בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:44 pm
דורך טראכטכמוני
פון רש"י אנהייב כי תצא קען מען ארויסלערנען אז עס איז קיינמאל נישט געווען למעשה אן עכטע יפת תואר מעשה.
דעי"ש ווי רש"י ברענגט די גמרא קידושין "לא דברה תורה אלא כנגד יצה"ר" ווייל ער וועט איר נעמען באיסור וכו'.
פירט רש"י אויס דארט אויב נעמט ער איר יא איז "סופו להיות שונאה, וסופן להוליד בן סורר ומורה". אבער די גמרה סנהדרין זאגט דאך "בן סורר ומורה לא הי' ולא עתיד להיות" אויב אזוי לפי דעם רש"י (בשם המדרש) דארף אויסקומען אז יפת תואר איז אויך לא הי' ולא עתיד להיות (עכ"פ בהיתר).
ושבית שביו...
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:59 pm
דורך מי אני
ווי @רביה״ק האט פריער אראפגעברענגט זעהט מען דאך אז דוד המלך האט גענומען א יפת תואר, מעכה די מאמע פון תמר און אבשלום, ווי אויך די 400 בני יפת תואר אין דוד׳ס ארמיי. וואס די גמרא אין סנהדרין מיינט איז אז א דין בן סורר ומורה וועט נישט זיין, אבער אן ענין פון א בן סורר ומורה, און טאקע כעין אבשלום (ועיין בפסיקתא זוטרתא על פרשת בן סורר ומורה), וועט יא זיין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:33 pm
דורך real fake news
איינער קען מיר אפשר מסדר זיין עפעס א מלחמה?
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 11:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נישט אומזינסט איז רבינו הקדוש געווען קעגן התגרות באומות...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:47 am
דורך הדסים
real fake news האט געשריבן:איינער קען מיר אפשר מסדר זיין עפעס א מלחמה?
וואס דארפסטו א מלחמה? איך בין נישט קיין דיין, אבער דאס שרייבט calculator.
calculator האט געשריבן:בצנעה איז דאך קיינמאל נישט דא קיין איסור תורה.
אויב האסטו א מלחמה און די גאנצע מעשה, קען עס שאטן פאר שידוכים. איך גלייב נישט אז עס פעלט דיר אויס אז דער עולם זאל וויסן פון עפעס.
ושבית שביו...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:01 pm
דורך טראכטכמוני
הדסים האט געשריבן:real fake news האט געשריבן:איינער קען מיר אפשר מסדר זיין עפעס א מלחמה?
וואס דארפסטו א מלחמה? איך בין נישט קיין דיין, אבער דאס שרייבט calculator.
calculator האט געשריבן:בצנעה איז דאך קיינמאל נישט דא קיין איסור תורה.
כ׳האב אן עצה גיי קיין מדינת ישראל זיי זיך מגייס וועסטו קענען יוצא זיין ידי שניהם ביידע שיטות דא...
Re: ושבית שביו...
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2020 3:21 am
דורך זעקעל
@real fake news
אויב נעמסטו אמתדיג און בייטראכט זיך מתגייס צו זיין און צבא מיט א ריינעם כוונה נאר בכדי צו קענען זוכה זיין צו מקיים זיין דעם ושבית שביה און נישט בכדי צו שיצן די איינוואוינער פון לאנד דאן וואלט איך דיר געראטן צו ליבערשט אפלאזן די כוונה איינס וויבאלד עס איז לכורה נישט לעגאל אינעם איצטיגען סיסטם זייערן עכ״פ ביז ווילאנג סאיז נישטא נאך א מאיר כהנא וואס ווערט ערלוועהט אלס prime minister און ברענגט צוריק די אמאליגקע גיבאטן....
צווייטענס איז עס זייער אומפראקטיש און פילייכט שטארק באגרעניצט וויבאלד א מלחמה מיט בראזיל אדער שוועדן וכדומה איז נישט עפעס וואס קוקט אויס צו פאסירן און די נאנטער צוקנופט נאר וואזשע דען אן אויסגעמאגערטן פלישתי פון גזה אונגאנצן צומזק׳ט ביים תחתונם וואס כידיאה זענען זיי זיך אזוי נוהג און ווער רעדט נאך אויב ביידע אירע האנט זענען צו איר באהאפטען נאך. נאכאלעם האט מען געפסק׳ט צו אראפ נעמען דו האנט נאכען איר כאפען ארויס לקחנען א פלוים קערנדל פונעם שכנה׳ס מיסט קאסטן א וואך דערנאך פונעם קומענדיגקען ישראל vs גזה מלחמה
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 5:53 pm
דורך מי אני
דר. ראבערט אלטער.
ולגבי דאס וואס מ'האט אראפגעברענגט פונעם רשב"ם אז "תחת אשר עניתה" גייט ארויף אויף די ביאת נישואין, שרייבט דר. קעראלין פּרעסלער:
Re: ושבית שביו...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 12:12 am
דורך מיין אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:די תּורה דערציילט אונדז וועגן זעלטענע, אומגעוויינטלעכע, איינצלנע פֿאַלן פֿון אַמאָל.
אמר רב יהודה אמר רב: ארבע מאות ילדים היו לו לדוד, וכולן בני יפת תואר היו, ומגדלי בלוריות היו, וכולן יושבין בקרונות של זהב, ומהלכין בראשי גייסות היו, והם היו בעלי אגרופין של בית דוד."
איך גלייב נישט אז די אלע פיר הונדערט בחורים זענען געווען פון איין יפת תואר, דא רעדט מען פון ווייניגסטנס צוואנציג פרויען, און דאס איז נאר פון דוד המלך אליינס...
איך וויל צולייגען אז ס'איז דא א חילוק אין קאלטור וואס איז רייט-אר-ראנג צווישען די תנ"ך צייטן אין די גמרא'ס
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
Re: ושבית שביו...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 12:20 am
דורך מיין אמת
איינער ווייסט אפשר די דין פין איינער וואס איז א מקבלת ז' מצוות בני נח, די איסר איזדאך לכאורה מיט אן עובדת עו"ז
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk