ברוך אתה ה' אלקנו מלך העולם, בורא מאורי האש".
פייער אין די תורה
קוקנדיג אביסל מיט א תורה'דיגער בליק, פארשטייען מיר די שמחה וואס אדם-הראשון האט געהאט, אויסטרעפנדיג דעם כח פון פייער. מען דארף נעמען אין באטראכט, אז פריער איז אדם-הראשון געווען אין גן-עדן, דארט וואו עס האט אים גארנישט געפעלט. ער איז געווען גרויס און שטארק, זיין גרויסקייט האט ארומגענומען די וועלט. ליכטיגקייט האט ער גענאסן פון דעם אור-הגנוז. ער האט אלעס פארמאגט.
פלוצלינג האט אים דער באשעפער פארטריבן פון גן-עדן, אוועקגענומען די ליכטיגקייט און אים געמאכט קליין און שוואך. אדם האט געציטערט, אצינד איז ער געווען אומבאהאלפן קעגן די אנדערע חיות, ווי אזוי וואלט ער געקענט אנגיין אן קיין ליכטיגקייט און אן פייער?
דאן האט אים דער באשעפער באוויזן דעם פייער, וואס דערמיט האט דאס אים געגעבן קראפט און שטארקקייט קעגן די אנדערע בעלי-חיים, דאס האט אים ליכטיג געמאכט דעם ארום און ער האט שוין געקענט אנגיין אין לעבן.
יעדן מוצאי שבת מאכן מיר די ברכה "בורא מאורי האש". מיר דארפן זיך מתבונן זיין, דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע חסדים און באגרייפן די געוואלדיגע מתנה וואס דער בורא כל עולמים האט אונז געשאנקען.
פייער אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם
מיינט איר אוודאי אז איר באגרייפט שוין דעם כח פון פייער, און וויפיל דאס גיבט צו פארן מענטש? – נישט זיכער. פייער איז פיל מער פון דעם וואס איר קלערט!
מיט בערך צוויי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, האט דער מענטש אנגעהויבן צו באגרייפן דעם פייער. אין אנהויב האט דער מענטש זיך באנוצט מיטן פייער אויף זיינע פריוואטע צוועקן, צו קענען אנגיין מיטן לעבן ביינאכט און זיך ווארעמען דערמיט.
במשך די צייט האבן מענטשן אנגעהויבן איינצוזען אז פייער איז פיל מער מאכטפולער פון דעם. צוביסלעך האט מען זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער, אויף פיל גרעסערע און מאסנשטאבליכע פראיעקטן.
מענטשן האבן אנגעהויבן אפצוברענען גאנצע וועלדער, מיטן ציל צו כאפן די חיות וואס זענען פארכאפט געווארן אין די פייער און זיי נעמען פאר זיך. מען האט אפגעברענט גאנצע שטחים, מיטן ציל צו פארבינדן איין דארף מיטן אנדערן, פאר די באקוועמליכקייט פון דער מענטש, אזוי איז געשאפן געווארן דערפער, שטעט און לענדער.
אפילו אין פריוואטן באנוץ איז דער פייער מער צונוצגעקומען. מענטשן האבן זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער, אויף צו קענען בעסער פראדוצירן זייערע כלים. דורך פייער האט מען פאבריצירט פיל שענערע און בעסערע כלים, וואס האבן ערליך געדינט דעם מענטש.
געקאכטע עסן
און ווי אזוי קען מען פארגעסן; קאכן... מענטשן האבן זיך גענומען קאכן מיט פייער. א גאנצע רייע פון נייע מאכלים זענען אפירגעקומען אויפן מארקעט, און מענטשן האבן זיך געקענט מחיה זיין דערמיט.
איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט פון פריער? – מענטשן האבן בלויז געקענט עסן רויע מאכלים, פרוכט און גרינצייג, אדער רויע פלייש... זאל נישט אויסגערעדט זיין. "געקאכטע עסן" איז געווען א חידוש אין די בריאה. מען טאר נישט פארגעסן אז עס זענען פארהאן פיל מאכלים וואס עס איז אוממעגליך צו עסן רויערהייט. איידער מען האט זיך באנוצט מיט פייער, האבן מענטשן נישט געקענט געניסן פון פילע סארט געוואוקסן, א שטייגער ווי ווייץ, רייז, קארן, קארטאפל און נאך.
