בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:07 pm
דורך לעמיל
איך האב געמיינט אז נאר און צימעס טוישט מען די ניק....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:32 pm
דורך חסידישער דראמער נאה
בויטשיק עס איז נישט גענוי. אמת איך פלעג זיך פארמעסטן מיט אבררהם שור פין צייט צו צייט און יא איך האב איינצעלע מאל געשריבן חדישים אין מיין העפט אין מיין פריוואטע אפיס אדער ווייז נאון עז ביהכ"ס אבער מאך נישט איהער געטריבן...
יא איך בין יואלי נאה... יא איך רעד נאך יידוש.... אין יא איך ווייס ווער די ביסט ווייל נאר איינער פלעגט מיך רופען יואליש.
איך פריי זיך שטארק זיך צו טרעפן מיט ענק אין פארום.
בנוגע אז איך רוף זיך נאך חסידישער דראמער... דא אין פראנקרייך בין איך שטארק באקאנט אין אפילי אז מיין בענד איז כולו פימעל אנלי אחוץ מיר דאך ווייסען כמעט אלע דריי זאכן וועגן מיר. 1 אז איך בין פראם אמעריקע. 2 אז איי גרו אפ חסידיש. 3 אז איך פלעג דראמען פאר נארה דשוינס.
מיין היים איז אפען... קענסט קומען.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:36 pm
דורך זר זהב
דשארדזשיע? מיינסט גרוזיע? הא?
וועלקאם יולי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:52 am
דורך חסידישער דראמער נאה
טענק יאו זר זהב.
יא דאס איז גרוזיע. א תיקן טעות פונעם בלאגער. ער שרייבט אז דאס לאנד געפונט זיך צווישען די אלפען בערג.... דאס איז נישט אמת.. עס געפונט זיך ביי די קאווקאז בערג.. די אלפען איז ביי די גרענעטצן פון שוווייטץ, איטאליע, און פראנקרייך. מיין שטאט ווי איך געפון זיך איז טאקע דארט. איך בין א שעה א האלב פון דזניווא אין שווייטץ און צוויי אהאלב שעה פון מילאן אין איטאליע. זאט עס איז מיין בירטסדעי די וואך גיי איך מיט א גרופע פראנדען און פראנדינעס, פון פארשידענע מדינות, שוין לאז מיך נישט רעדען מלשינות סקיאינג אויף מאונט בלאנק, די העכסטע בארג אין די פראנצויזישען אלפעס. טאקע העכער פון וואס איך בין געווינט אבער טאמער קום איך ארויס בלויז מיט א ספרענט ענקעל איז דאס שוין קאנסידערד אן סאקסעס.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:06 pm
דורך זר זהב
העי מאכסט מיר
דשעלעס... זאג יואל קענסט מיר שיקן עפעס א ווידעא קליפ פון דיין בענד?
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 1:38 pm
דורך פיקציע
דרייט זיך נאך דראמער נאה דא אין שטיבל, אדער איז ער ברוגז געווארן אויף אונז אווי שלום דין?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:30 am
דורך איך זאג דיר
צו יואלי, ביסטו אפשר א ברודער פון אהרן נאה יעק'ל מילער'ס איידעם?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
איינס פון די לענדער וואס איך גיי בלי"נ נישט באזוכן איז מדינת ישראל. אאפס... דער רבי שליט"א פארט נעקסטע וואך אי"ה אהין מיט א פאר פליגערס און (לכה"פ) צוויי "יוקאנס".
אוי... ס'איז שוין אכט אזייגער. ד'ער וועקער האט נישט געקלינגען?