בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 7:04 pm
דורך דאכצעכמער
אנטשולדיגט! איך האב פארזען דעם וויכטיגן ארטיקל אום יום טוב
איך האב א קליינע הערה, אויב האלט דער כ"ק מהרי"א מירושלים שליט"א אז עס איז חל א חיוב פון מסירת נפש כדי צו מקיים זיין די "מצוה" פון עולה זיין אויפ'ן הר הבית, מי אנוכי, אין דרכי להכניס ראשי בין הרים גבוהים, עס קען זיין און מסתמה האט ער אזוי אויסגעארבעט על פי הפסוקים והפוסקים, אבער איך גלייב אז איך מוז מיך נישט מוסר נפש זיין פאר זיין עליה לרגל, איז ראטזאם מפרסם צו זיין די נעמען פון די בעלי מסירת נפש, אז אויב ח"ו א פלשתי וועט ווילן מקיים זיין דעם מצוה פון ונקדשתי בתוך בני ישראל זאלן זיי טרעפן די ריכטיגע פערזאנען וואס זענען געגאנגן אדעתא דהכא אויף מסירת נפש
והבן כי קצרתי
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 7:24 pm
דורך [NAMELESS]
יעקב מענטש האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:האסט מיר געזעהן צווינגען איינעם??? עס קוקט אויס ווי דו פלאפעלסט סתם נאך ליבעראלע פראפעגאנדע און ניטאמאל לייענסטו וואס איך האב געשריבן.
דערווייל זענען עס די לגבטקיווכו' וואס ווילן "מיר" צווינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער וועגן זיי אנטקעגן מיין רעליגיע.
איז דיין פראבלעם פשוט אז דו גייסט מוזן נעמן דיין קינד אויף דיין שויס און מסביר זיין וואס די חברה ווילן, און וואס פונקטליך ס'איז שלעכט דערמיט? אזוי ווי דו ביזט אים מסביר פארוואס ער מעג דרייוון א קאר שבת און דו נישט?
זיי ווילן אז איך זאל מסביר זיין פאר מיין קינד אז עס איז נישט קיין פראבלעם, בעת מיין רעליגיע זאגט אז יא. גוי ששבת חייב מיתה, וואס איז דער פארגלייך?
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 8:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און וואס איז מיט א גוי וואס איז מסרס בעלי חיים און עסט אבר מן החי? הא?
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 10:15 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס איז מיט א גוי וואס איז מסרס בעלי חיים און עסט אבר מן החי? הא?
זיי פארלאנגן נישט מיין "אנערקענונג".
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 9:58 am
דורך רביה''ק זי''ע
זיי פארלאנגען עס נישט ווייל זיי האבן עס שוין. ווען סאסייעטי וואלט זיי באהאנדלט אזויווי מ'באהאנדלט געיס וואלסטו נישט אויפגעהערט הערן פון זיי.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 1:10 pm
דורך Buddy
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 2:15 pm
דורך נקודת-אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיי פארלאנגען עס נישט ווייל זיי האבן עס שוין. ווען סאסייעטי וואלט זיי באהאנדלט אזויווי מ'באהאנדלט געיס וואלסטו נישט אויפגעהערט הערן פון זיי.
גראדע איצטער אין ארץ ישראל פראטעסטירן זיי אויף
חוק הפונדקאות (
פונדקאות,
Surrogacy אין וויקי)
ביזדערווייל די נייע געזעץ נעמט זיי נישט אריין, און זיי מוזן פאהרן קיין חו"ל אויב ווילן זיי האבן קינדער אויף דעם אופן.
די מידיע איז שטארק מיט זיי און פון תשעה באב (נדחה) מאכן זיי א סטרייק, און זיי ארלעדיגן מאסן פראטעסטן בעיקר אין תל-אביב.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 3:28 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיי פארלאנגען עס נישט ווייל זיי האבן עס שוין.