און מיינט נישט אז דאס איז געווען א מינדערוויכטיגער חידוש. דאס האט געטוישט דער מענטש אויף שטענדיג. דער דיעטע פון דער מענטש האט זיך געטוישט, און דאס האט גורם געווען ערנסטע שינויים אין דאס פיזישע און גייסטישע געבוי פון דער מענטש, באאיינפליסנדיג מיט א שטארקקייט דאס געדאנקענגאנג פון דער מענטש.
עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, אז געקאכטע עסן פארדייעט זיך פיל גרינגער ווי רויע עסן. דער פאקט איז, אז א מענטש קייעט און פארדייעט זיין עסן שנעלער ווי אנדערע בעלי-חיים. די סיבה דערצו איז, אז קאכן פארגרינגערט דעם קייען און פארדייען. מען זאגט אז מאלפעס פארברענגען פינף שעה א טאג מיט קייען עסן, אנדערע בעלי-חיים זענען נישט אנדערש דערמיט. די פייער האט גורם געווען אז מען זאל קענען קאכן עסן און זיך איינשפארן פיל צייט פון קייען און די שוועריגקייטן פון פארדייען די עסן. קאכן איז אויך א געזונטע זאך, דערפאר וואס עס הרג'עט אוועק פיל שלעכטע באקטעריעס פון די רויע עסן.
די קאנצעקווענצן איז געווען זייער קלאר. ביז צוויי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, האבן מענטשן פארמאגט א גרעסערן מאגן, הערשט שפעטער האט דער מאגן פון דער מענטש זיך איינגעצוימט און געווארן קלענער. דאס איז געשען אין די זעלבע עפאכע וואס מען האט זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער. דער שייכות צווישן די צוויי איז שטארק מערקבאר. געקאכטע עסן ברענגט אז דער מענטש זאל נישט מוזן עסן אזויפיל, ער זאל זיך באגיניגן מיט ווייניגער. דאס מאכט אז דער מאגן זאל ווערן מער איינגעצוימט, לאזנדיג מער ענערגיע פאר דער מוח.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז דאס באנוץ פון פייער דורך מענטשן, האט פיל ארויסגעהאלפן פאר דער מוח פון דער מענטש צו ווערן בעסער אנטוויקלט און מעגליך אויך גרעסער. דארפן מיר דעריבער דאנקען דעם אויבערשטן אויפן פייער, וויבאלד דאס האט אונז אומדירעקט גורם געווען צו א געזונטערע מוח.
ברוך אתה ה'... בורא מאורי האש!
דער עלטער פון פייער
אין א זייטיגן נאטוץ, למען הפונקטליכקייט:
עס איז נישט קלאר פונקטליך ווען מענטשן האבן זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער. לויט טייל מיינונגען זענען שוין פארהאן צייכענעס פון פייער דורך מענטשן מיט א מיליאן יאר צוריק, אנדערע עדות זענען פארהאן פאר אכט-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, אבער דאס זענען נישט קיין קלארע פאקטן און אפילו אויב דאס זאל זיין ריכטיג, איז דאס נישט געווען קיין רעגלמעסיגע זאך אז מענטשן זאלן זיך באנוצן מיט פייער, ביז פאר צוויי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק בערך.
מאניפילירן דעם פייער
עס מוז גענומען ווערן אין באטראכט, אז פיל בעלי-חיים באנוצן זיך מיט די כוחות און ריסארסעס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אויף די וועלט. עס זענען פארהאן וואס באנוצן זיך מיט די ווינט, כוואליעס, די זון און-אזוי-ווייטער. אבער קיין איין בעל-חי קען זיך נישט ארומשפילן דערמיט לויט זיין פארלאנג.
נעמט צום-ביישפיל דער אדלער, ער דערשמעקט וואו עס געפינט זיך הייסע לופט, דארט הויבט ער זיך אויף און ערלויבט אז די הייסע לופט זאל אים אויפהייבן און טראגן. דער אדלער קען אבער נישט פראדוצירן הייסע לופט וואו אימער ער גייט, ער קען בלויז בענעפיטירן פון די ערטער וואו עס איז פארהאן הייסע לופט.
