בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 10:24 pm
דורך קורקלענד
אז ס'איז דא א גאט וואס האט אנגעמאכט די גאנצע מעשה איז עס גאנץ ראציאנאל.
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 10:27 pm
דורך אישתישבי
מען טענה'ט אויף די מכות, דאס איז די קלענסטע נס קעגען דער פשוטער נס, וואס ווערט אפילו נישט דערמאנט אלץ נס, דאס אז זעקס הונדערט טויזענט מענטשען גייען צוזאמען, פינף אברעסט (אין די ברייט), איז די שורה ווי לאנג? רעכענט אליין, גיבט יעדעם איינעם דריי פיס, עס שטייט נישט אז מען איז געגאנגן ווי מען טאנצט מיט די הענט אויף יענעמס פלייצע, 375 טויזענט פיס, א חשבון פין בערך 70 מייל, און ווען איינער דארף קטנ'ן, און דער עולם גייט ווייטער, מען קען דען אזוי גיין? פשוט די לגיסטיק וויאזוי דאס זאל ארבעטען איז שטארק נישט בטבע.
מען קען מוסיף זיין קשיות. כהנה וכהנה, אבער עס מאכט נישט אויס, די אלע ענינים די מכות מיט דער גאנצע מעשה, אפילו מען זאל קענען מסביר זיין אפאר מכות בטבע מאכט עס נישט גרינגער צו גלייבען אז די מעשה איז אמאהל געשעהן דברים ככתבן.
ווען די חבדסקע זאגען איך בין א נאר און איך גלויב, זאגען זיי עפעס.
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:ווען די חבדסקע זאגען איך בין א נאר און איך גלויב, זאגען זיי עפעס.
ווי זאגן עס די חבד'סקע? ס'איז א סלאנימער ווארט (אויך נישט קלאר נאכגעזאגט.. )
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 10:58 pm
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:אז ס'איז דא א גאט וואס האט אנגעמאכט די גאנצע מעשה איז עס גאנץ ראציאנאל.
ראציאנאל מיינט אז עס שטימט מיט באגרייפבארע חוקי הטבע. דער היימישער באשעפערס כח טאר נישט זיין באגרייפבאר, דער באשעפער איז א הייליגער ....
וואס קען טון די אוממעגליכע און אומפארשטענדליכע און דער מקור פון זיין כח איז פארבאטן צו דערגיין.
Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 11:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ראציאנאל מיינט אז ס׳שטימט מיט די חקי הלאגיק, א סארט טראכאסגאנג וואס קען ארייננעמען זאכען וואס די חושים קענען לאו דוקט באגריפען. עי׳ ערך קוואנטום פיזיקס
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 1:07 am
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז קלאר אז די ראציאנאלע מהלכים איז זייער נישט היימיש און נישט אויסגעהאלטן מיט די כוונת הכתוב, ווייל ע"פ פשטות הכתוב האבן דא געדארפט פאסירן מורא'דיגע ניסים וואס וועט זיין דער סימבאל פון סאמנסטע מעשה ניסים לדורות. מען זעהט אז משה האט ע"י כוח הנבואה אלעס פאראויס געזאגט, און דווקא דורך פארשידענע פעולות און תנועות זענען די דיזעסטערס געשען, הכלל עס איז קלאר אז דער רצון פונעם כותב התורה איז אז מיר זאלן זעהן די זאכן פון איבערנאטורליכע ברילן. די ראציאנאליסטן זענען אבער געבליבן סטאק מיט די תורה ומצוות אדער גאר זיך פארליבט דערין זעענדיג דערין א מעגליכקייט דאס צו ניצן פאר פילאזאפישע אידעעס, האבן זיי פראבירט צו ראציאנאליזן די מעשה ניסים.
