בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 12:21 am
דורך לאקש
הרה''ג ר' משה האט אויך געזאגט אז די וויזניץ'ע רבי האט געהייסן ארויסווארפן יונגעלייט און בחורים וואס טראגן אין וויליאמסבורג פון די כוללים און ישיבות
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 12:23 am
דורך יין שרף
עמעזאן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:אייסקריעם עסטו ביים סעודה...?
וואס א חילוק? ער האט זיך דען דעקלערט אלס וויזשניצער? בסך הכל האלט א רב פון אינדרויסן די ווילימסבורג סאטמר באקס אז די שטאט עירוב האט קיין תוקף
א רב? א מורה הוראה? סיי וועלכע פסק הלכה פון אים וואלסטו ווען מקבל געווען?
#cutthecrap
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 12:27 am
דורך איסר האטלקי
יא, ר' מאטעלע איז געווען א רב א מורה הוראה. זיין שווער דער סקווערער פלעגט אים אסאך צו פרעגן זיינע שאלות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 12:45 am
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:אייסקריעם עסטו ביים סעודה...?
וואס א חילוק? ער האט זיך דען דעקלערט אלס וויזשניצער? בסך הכל האלט א רב פון אינדרויסן די ווילימסבורג סאטמר באקס אז די שטאט עירוב האט קיין תוקף
א רב? א מורה הוראה? סיי וועלכע פסק הלכה פון אים וואלסטו ווען מקבל געווען?
#cutthecrap
דו פארשטייסט נישט? איך למשל ווי נאר איך האב געהערט וואס מיין רבי האט געזאגט נעכטן, איז מיר גוט געווארן... למעשה יעצט זעה איך אז א רעספעטפול רבי א תלמיד חכם א ערענסטע מענטש, רוב חרדישע ציבור האט באוויינט זיין פטירה, ער האלט אויך אזוי, כאטש ער האט נישט קיין פערזענליכע נגיעות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 1:44 am
דורך ערליכער איד
איך בין א ווישניצע'ר חסיד
מיין רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט געהייסען ארויסווארפן קינדער וועגען טראגן מיט'ן עירוב עס איז שקר גס...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 2:28 am
דורך בן ישי
פארוואס פירט מען דאס נישט אראפ צו צימעס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 5:14 am
דורך שבת אחים
סאיז א שאד אז רבי זלמן לייב לייגט זיך אריין אין די שטותים און הבלים. סאיז דאך דא אזויפיל וויכטיגערע זאכן מיט וואס ער קען זיין פארנומען. איך מיין אז ס׳איז מעהר אזא פערזענליכע פאטש אז מהאט איינגעפירט א עירוב אין זיין שטאט וואס ער איז געוועהן דערקעגן. און ער פילט ווי ער האט אביסל פארלוירן קאנטראל אויפן שטאט.
Re: מהרז"ל מסאטמאר: עירוב איז געמאכט אויסצורייסען שב"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 6:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כשהוא חי קולו אחד, כשהוא מת קולו שבעה......
וואס נאך פסקים קען מען ערווארטען פון די מאנסי וויזניצער רבי זצ"ל? ווען גייט מען דרוקען די תשובות?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 9:16 am
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:אייסקריעם עסטו ביים סעודה...?
וואס א חילוק? ער האט זיך דען דעקלערט אלס וויזשניצער? בסך הכל האלט א רב פון אינדרויסן די ווילימסבורג סאטמר באקס אז די שטאט עירוב האט קיין תוקף
א רב? א מורה הוראה? סיי וועלכע פסק הלכה פון אים וואלסטו ווען מקבל געווען?
#cutthecrap
דו פארשטייסט נישט? איך למשל ווי נאר איך האב געהערט וואס מיין רבי האט געזאגט נעכטן, איז מיר גוט געווארן... למעשה יעצט זעה איך אז א רעספעטפול רבי א תלמיד חכם א ערענסטע מענטש, רוב חרדישע ציבור האט באוויינט זיין פטירה, ער האלט אויך אזוי, כאטש ער האט נישט קיין פערזענליכע נגיעות.