ווידער דער מענטש באנוצט זיך מיט די פייער, נישט בלויז דארט וואו עס איז פארהאן פייער. דער מענטש קען איבעראל פראדוצירן פייער און זיך באנוצן דערמיט. דאס איז די חכמה וואס דער מענטש פארמאגט, און דורכדעם האט ער דערגרייכט דעם שטאפל פון הערשן און זיין העכער אלע בעלי-חיים פון די וועלט.
א דאנק דעם פייער, האט דער מענטש זיך ערווארבן דעם הויכן שטאפל פון זיין דער באלעבאס איבער די וועלט. דורך די פייער האט דער מענטש באקומען דעם כח צו באהערשן אלע סארט בעלי-חיים, אויספלאסטערן פרישע וועגן און שטעגן, בויען בנינים און אויפטון גדולות ונצורות.
מיר דארפן באדאנקען דעם באשעפער פאר די פייער, וואס דורכדעם זענען מיר אנגעקומען אויף דעם שטאפל וואו מיר שטייען אצינד.
דער פייערדיגער מוח
אנדערע חוקרים נעמען דאס א שטאפל ווייטער. לויט זיי האט דער מענטש זיך ערווארבן זיין גרויסן מוח נאר דורך דעם פייער. זיי ווייזן אן אז דער 'הומו סאפיינס' (דאס איז אונזער מענטש וואס עקזיסטירט היינטיגע טעג), האט אנגעהויבן צו אנטוויקלען זיין מוח, הערשט נאכדעם וואס ער האט זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיטן פייער, און דאס איז ערמעגליכט געווארן א דאנק דעם פייער און עסן געקאכטע עסן. אין אנדערע ווערטער: די פייער האט גאר צוגעברענגט צום גרויסן מוח פון דער מענטש.
מיטן באנוץ פון דעם פייער, איז דער מענטש געווארן דער געוועלטיגער אויף דער וועלט, א דאנק דעם וואס ער קען זיך באנוצן מיטן פייער וואו אימער ער גייט און שטייט. דער מענטש דארף זיך שוין נישט שעמען מיט זיינע קליינע שוואכע נעגל און ציין, ער דארף זיך שוין נישט קליין האלטן מיט זיינע שוואכע מוסקלען. ער פארמאגט א וואפן וואס קיין בעל-חי פארמאגט נישט – דער פייער.
און דער פייער איז אזא מאכטפולער וואפן, וואס ווי מאכטפול זי איז, האט זיך דער מענטש קיינמאל נישט פארגעשטעלט איר אמת'ע מאכטפולקייט – נעמליך אז דאס איז דער ערשטער שטאפל פארן אטאם.
און ווער ווייסט וואס נאך?!
[center]המשך יבוא[/center]
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 1:03 pm
דורך חקרן
[center]חלק ד
זענען מיר נעאנדערטאלן?[/center]
דער מענטש מיט איר שותף
מיט אן ערך פון זעכציג-טויזנט יאר צוריק, האבן מענטשן ארויסגעוואנדערט פון דער אפריקאנער קאנטענענט, וואו זיי האבן שטענדיג געוואוינט, אנקומענדיג קיין אייראפע. דארט האט זיי אפגעווארט אן איבראשונג, געפינענדיג דארט אנדערע סארט מענטשן, "דער נעאנדערטאל", וועלכער איז דאן געווען ברייט פארשפרייט און באזעצט איבער דעם גאנצן אייראפעאישן קאנטענענט.
דאס איז געווען אן איבראשונג פאר די מענטשן, זיך דערוויסנדיג אז זיי זענען נישט אליין אויף די וועלט. עס זענען ווירקליך פארהאן נאך מענטשן אויף דער וועלט, וואס זענען אביסל אנדערש פון זיי, טאקע אין די זעלבע פאמיליע פון דאס מענטשהייט, אבער פארט אנדערש פון זיי.
ווער זענען דאס די דאזיגע "נעאנדערטאל"? – וואו קומען זיי אן אויפן כדור הארץ?
דאס איז פארבינדן מיט א געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט מיליאנען יארן פריער!