איך האב נישט נאכגעקוקט דעם אברבנאל יעצט אבער דוכט זיך אז זיין עיקר כוונה איז אז יעדע מכה פאר זיך איז נישט כנגד חוקי הטבע דאס הייסט אז וואסער קען בעצם ווערן רויט/בלוט, ווייל גאט טוט נישט זאכן וואס זענען כנגד הטבע, אבער ער איז אויך מסכים אז דאס וואס עס איז פלוצלינג געשען פון זיך אליינס אז די וואסער איז געווארן רויט איז א נס.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:32 am
דורך moshav zekeinim
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ראציאנאל מיינט אז ס׳שטימט מיט די חקי הלאגיק, א סארט טראכאסגאנג וואס קען ארייננעמען זאכען וואס די חושים קענען לאו דוקט באגריפען. עי׳ ערך קוואנטום פיזיקס
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דו רעדסט פון א פאראדאקס, מען זעט צוויי סתירה'דיגע פאקטן וואס קען לכאורה נישט וואוינען בכפיפה אחת למשל אז מען זאגט "יאך עס בונדאש" אדער אז מען גייט מיט א טשאלנט טאפ הוט צום כותל... וואס על אף עס איז נישט באגרייפבאר איז עס פארט ראציאנאל, ווייל מען האט פאר די אויגן סיי דעם יאך און סיי דעם גולאש, סיי דעם טשולנטאפ-הוט און סיי דעם כותל. יעדער אומפארשטענדליכער זאך איז לכאורה בבחינת פאראדאקס.
דער היימישער באשעפערס אומבאגרייפבארקייט באשטייט פון דעם וואס אפילו יאך מיט עך זענען א סתירה, ד.ה. נישט נאר ווען מען קומט צו א דעד ענד וואס דער תופעה קען שוין נישט פארשטאנען בדרך הטבע, צ.ב.ש. ווען מען זעהט אז מען זאגט סיי ויצמח פרקני און סיי קץ, א זאך וואס די טבע זאגט דרשינו, נאר אפילו ווען מען זעהט איינעם זאגן סיי קץ און סיי זאגן תחנון אום פורים מעזשעבוש זאגט מען אצבע אלוהים הוא און מען פראבירט נישט צו פארשטיין אז עס איז בעצם לאו דוקא נגד הטבע.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 8:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער לאגיק זאגט אונז אז ס'מוז זיין עפעס העכער די גאנצע בריאה, וואס איז נישט באגרעניצט צו די חקי הבריאה. נאר וויבאלד מיר זיינען יא מוגבל צו די געזעצען, איז עס אונז אוממעגליך אויסצומאלען אין אונזער געוויסען אזא זאך וואס איז אומבאגרעניצט, אבער א ברייטער שכל קען עס אייננעמען, אויב נישט איינזעהן.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 11:59 am
דורך moshav zekeinim
וועלעכער לאגיק זאגט אונז דאס? אבער אז דו ביסט א גלויביגער איד איז א שאד זיך צו טענה'ן אין דעם ענין.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 12:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער ענין איז נישט אויפווייזען דער לאגיק, נאר צו ווייזען אז לאגיק איז לאו דוקא ראציאנאל און ראציאנאליזם איז נישט דער איינציגסטע וועג פון וויסען אלס. געוויסע זאכען, מחמת חוקי הלאגיק, קענען נישט זיין ראציאנאל, ולא נפלה חלקם במציאות צוליעב דעם, נאר אדרבא היא הנותנת.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 1:22 pm
דורך שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס איז שוין סיק-ענד-טייערד ווי יעדער אשכול ווערט געהיידזשעקט פון אפאר ניקס וואס הערן נישט אויף זיך טענה'ן אין אמונה, אידישע היסטאריע, ועוד?
לענינינו, כ'האב א שטיקל שאלה. לויט'ן מדרש איז פרעה געווען א פיצי מידזשעט. שטימט עס מיט דער געפינענעם סטאטוע?
Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 1:34 pm
דורך טמיר
וואס האסטו געוואלט? ער זאל מאכן א פיצי סטאטוע, עס וועט עם נישט ברענגען קיין כבוד
Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס איז שוין סיק-ענד-טייערד ווי יעדער אשכול ווערט געהיידזשעקט פון אפאר ניקס וואס הערן נישט אויף זיך טענה'ן אין אמונה, אידישע היסטאריע, ועוד?
לענינינו, כ'האב א שטיקל שאלה. לויט'ן מדרש איז פרעה געווען א פיצי מידזשעט. שטימט עס מיט דער געפינענעם סטאטוע?