הייסט דו האלטסט אז דיין רבי האט געזאגט דדי דעקעלארציע מיט נגיעות ?
ער זאגט דאך דברים של טעם עס איז נישטא קיין עירוב ווייל מ'זעיט עס נישט און אז מ'זעיט עס נישט איז עס נישטא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 10:39 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כשהוא חי קולו אחד, כשהוא מת קולו שבעה......
וואס נאך פסקים קען מען ערווארטען פון די מאנסי וויזניצער רבי זצ"ל? ווען גייט מען דרוקען די תשובות?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אז מ׳טאר נישט כאפן קיין בילדער...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 1:27 pm
דורך לאקש
ערליכער איד האט געשריבן:איך בין א ווישניצע'ר חסיד
מיין רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט געהייסען ארויסווארפן קינדער וועגען טראגן מיט'ן עירוב עס איז שקר גס...
הייסט ר' משה קעסלער איז א ליגענער?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 1:31 pm
דורך לאקש
.
Re: מהרז"ל מסאטמאר: עירוב איז געמאכט אויסצורייסען שב"ק
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 7:22 am
דורך טרויבן88
הערנדיג די ווערטער פון מהרז"ל דעם יום טוב האב איך באקומען די ענטפער אויף וואס איך האב שוין לאנג חושד געווען, די סיבה פארוואס ווילי האט נישט קיין עירוב איז צי איינשפארן די פרויען אינדערהיים כדי די מענער זאלן זיך קענען ארומדרייען מיט אויפגעהויבענע אויגן, יארן וואס עס שמעקט אזוי אבער יעצט זאגט ער עס אליינס, אזוי די אפגעפליקטער טיפיש זאלי עס איז א קידוש השם ווען מ'שטופט נישט קיין קערידזש??? אפשר גייסטו אהיים אין שימעל אפ דארט אין וואטש די בעיבי כדי דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין? א מין רעדעריי וויפיל מער עקסטרעם קען מען נאך ווערן? פוי
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 9:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז בדוק ומנוסה. איידער עס איז דא א הו"א פון אן עירוב, ליידט קיינער נישט פון 'שימעלען' אין שטוב. ברגע די הו"א עקזיסטירט, ווערט עס אומדערטרעגבאר. איך בין אויפגעוואקסן אן א הו"א פון מאכן אן עירוב. צום סוף האבן אייניגע מחוצפים, קעגן דעת רוב רבנים אין שטאט, געמאכט עפעס א זכר לעירוב, מיט א ריזיגע צאל נישט אנגענומענע קולות, כגון דער חזו"א שיעור טפח ועוד. פלוצלונג איז עס געווארן א פראבלעם און א מוטשעניש צו בלייבן אין שטוב.
אז אן עירוב איז כשר, איז די גאנצע נושא נישט וויכטיג. וואס עפעס מחמיר זיין במקום שאמרו להקל? אבער לגבי דאס שימלען אין שטוב, זעט מיר עס אויס ווי א געמאכטע פראבלעם.
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:24 am
דורך שמעון וואלף
פליקער האט געשריבן:נאכן הערן די באמבאסטישע סטעטמענט פון די רבי שליט''א איז מיר איינגעפאלן א מאסיוון איינפאל, היות לעצטענס מוטשעט ער זיך געפערלעך מיט גיוס, און בכלל די ציונים און די מדינה, פארוואס פראקלעמירט ער נישט אז סיז נישט דא קיין מדינה והכל על מקומו יבוא לשלום.
דערמאנסט מיך א ווארט וואס יענער האט געזאגט. פארוואס דארף מען א לחי וקורה און מ'זאל זיך פארשטעלן אז פי תקרא יורד וסותם - כאילו ס'איז דא א מחיצה, ענדערש שטעל דיך פאר כאילו ס'איז אינמיטן די וואך און ס'איז בכלל נישטא קיין איסור הוצאה!
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:35 am
דורך שמעון וואלף
עמעזאן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:אייסקריעם עסטו ביים סעודה...?