דער ערשטער ארויסוואנדערונג
פאר צוויי-און-א-האלב-מיליאן יאר צוריק, האבן געוואוינט אויף אונזער וועלטל די פרימיטיווע זיידעס פון דאס מענטשהייט. די דאזיגע מענטשן האבן געוואוינט אין אפריקע, און זיי זענען נישט געווען די זעלבע ווי די היינטיגע 'הומו סאפיינס', זיי זענען געווען די זיידעס פון די היינטיגע מענטשהייט, אויסקוקנדיג עטוואס אנדערש און האבנדיג אנדערע נאטורן. אין די תורה'דיגע טערמינען וואלטן מיר דאס אנגערופן, אז דאס זענען געווען די מענטשן וואס האבן געלעבט, נאך איידער דער באשעפער האט אריינגעבלאזן אין זיי א רוח חיים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ויפח ה' נשמת רוח חיים, ויהי האדם לנפש חיה". מיר רעדן אצינד פון א פריעדיגע תקופה, די תקופה פון די זיידעס פון אדם הראשון, די וועלכע זענען נאכנישט געווען קיין 'רוח ממללא', און האבן נאכנישט פארמאגט דער 'נשמת רוח חיים'.
אין יענע יארן האבן מענטשן די ערשטע מאל ארויסגעוואנדערט פון דער אפריקאנער קאנטאנענט – וואו זיי האבן געלעבט ביז דעמאלס. די מענטשן האבן זיך פארשפרייט אין אזיע און אייראפע, זיך פארמערנדיג און צוגעוואוינענדיג צום ארטיגן וועטער קלימאקס און לעבנ'ס שטייגער.
אפריקע מיט אזיע זענען פארט געווען אפגעהאקט איינע פון די אנדערע, און די מענטשן פון אפריקע האבן נישט פארמאגט קיין שום פארבינדונג מיט זייערע אמאליגע ברידער וואס האבן געהאט ארויסגעוואנדערט קיין אזיע און אייראפע.
במשך מיליאנען יארן, האבן די צוויי מענטשליכע קערפערשאפטן געוואוינט איינע ווייט פון די אנדערע – דער אין אפריקע און דער אין אזיע, אייראפע, זיך אנטוויקלנדיג אנדערש איינע פון די אנדערע, געוואנדן לויט די קלימאטן אין די לענדער וואו זיי האבן געוואוינט.
אין אפריקע האט זיך אנטוויקלט דער 'הומו סאפיינס' – אונזער מענטשעלע מיט וועמען מיר זענען באקאנט, וועלכער איז שוין געווען אין עקזיסטענץ מיט איבער הונדערט-טויזנט יאר צוריק; ווידער אין אזיע האט זיך אנטוויקלט דער "נעאנדערטאל", אן אנדערע סארט מענטש וואס האט פארמאגט אנדערע נאטורן פון אונזער סארט מענטש, מיט וואס מיר זענען צוגעוואוינט. ביידע פון זיי זענען אייניקלעך פון די זעלבע זיידעס, וועלכע האבן געוואוינט אין אפריקע מיט מיליאנען יארן פריער.
דער נעאנדערטאל האבן אויסגעקוקט ענליך צו אונז, נאר אביסל נידעריגער און שטערקער מיט פיזישע כוחות. עס איז נאך ביז היינט נישט קלאר אלע איינצלהייטן איבער זייער לעבן און שאפן, עס איז נישט קלאר וויפיל זיי האבן געקענט רעדן און ווי גרינג עס איז זיי אנגעקומען דאס רעדן. מיט דעם אלעמען איז קלאר אז זיי האבן געפירט א געמיינזאמען לעבן, זיך העלפנדיג איינער דעם אנדערן און באגראבנדיג זייערע טויטע. ווי אויך האבן זיי זיך באנוצט מיט פייער און געהאט די מעגליכקייטן צו פראדוצירן כלים.
מיליאנען יארן האבן די צוויי סארט מענטשן געלעבט אין אונזער וועלטל, אן דעם וואס זיי זאלן זיך אמאל באגעגענען, און אן דעם וואס זיי זאלן בכלל וויסן איינע פון די אנדערע. דער 'הומו סאפיינס' (אונזער מענטש) האט געלעבט אין אפריקע, און דער 'נעאנדערטאל' האט געלעבט אין אזיע.