פרעג דאנאלד טראמפ וואס פארא סטאטיו גייט ער מאכען פאר זיך, אויפ׳ן ציבור׳ס חשבון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:20 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס איז שוין סיק-ענד-טייערד ווי יעדער אשכול ווערט געהיידזשעקט פון אפאר ניקס וואס הערן נישט אויף זיך טענה'ן אין אמונה, אידישע היסטאריע, ועוד?
לענינינו, כ'האב א שטיקל שאלה. לויט'ן מדרש איז פרעה געווען א פיצי מידזשעט. שטימט עס מיט דער געפינענעם סטאטוע?
דער מהר"ל האט א גאנצער ביאור אז דער מדרש רעדט איבערן מהות פון פרעה און נישט איבערן פיזישן געשטעל, ווייל צו קען דען זיין יתכן א מענטש אן אמה הויעך און אן אמה ברייט?
בהמות בעלי תשובה מאכער וועלן דיר אבער ווייזן בילדער פון אן אריינגאנג צו א פיראמיד וואס איז אן אמה אויף אן אמה.
און מיסטער @שמעקעדיג טאמער ביסטו נישט סובל קיין היסטאריע דאן פארשטיי איך נישט פארוואס דו ביסט דא אריין געקומען און געפרעגט די קשיה, יעדער אויפריכטיגער ענטפער אויף דיין שאלה גייט פירן אדער צו היסטאריע אדער צו אמונות ודעות.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:34 pm
דורך moshav zekeinim
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ענין איז נישט אויפווייזען דער לאגיק, נאר צו ווייזען אז לאגיק איז לאו דוקא ראציאנאל און ראציאנאליזם איז נישט דער איינציגסטע וועג פון וויסען אלס. געוויסע זאכען, מחמת חוקי הלאגיק, קענען נישט זיין ראציאנאל, ולא נפלה חלקם במציאות צוליעב דעם, נאר אדרבא היא הנותנת.
דאס האב איך דיר פראבירט צו זאגן, עס איז פארהאן אומפארשטענדליכקייטן נאכן האבן א לאגישער ארגומענט, און פארהאן אומפארשטענדליכקייט אן א האבן א לאגישער ארגומענט. דער אידישער גאט און אלעס ארום איז נישט געבויט אויף "לאגישע אומפארשטענדליכקייטן".
איך מיין אבער אז טאמער ווילן מיר ממשיך זיין אין דעם ויכוח וועלן מיר עס מוזן טון ערגעץ אנדערש ווייל די חברה דא ווערן שוין נערוועיז.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:39 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס איז שוין סיק-ענד-טייערד ווי יעדער אשכול ווערט געהיידזשעקט פון אפאר ניקס וואס הערן נישט אויף זיך טענה'ן אין אמונה, אידישע היסטאריע, ועוד?
לענינינו, כ'האב א שטיקל שאלה. לויט'ן מדרש איז פרעה געווען א פיצי מידזשעט. שטימט עס מיט דער געפינענעם סטאטוע?
ס'קריכט געפערליך... ווי אויך האט עס שוין פארטריבן אסאך ניקס.
און די זעלבע מיט די לעצטיגע צוויי טראלל'ן וואס חזר'ן אן יעדן אשכול מיט זייערע תמימות'דיגע נער'ישע איי-וויי-וועלט'ישע תגובות. איינער פון זיי איז ב"ה דערווייל שטעקן מיט קנאות און האלט דארט זיין קרעציגע פעדער, דער אנדערער טראלל'ט אבער אלל אווער, דער איז נאך ערגער פון אלע. ער האט נאך קיין איין נארמאל תגובה געשריבן, קיין איין שטיקל נייעס, ער קייעט איבער וואס אנדערע האבן שוין געזאגט, נאר מיט זיין ספעציעלע נערווירענדע שפראך.