וואס א חילוק? ער האט זיך דען דעקלערט אלס וויזשניצער? בסך הכל האלט א רב פון אינדרויסן די ווילימסבורג סאטמר באקס אז די שטאט עירוב האט קיין תוקף
בד"ו די פסק אז מ'זאל מאכן אן עירוב מיט א ברכה זאגט גארנישט לגבי די כשרות פון די שטאטישע עירוב. אפילו טאמער ס'דא א כשר'ע עירוב אויף די שטאט קען מען נאך אלץ מאכן א ברכה אויף א פריוואטע עירוב
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:44 am
דורך berlbalaguleh
חתם סופר האט געשריבן:ביי די יערליכע חוה''מ פסח פארזאמלינג קעגן די עירוב אין וויליאמסבורג האט מהרז''ל מסאטמאר אויפגעטרעטען און גערעדט זייער שארף קעגן די עירוב וואס טויזענטער אידן ניצן און שטייט אונטער די השגחה פון גרויסע רבנים און איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הגאון האדיר ר' פישעלע זצוק''ל.
איך האב נישט געהערט די גאנצע דרשה נאר א קליינע חלק וואס פארט ארום. דארטען האט מהרז''ל געזאגט א, אז ס'איז בכלל נישט דא קיין עירוב, ווייל מ'קען עס נישט זעהן, און בּ, אז די גאנצע ציל פון די עירוב איז אויסצורייסן שב''ק!!
דאס דערמאנט די אמאליגע מארמאראשע סאטמארע (און אויך אנדערע קהלות) גערעדעכץ, און שוין זייער לאנג וואס מ'האט שוין נישט געהערט די בלינדע טייפ פון העצעריי וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס אין תשע''ח ווען ס'איז א אפענע וועלט און רוב מענטשן פארשטייען אז האבן חילוקי דעות מיט אנדערע מענטשן מיינט נישט אז יענער איז שלעכט און א רשע וכו'
חת"ם סופר: דו דארפסט פארשטיין אז מהרז"ל שליט"א האט געזאגט וואס ער האט געזאגט מכח זיין געשוואלענע עם הארצות. ער, בתום לבבו מיינט נעבעך אז אן עירוב איז די זעלבע ווי (להבדיל) אן השגחה פון דעם העטיעש-פעטיעש'ער רב פון התאחדות הרבנים. ממילא איז ער געקומען צו די מסקנא אז דאס איז געמאכט געווארן נאר פאר עקירת הדת.
איך וואלט איהם א סאך מער רעספעקטירט ווען ער קומט ארויס און זאגט אז די 3 גרעסטע בעלי הוראה אין אונזער דור קענען נישט לערנען. און זיי האבן פאלש געפסק'נט. און ער, ברוב גאונותו וועט אויפווייזן אז זיי האבן זיך טועה געווען בהלכה.
2 פון די מתירים פון עירוב לעבן נאך, ב"ה עמו"ש. האלט איך אז מהרז"ל אלס מרא דאתרא פון וויליאמסבורג עיר הקדשה זאל פאררופן א מיטינג מיט זיין כח התורא. און ארויסגעבן א פסק דין להלכה אז זיי זענען עמי הארצים. זיי קענען נישט לערנען. און זיי זענען נאכדערצו מכשיל ערליכע אידן מיט טראגן מיט'ן (טמא'נעם) עירוב...!
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:56 am
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:נאכן הערן די באמבאסטישע סטעטמענט פון די רבי שליט''א איז מיר איינגעפאלן א מאסיוון איינפאל, היות לעצטענס מוטשעט ער זיך געפערלעך מיט גיוס, און בכלל די ציונים און די מדינה, פארוואס פראקלעמירט ער נישט אז סיז נישט דא קיין מדינה והכל על מקומו יבוא לשלום.
פליקער: וואס רעדסטו...? טויזנטער אידן וועללן (ח"ו) פארלירן זייערע פרנסות. און דער איד וועט נישט האבן וואס צושרייבן פאר העדליינס...! און דער הייליגער מהרז"ל שליט"א וועט נישט האבן וואס צו פארקויפן ביי די שעלעשידעס טוירעה...!