נעאנדערטאלן גייען אונטער
מיט אן ערך פון זעכציג-טויזנט יאר צוריק, האבן מענטשן ווידער ארויסגעוואנדערט פון דער אפריקאנער קאנטענענט, אנקומענדיג קיין אייראפע. דארט האט זיי אפגעווארט אן איבראשונג, געפינענדיג דארט אנדערע סארט מענטשן, "דער נעאנדערטאל", וועלכער איז שוין דאן געווען ברייט פארשפרייט און באזעצט איבער דעם גאנצן אייראפעאישן קאנטענענט.
דאס איז געווען דער ערשטע מאל וואס די צוויי סארט מענטשן האבן זיך באגעגנט.
אבער דאן געפינען מיר אן אינטערעסאנטע ערשיינונג:
פון דעמאלס וואס די צוויי סארט מענטשן האבן זיך באגעגנט, האט דער פאפולאציע פון דער נעאנדערטאל אנגעהויבן איינצושרינקען, ווערנדיג וואס אמאל ווייניגער און ווייניגער. אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז דרייסיג טויזנט יאר צוריק (נעכטן ביינאכט – אין אביאליציע טערמינען), וואס דעמאלס געפינען מיר די לעצטע שפירן פון דער נעאנדערטאל. זינט דעמאלס זענען מער קיין שום שפירן פון נעאנדערטאלן נישט פארהאן.
וואו זענען נעלם געווארן די נעאנדערטאלן? – פארוואס האבן זיי אנגעהויבן צו ווערן ווייניגער און ווייניגער, פונקט דעמאלס ווען דער אפריקאנער 'הומו סאפיינס' איז ערשינען אין איר גלילות? – וואס איז דארט געשען?
צווישן פארשער זענען פארהאן צוויי מיינונגען וואס עס האט דעמאלס פאסירט:
א. זיך אויסגעמישט:
לויט די דאזיגע טעאריע, האבן די נעאנדערטאלן אנגעהויבן לעבן אינאיינעם מיט די אנדערע מענטשן, חתונה האבן און באקומען קינדער, אזוי אז זיי האבן זיך אריינגעבלענדט צווישן די 'הומו סאפיינס' און זיי זענען געווארן איינס אין דאס זעלבע.
דאס מיינט אייגנטליך, אז די נעאנדערטאלן זענען קיינמאל נישט אונטערגעגאנגען. א גרויס חלק פון דער מענטשהייט זענען גאר אייניקלעך פון די נעאנדערטאלן, און פארמאגן אין די דזשינס נעאנדערטאלישע צעלן.
ב. זיי זענען פארטיליגט געווארן:
לויט דער דאזיגער טעאריע, איז דער נעאנדערטאל געווען גענצליך אנדערש פון דער אפריקאנער מענטש, אויף אזוי ווייט אז עס איז נישט געווען שייך צו וואוינען אינאיינעם אדער צו האבן סיי וועלכע פארבינדונגען. במשך די יארן איז דער נעאנדערטאל פארטיליגט געווארן פון דער צעוויליזאציע, פונקט אזוי ווי אנדערע בעלי-חיים וואס האבן אמאל עקזיסטירט און במשך די יארן זענען זיי פארשוואונדן געווארן פון דער וועלט.
דער ראסיסטישער טעאריע
מיינט נישט אז דאס איז אבי א שאלה. קוקט עס נישט אן ווי א פאקט אז דער נעאנדערטייל איז נעלם געווארן, און עס איז נישט קיין נפקא-מינה ווי אזוי דאס האט פאסירט.
מען רעדט דא פון א שאלה וואס הרבה גופי תורה תלויים בה. עס איז א שאלה פון ראסע. לאמיר דאס טיפער ערקלערן:
אז מיר זענען אנדערש פונעם בעל-חי, פארשטייט יעדער. אויב ס'וועט זיך מאכן א שאלה, אז מען קען ראטעווען אדער א מענטש אדער א בעל-חי, וועט יעדער פארשטיין אז דער מענטש קומט קודם, ווייל מיר זענען דאך די מענטשן און מיר דארפן זיך אננעמען פאר אונזערס א מענטש איידער מען נעמט זיך אן פאר יעדע אנדערע בריאה.
אצינד, וואס טוט זיך מיט א מאלפע קעגן א מענטש? – אויך דארט וועט יעדער איינשטימיג זיין, אז טראצדעם וואס די מאלפע האט ענליכע אייגנשאפטן צו מענטשן, איז זי פארט א בעל-חי און נישט די זעלבע פון מענטשן, און דעריבער קומט דער מענטש פריער.