זיי האבן עס נישט! ס'איז נישטא קיין שום געזעץ וואס שטערט מיר מחנך צו זיין אז די זאך איז אומווערדיג.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 3:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אבער די געזעץ לאזט דיך נישט דיסקרימינירן קעגן זיי.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 4:17 pm
דורך [NAMELESS]
דאכצעך מען טאר נישט דיסקרימינירן אנטקעגן א KKK מיטגליד אויך, איז וואס? דאס הייסט אנערקענונג? דיסקרימינאציע האט מיט שטיצע גארנישט, און לויטן מערב וועלט פארשטאנד איז עס אן עוולה, אפגעזעהן צו דו ביסט מסכים אדער דו באאומווערדיגסט. ווידער שטיצע איז שוין עפעס אנדערש, די סטיריליזירער פארלאנגען דאס נישט און מען מוז זיי דאס נישט גיבן. די לגבטקיווכ' פארלאנגען יא, און לויט די ליבעראלע מיינונג (קיין מיינונג, לדעתי איז די סארט מהלך המחשבה - וואס איז עוקר לגמרי די רעכט צו האבן א מיינונג - ווערדט דעם טיטל "מיינונג") מוז מען זיי דאס גיבן.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 6:03 pm
דורך יעקב מענטש
ריכטיג האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:האסט מיר געזעהן צווינגען איינעם??? עס קוקט אויס ווי דו פלאפעלסט סתם נאך ליבעראלע פראפעגאנדע און ניטאמאל לייענסטו וואס איך האב געשריבן.
דערווייל זענען עס די לגבטקיווכו' וואס ווילן "מיר" צווינגען צו לערנען מיט מיינע קינדער וועגן זיי אנטקעגן מיין רעליגיע.
איז דיין פראבלעם פשוט אז דו גייסט מוזן נעמן דיין קינד אויף דיין שויס און מסביר זיין וואס די חברה ווילן, און וואס פונקטליך ס'איז שלעכט דערמיט? אזוי ווי דו ביזט אים מסביר פארוואס ער מעג דרייוון א קאר שבת און דו נישט?
זיי ווילן אז איך זאל מסביר זיין פאר מיין קינד אז עס איז נישט קיין פראבלעם, בעת מיין רעליגיע זאגט אז יא. גוי ששבת חייב מיתה, וואס איז דער פארגלייך?
ווער פארבאט מיך אויסצולערנען מיין קינד וואס?
מיינסט אפשר און רעגירונג געשטיצטע שולעס קען דאס ווערן אומלעגאל?
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מענטש: לכאורה וואלט איך געזאגט אז דו ביסט מגזים. (או.קעי. מע-גא-זעם). דו טרייבסט איבער. ווייל דו האסט אן אדזשענדא. נאר מיט די היינטיגע פרייע חברה אין ארץ ישראל קענמען גארנישט וויסן. זיי האבן לעצטנס געמאכט א גאנצע סומאטאכע אז מ'ווילל (ח"ו) פרום מאכן זייערע קינדער. ערשטנס. ווייל אין א טייל פאבליק סקולס קומען אריין ליובאוויטשער טיטשערס. און צווייטנס. זיי האבן דערמאנט דאס ווארט..."חז"ל"... און די וואוילע פרייע עלטערן וויללן נישט אז זייערע נעבעכ'דיגע קינדערלעך זאללן וויסן עפעס פון אידישקייט...!
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 9:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ריכטיג האט געשריבן:דאכצעך מען טאר נישט דיסקרימינירן אנטקעגן א KKK מיטגליד אויך, איז וואס? דאס הייסט אנערקענונג? דיסקרימינאציע האט מיט שטיצע גארנישט, און לויטן מערב וועלט פארשטאנד איז עס אן עוולה, אפגעזעהן צו דו ביסט מסכים אדער דו באאומווערדיגסט. ווידער שטיצע איז שוין עפעס אנדערש, די סטיריליזירער פארלאנגען דאס נישט און מען מוז זיי דאס נישט גיבן. די לגבטקיווכ' פארלאנגען יא, און לויט די ליבעראלע מיינונג (קיין מיינונג, לדעתי איז די סארט מהלך המחשבה - וואס איז עוקר לגמרי די רעכט צו האבן א מיינונג - ווערדט דעם טיטל "מיינונג") מוז מען זיי דאס גיבן.
איך ווייס נישט וואס די ליבעראלע מיינונג איז, איך האב מיך נאר באצויגן צו יענע רב'ס ווערטער.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 5:22 am
דורך להודיע
לכבוד תשעה באב
יהפך מהרה לששון ולשמחה