-----------------------------
moshav zekeinim האט געשריבן:איך מיין אבער אז טאמער ווילן מיר ממשיך זיין אין דעם ויכוח וועלן מיר עס מוזן טון ערגעץ אנדערש ווייל די חברה דא ווערן שוין נערוועיז
איך האלט ס'איז א גוטע פלאן, אייוועלט וואלט געווען א פאסיג פלאץ דערפאר. אבער לאז דא ליטוואק.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 4:33 pm
דורך moshav zekeinim
די תלמידי הישיבה זענען זייער נייגעריג וועמען דער ראש ישיבה האט געמיינט
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 7:41 pm
דורך שבת אחים
moshav zekeinim האט געשריבן:די תלמידי הישיבה זענען זייער נייגעריג וועמען דער ראש ישיבה האט געמיינט
לכאורה מיינט ער מיר, און ער רופט עס ״קנאות״ ווייל איך האב מיך אנגענומען פאר מיין רבין- א קדוש אלקי וואס איז געוועהן ממש ווי א טאטע און זיידע פאר צענדליגער טויזענטער מארמרישער אידן אינדערהיים, און ער רופט מיך א ״קרעציגע פעדער״...
איך ווער זייער נערוועז ווען איך פיהל אז איך טרעט אנדערע מענטשען אויף די הינער-אויגן, איך האב הנאה דא צוזיין און שמועסן מיט ענק, כל זמן סאיז געשמאק, אינטעליגענט, און א ראוהיגע אטאמספארע, איך קען מיך נישט אזוי גיט צושטעלן צו ענקערע ראולס און הלכות ווי למשל ווי מ׳מעג יא רעדן פון דעם און ווי מ׳טאר נישט רעדן נאר מיט א שינוי, און סאיז דא א חשובי ניק וואס ליידט אויף OCD און הערט נישט אויף יענעם צו מוסר זאגן וועגן ער ספעלט נישט די ווערטער גיט...
ענק האבן אישוס, איך וועל אנדערש זיין שטיל און לאזן ליטוואק ענק פארקויפן לאקשן אז דער אהבת ישראל פון וויזניץ איז געוועהן א בעל מחלוקות...
זייטס מיר געזונט און שטארק, ענק זענען אלע לעכטיגע אידישע קינדער- חזק ואמץ!
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 7:51 pm
דורך [NAMELESS]
שבת׳ל טייערער זיי נישט אזוי בייז, כ׳האב דיר אויסדריקלעך נישט געמיינט, אינטערסאנט אז אין אישי האט רוב עולם צוגעטראפן, כ׳האב מתחילה געמיינט אז נאר איך ווער נערוועז.
מ׳דארף נישט ווי מער ווי טראכטן אביסל, א ניק מיט איבער צוויי הונדערט תגובות און אלעס טראליש. ער רעדט אין כמעט יעדע אשכול.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 8:28 pm
דורך שבת אחים
[tag]שלום שטיסל[/tag] אנטשולדיגט מיר
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 8:33 pm
דורך moshav zekeinim
עמער מכבד זיין ר' שלום'ן צו דערציילן אביסל מער איבערן חתן דינן דער מלך ירום הודו רעמסס דער גרויסער, וויפיל מלחמות ער האט געהאט מיט די בני חת און וויפיל טעמפלען ער האט געלאזט בויען אין נוב, און פארוואס טאקע איז דער געפינס פון זיין געשטאלט אזא נייעס אין די וועלט. אויך שמעקעדיג קען צולייגן ביד נדיבה.
Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 8:39 pm
דורך טמיר
איך ווייס וואס דער עולם איז אזוי בייז אויף מושב, ער האט זיך לעצטנס שטארק פארבעסערט. זעהט אויס אז די אורות פון פורים האבן סוף סוף יא אן השפעה
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 9:00 pm
דורך קומזיץ
שלום איך ווייס נישט וועמען די מיינסט , קען זיין מיך אויכעט ,אבער ס'דא א מימרא מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך , די אלע גיטע שרייבערס ווערן דא פארשווינדן קוים וואס מ'הערט עפעס פון זיי שאפט זיך דא א חלל וואס ווערט נתמלא דורך אנדערע מענטשן , זעה אז די אלע אלטע לייבן זאלן זיך אויפוועקן וועט די פלאטץ דא האבן א בעסערע פנים