און וואס טוט זיך מיט אן אפריקאנער?
ששששששש... ווי אזוי רעדסטו? – ראסיזם. ניין? – דער אפריקאנער איז דאך פונקט אזא מענטש ווי דיר... נישט אזוי?
גארנישט אזוי זיכער!
אויב זאלן מיר אננעמען, אז די נעאנדערטאלן האבן זיך אויסגעמישט מיט די הומו סאפיינס, קומט אויס אז אלע אייראפעער האבן די-ען-עי פון די נעאנדערטאלן, דאס מיינט אז די אייראפעער האבן אנדערע דזשינס פון די אפריקאנער, זיי זענען האלבע נעאנדערטאלן און אנדערש פון די אפריקאנער וואס זענען קיינמאל נישט געקומען קיין אייראפע, זיי האבן זיך נישט אויסגעמישט מיט די נענאדערטאלן און פארמאגן נישט זייערע דזשינס.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז גענעטיש זענען מיר אנדערש געבויעט ווי די אפריקאנער. דאס איז א שטארקע באזע אויף ראסיסטישע מיינונגען.
ווידער אויב זאלן מיר זאגן, אז די נעאנדערטאלן האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעמישט מיט די מאדערענע מענטשן, נאר זיי זענען פארטיליגט געווארן – אויף וועלכער אופן עס זאל נאר נישט זיין, מיינט דאס אז די אייראפעער זענען פונקט די זעלבע סארט מענטשן ווי די אפריקאנער, עס איז נישט פארהאן קיין שום גענעטישע חילוק צווישן זיי.
א געזונטער ראסיסט, וועט ענדערש וועלן אננעמען אז די נעאנדערטאלן האבן זיך אויסגעמישט מיט דער הומו סאפיינס, און אלע אייראפעער זענען האלבע נעאנדערטאלן. דאס וועט אים מאכן גענעטיש אנדערש פון דער אפריקאנער, וועלכער איז געבליבן שטענדיג אין אפריקע און ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעמישט מיט די נעאנדערטאלן.
למעשה?
דא איז פארהאן א יסודות'דיגע מחלוקת, וואס וועט אויסקלאפן איבער ראסע, צי מיר זענען טאקע אנדערש פון די אפריקאנער אדער נישט. דאס איז א שאלה צי ראסיזם איז אויסגעהאלטן אדער נישט.
די יסוד המחלוקת איז אבער די נעאנדערטאלן זעלבסט. די שאלה איז צי זענען זיי ווירקליך גענצליך אונטערגעגאנגען, אדער זענען זיי דא אין דעם פארעם פון דער מאדערענער מענטש און מיר זענען אלע האלבע נעאנדערטאלן?
דער ענטפער דערויף איז פארשידנארטיג: טיילמאל קומען פארשער אויף מיט הוכחות און ראיות אז זיי האבן זיך נישט אויסגעמישט מיט דער מענטשהייט, נאר זיי זענען אונטערגעגאנגען, און טייל מאל קומען אפיר ראיות אז זיי זענען גענצליך פארטיליגט געווארן דורך דער הומו סאפיינס.
דער אמת איז לכאורה ערגעץ אינדערמיטן. דער נעאנדערטייל איז ווירקליך געווען אנדערש פון דער מאדערנער מענטש. דער מאדערנער מענטש איז נישט געווען אינטערעסירט אין דער נעאנדערטייל און נישט געקענט סובל זיין צו לעבן אין זיין סביבה. פארט האט ער געהאט א מעגליכקייט אנצוקנופן באציאונגען מיט דער נעאנדערטאל, און במקום שאין איש זענען זיי אויך גוט געווען. דא און דארט איז פארגעקומען געשלעכטליכע באציאונגען צווישן דער מענטש אין דער נעאנדערטייל, אבער נישט גענוג אז דאס זאל זיין דער נארמאלער לעבנסוועג.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז דער מענטש האט זיך געשפירט נאנטער צום נעאנדערטאל ווי צום מאלפע, מיט וועמען דער מענטש זוכט אין אלגעמיין קיין שום באציאונגען. מיט דער נעאנדערטאל האט זיך געקענט מאכן באציאונגען דא און דארט.