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:27 pm
דורך זיכענדיגע שטיר
עמעזאן האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ווייניג ניצן עס ברבים ווייל ס'איז דא טעראר
אפאר טויזענט מענטשן אין ווילי מוז נישט זייןא גרויסע פארצענט פון די שטאט.
די טעראר געהערט צו היסטארי, ווער עס וויל טראגן קען דאס טון מיט א רוהיגקייט, מיט א אויסנאם פון בערך 9:30 אינדערפרי אין געגענט פון פאפא שולויי די חולה צימערמאן קאמאנטעוועט, אנצורופען צימערמאן טעראר איז אבסוראד.
נישט ממש אזוי, טאקע פאר אפאר יאר איז געווען שטיל אבער לעצטענס איז עס ערגער געווארן, מיך האט איינער אנגעשריגן טאקע די שבת פארן אפווישן די נאז אויפן גאס... איך טראג אפן זייט די עירוב שטייט, מ'שרייט נאך אינגרויסן
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:36 pm
דורך ליפא
קלוג האסטו געטון, נאך פאר יענער האט געשריגן האסטע זיך אפגעווישט דעם נאז און געגאנגען ווייטער...
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 8:00 pm
דורך לאקש
דרשת הרה''ג ר' משה קעסלער דעת קדשו של אדמו''ר מוויזניץ זצ''ל בנוגע העירוב בוויליאסבורג:
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 10:03 pm
דורך לחיים ולברכה
זיכענדיגע שטיר האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ווייניג ניצן עס ברבים ווייל ס'איז דא טעראר
אפאר טויזענט מענטשן אין ווילי מוז נישט זייןא גרויסע פארצענט פון די שטאט.
די טעראר געהערט צו היסטארי, ווער עס וויל טראגן קען דאס טון מיט א רוהיגקייט, מיט א אויסנאם פון בערך 9:30 אינדערפרי אין געגענט פון פאפא שולויי די חולה צימערמאן קאמאנטעוועט, אנצורופען צימערמאן טעראר איז אבסוראד.
נישט ממש אזוי, טאקע פאר אפאר יאר איז געווען שטיל אבער לעצטענס איז עס ערגער געווארן, מיך האט איינער אנגעשריגן טאקע די שבת פארן אפווישן די נאז אויפן גאס... איך טראג אפן זייט די עירוב שטייט, מ'שרייט נאך אינגרויסן
כמאמר התנא כל מחלוקה שהיא לשם שמים סופה להתקיים,,, במלוא מובן המולה......
Re: מהרז"ל מסאטמאר: עירוב איז געמאכט אויסצורייסען שב"ק
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 10:08 pm
דורך זיכענדיגע שטיר
לחיים ולברכה האט געשריבן:זיכענדיגע שטיר האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ווייניג ניצן עס ברבים ווייל ס'איז דא טעראר
אפאר טויזענט מענטשן אין ווילי מוז נישט זייןא גרויסע פארצענט פון די שטאט.
די טעראר געהערט צו היסטארי, ווער עס וויל טראגן קען דאס טון מיט א רוהיגקייט, מיט א אויסנאם פון בערך 9:30 אינדערפרי אין געגענט פון פאפא שולויי די חולה צימערמאן קאמאנטעוועט, אנצורופען צימערמאן טעראר איז אבסוראד.
נישט ממש אזוי, טאקע פאר אפאר יאר איז געווען שטיל אבער לעצטענס איז עס ערגער געווארן, מיך האט איינער אנגעשריגן טאקע די שבת פארן אפווישן די נאז אויפן גאס... איך טראג אפן זייט די עירוב שטייט, מ'שרייט נאך אינגרויסן
כמאמר התנא כל מחלוקה שהיא לשם שמים סופה להתקיים,,, במלוא מובן המולה......
אזויווי דעמעקראט - ריפאליקענס... טי מיר א טובה
Sent from my iPhone using Tapatalk