בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 1:33 am
דורך חאצקל
קרענק האט אויך מיט די גענס, און אויך מיט די ארומיגע פאקטורן. ד.ה. איינער וואס איז גענעטיש א.ד.ג. מער סענסיטיוו צו סיי וועלעכע פיזישע רעאקציעס דארף זיך מער היטן ווי דער וואס איז נישט אזוי הייקל. כנלע"ד.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:11 am
דורך איציק
ס'איז א פאקט אז היינט דרייען זיך אסאך מער יונגע יונגעלייט מיט ווייסע האר ווי אמאל. ס'געווארן אזא מאדע... יעדער ראצער דרייט זיך מיט ווייסע פיאות!
איך האב זיך שוין נאכגעפרעגט ביי מערערע. מאנכע ווייסן צו זאגן אז אויך די עלטערן האבן באקומען די מתנה אין די יונגע יארן, אבער נאך אלץ בערך צען יאר שפעטער.
יעדער גיבט אן אן אנדער סיבה, צומאל עטליכע צוזאמען: ס'האט מיט די וואסער, די פארפעסטיגטע לופט, די כעמישע רייניגונג פראדוקטן, די ראפינירטע עסן, שעדליכע שאמפו, שוואכערע נערוון, ועוד ועוד.

איר ווילט א פרישע מיטל (וואס איר האט ווארשיינליך פריער נישט געהערט)? נאט אייך, קלאראפיל. די זעלבע באשטאנדטייל וואס האלט די בלעטער גרין (דער בוים בלעטל, נישט דער דאלער. דאס האט מיט בערנאנקע...). און ווען דאס בלעטל פארלירט דעם פּיגמענט מחמת אימת יום הדין, טוישט עס קאלירן.

אויב איינער נוצט די קלאראפיל סאפלעמענט און עס העלפט אים, ביטע לאזן וויסן פאר די חברים דא לתועלת הרבים.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:43 am
דורך דעינעש
נייס.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:50 am
דורך אביגדור
לבנים אומרים לנו עשו.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:45 am
דורך קאווע טרינקער
איציק, די סיבה פארוואס מ'זעהט היינט מער אינגעלייט מיט ווייסע בערד ווי פון אמאל, איז, ווייל אמאל פלעגט דער המון שניידן די האר וואס באוואקסט דעם צלם אלקים, כידוע אין קבלה אז שערות זענען מותרות, ממילא האט מען אויסגעזעהן יונג און פריש ביז די 80. אבער היות ואכשר דרא, וכו'.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:21 am
דורך איציק
קאווע טרינקער האט געשריבן:איציק, די סיבה פארוואס מ'זעהט היינט מער אינגעלייט מיט ווייסע בערד ווי פון אמאל, איז, ווייל אמאל פלעגט דער המון שניידן די האר וואס באוואקסט דעם צלם אלקים.

שרייב צו אז ס'איז בדרך צחות, אדער לייג אן איי-קאן פון א געל פרצוף מיט א וואונק. כזה: ;)
חוץ אויב דו מיינסט עס ערנסט, וואס דאן וועל איך דיר מוזן בעטן זאלסט 'עלאבארירן'... :roll: (קרעדיט פאר דעם ווארט: קאווע שטיבל)

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:17 am
דורך MickyMouse
קען איך דא אריין פרעגן וועגן סתם באדי האר? אדער אפשר איז שוין דא אן אשכול פאר דעים.
איך בין פיל מיט האר, מיין גאנצע גוף. איך האב שוין אסאך מאל געטראכט פון דוירכגיין א וועקסינג.
איך קען אינגעלייט וואס שעיווען זייערע פיס, איך בין נייגעריג צו וויסן מער איבער וועקסן אויב איינער ווייסט. יישכ.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:30 am
דורך קאווע טרינקער
א MickyMouse קומט צו זיין האריג, אזוי האבן מענטשן איר באשאפען. לך לאומן שעשאך...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:52 am
דורך MickyMouse
מיין מיני מויז האט גראדע ליב מיין האר (אזוי רעדט זי מיך איין) אבער איך גלייך עס נישט אזוי.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:38 pm
דורך איציק
MickyMouse האט געשריבן:מיין מיני מויז האט גראדע ליב מיין האר (אזוי רעדט זי מיך איין) אבער איך גלייך עס נישט אזוי.

פריי זיך מיט דיין חלק. מאכט זיך אמאל אויך אז די מיני האט א גרעסער אדרת פון דער מיקי... :o

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:40 pm
דורך איציק
MickyMouse האט געשריבן:איך קען אינגעלייט וואס שעיווען זייערע פיס, איך בין נייגעריג צו וויסן מער איבער וועקסן אויב איינער ווייסט. יישכ.

נו וואס איז די פראבלעם? קענסט קויפן א דאזן אזעלכע גאל מעסערס פאר 2 גרייצער.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:47 pm
דורך היימישער ליטוואק
דוכט זיך אז עס איז א שאלה פון לא ילבש.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:48 pm
דורך איציק
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דוכט זיך אז עס איז א שאלה פון לא ילבש.

איך בין נישט קיין פוסק, אבער קודם כל איז עס נישט קענטיג.
(א זאך וואס עקזיסטירט נישט, זעהט זיך נישט אן. בערך ווי טוישן פון ברילן צו קאנטעקט לענסעס. טאקע פארהאן אזעלכע וואס זאגן אז דאס איז אויך לא ילבש...)
שנית, ווען מיינסטו האט זיך אנגעהויבן דער מנהג ביי פרויען? אין אמעריקע האט זיך עס אנגעהויבן פון א מארקעטינג קאמפיין אין 1915. אין די 1800'טער איז נישט געווען אזא מושג. עד היום הזה איז דאס נישט איינגעפירט אין טייל אייראפע'אישע לענדער. אויב יא, אפשר טאקע נאר די פיס.

אויב דו רעדסט שוין יא פון לא ילבש, לאמיר צוריקגיין צום ארגינעלע טעמע פון דעם אשכול: איך האב אמאל געהערט א פסק פון א רב אז פארבן די האר שווארץ ביי א מאן איז בגדר לא ילבש.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
אויסרייסן א ווייסע הארל איז לא ילבש, א אפענער מחבר אין שו"ע יו"ד.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:03 pm
דורך הרב_שלום
היינט איז שוין די סדר פון מענער אויך צו פארבען די האר
פונקט ווי פרויען גייען שוין היינט מיט היטן און מענער קוקען אין שפיגעל טראץ דעם וואס אין די זעלבע סימן שטייט אז עס איז אסור
(איך זאג נאר מיין מיינונג לענין הלכה פרעגט אייער מו"ץ)

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:55 am
דורך איציק
הרב_שלום האט געשריבן:(איך זאג נאר מיין מיינונג לענין הלכה פרעגט אייער מו"ץ)

פעלט א פינטל.
"איך זאג נאר מיין מיינונג. לענין הלכה פרעגט אייער מו"ץ"