אנדערע טעאריעס זענען פארהאן, אז עס זענען געווען באציאונגען צווישן מענטשן און נעאנדערטאלן, אבער דאס האט נישט געברענגט קיין קינדער, אדער איז געבוירן דערפון אזעלכע קינדער וואס קענען נישט געבוירן קיין קינדער, א שטייגער ווי דער מויל-אייזל וואס קומט פון א געשלעכט פון א פערד מיט אן אייזל, און ווי באקאנט קען דער מויל-אייזל נישט געבוירן קיין קינדער. עס זענען געווען אזעלכע פארשער וואס האבן זיך ארויסגעלאזט אין א מסע אפירצוזוכן אזעלכע קינדער, וואס זענען געבוירן געווארן פון ביידע מינים צוזאמען.
אזוי צי אזוי, איז מסתבר אז דער נעאנדערטאל איז נישט גענצליך אונטערגעגאנגען. אין די דזשינס פון דער מענטשהייט געפינט זיך מעגליך עפעס פון דער נעאנדערטאל, און מעגליך אז מיר זענען אלע א חלק פון דער נעאנדערטאל.
גייענדיג אויפן צווייטן מהלך, אז דער נעאנדערטאל איז גענצליך אונטערגעגאנגען און פארטיליקט געווארן, איז דאס א זאך וואס דארף אפשטעלן די מחשבה אויף א מינוט. מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך וואס עס קומט דא פאר, נעמליך אז פונקט דעמאלס וואס דער מאדערענער מענטש ערשיינט אין איר סביבה, הויבט דער נעאנטדערטאל אן איינצושרינקען, און עוועטנטואל ווערט זי נעלם פון דער וועלט.
וואס פאסירט דא אצינד?
זענען די צוויי פאקטן פארבינדן איינע מיט די אנדערע? – האט דער מענטשליכער ערשיינונג אין אייראפע, א שייכות מיט דער אונטערגאנג פון דער נעאנדערטאל?
דערויף זענען פארהאן דריי מיינונגען צווישן די פארשער:
א. דירעקט נישט! – עס איז א צופעליגע זאך, אז פונקט דעמאלס ווען דער מאדערענער מענטש איז אנגעקומען, האבן די נעאנדערטאלן אנגעהויבן אונטערצוגיין און איינשרינקען, אזוי ווי פיל בעלי-חיים וואס עס קומט צו א געוויסע פונקט ווען זיי גייען אונטער, און ביי די נעאנדערטאלן איז דאס געשען צופעליג אין די זעלבע תקופה וואס דער מאדערענער מענטש איז אנגעקומען פון אפריקע.
ב. דירעקט יא! – דער מאדערענער מענטש האט דירעקט פארטיליגט און גע'הרג'עט דער נעאנדערטאל, איר אויסראטנדיג פון דער צעוויליזאציע. א ראסן פארברעך, מעגליך די ערשטע עטנישע ראסן פארברעכן אין די היסטאריע.
ג. יא, אבער נישט דירעקט! – דער מאדערענער מענטש איז אין יענע תקופה געווען היבש מער פארגעשריטן ווי דער פרימיטיווער נעאנדערטאל, דעריבער האבן זיי אומדירעקט אריינגעשטיפט די נעאנדערטאלן אין א וואונקל.
ד. דער מאדערנער מענטש איז אנגעקומען צו א פרוכטבארע וואלד, וואו עס איז געוואקסן ניסלעך מיט יאגדעס, האבן זיי געהאט גענוג פארשטאנד ווי אזוי צו דערוואטערן די פרימיטיווע נעאנדערטאלן פון דעם ארט. דאס זעלבע האבן זיי בעסער אן עצה געגעבן מיט פאנגען חיות, אוועקנעמענדיג די חיות פון די נעאנדערטאלן. אזוי זענען די נעאנדערטאלן צוביסלעך אונטערגעגאנגען, נישט האבנדיג זייערע לעבנס באדערפענישן.
מיר קענען דאס אביסל פארשטיין, זעהענדיג ווי אזוי די אייראפער האבן איבערגענומען דעם אמעריקאנעם קאנטענענט, אריינשטיפנדיג די פרימיטיווער אינדיאנער אין זייער וואונקל. עס איז א מציאות אז דער אינדיאנער פאפולאציע האט זינט דאן אנגעהויבן צו שרינקען, הגם זי איז נישט גענצליך אונטערגעגאנגען. אבער אנדערש פון די אינדיאנער, זענען די נעאנדערטאלן געווען אנדערע סארט בריאים ווי די מענטשן, אזוי אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום פארבינדונגען, און דעריבער האבן זיי אנגעהויבן צו שרינקען ביז זיי זענען נעלם געווארן פון דער האריזאנט.
לויט די השערה פון די פארשער, האט אזוי אויסגעקוקט א נעאנדערטאל פון אמאל – מעגליך אייער זיידע...
אין א זייטיגן צוטאט:
שטעלט אייך פאר, ווען די נעאנדערטאלן וואלטן איבערגעלעבט און זיך געפינען היינט אויף די וועלט, ווי אזוי וואלט די וועלט אויסגעקוקט? – וואלט איר געטון ביזנעס מיט זיי? - וואס וואלט די תורה געזאגט אויף זיי? – האבן זיי א צלם אלוקים? – מעג מען מקבל זיין גרים פון זיי? – האבן זיי א נשמה? – זיי האבן א דין ווי א גוי אדער ווי א בעל-חי? – ווי אזוי וואלטן אויסגעקוקט די מיטל אלטער יארן, וואלטן זיי געהאט שטים רעכטן? – זיי וואלטן געמעגט דינען אין מיליטער? – ווי אזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט?
מיר זענען אזוי צוגעוואוינט, אז מיר זענען די איינציגסטע קלוגע מענטשן אויף די וועלט, אז מיר באטראכטן זיך אלס דער קרוין פון די בריאה, און אז צווישן אונז מיט די גאנצע וועלט איז פארהאן א ווייטע טיפע מהלך. מיר קענען זיך אפילו נישט פארשטעלן א מציאות, אז עס זאלן זיין נאך אנדערע סארט מענטשן אויף די וועלט, אזוי ווי אונז.
ווען דארווין האט ערקלערט, אז דער מענטש איז נישט מער ווי נאך א בעל-חי וואס לעבט אויף דער וועלט, האט דאס ארויסגערופן א גערודער. ביז היינט ווילן דאס רוב מענטשן נישט אנערקענען און האלטן אז מיר זענען עפעס אנדערש. מעגליך אז טאמער וואלטן די נעאנדערטאלן געלעבט, וואלטן מיר גרינגער אנערקענט אין אזא סארט מציאות.
אפשר איז דאס די סיבה, פארוואס אונזערע זיידעס האבן נישט געקענט סובל זיין די נעאנדערטאלן, און געפינען פאר וויכטיג זיי צו פארטיליגן...
סך-הכל:
לאמיר מאכן א קורצן סך-הכל פון וואס מיר האבן גערעדט ביז אצינד.
100,000 יאר צוריק – האט שוין דער 'הומו סאפיינס' עקזיסטירט און געלעבט אין אפריקע, זיין היים לאנד.
60,000 יאר צוריק – האט דער 'הומו סאפיינס' ארויסגעוואנדערט פון אפריקע, אנקומענדיג קיין מזרח-אזיע, וואו ער האט זיך אנגעטראפן מיט דער נעאנדערטאל.
45,000 יאר צוריק – איז דער 'הומו סאפיינס' אנגעקומען קיין אייראפע.
45,000 יאר צוריק – אין דער זעלבער צייט, איז דער 'הומו סאפיינס' אנגעקומען קיין אוסטראליע, אן ארט וואס א מענטשליך פוס האט פאר דעם נאכנישט באטראטן.
15,000 יאר צוריק – איז דער 'הומו סאפיינס' די ערשטע מאל אנגעקומען קיין אמעריקע.
50,000 יאר צוריק – האט געלעבט דער לעצטער 'הומו סאלאאנזיס', וואס מען האט געפינען.
40,000 יאר צוריק – האט געלעבט דער לעצטער 'הומו דניסובא' וואס מען האט געפינען.
30,000 יאר צוריק – האט געלעבט דער לעצטער דעאנדערטאל וואס מען האט געפינען.
[center]המשך יבוא[/center]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:23 am
דורך איך אויך
נארישע כפירה אלערט.