בלאט 2 פון 6

אפדעיטעד מקור פון אינפארמאציע - נישט אינגאנצן קאנפירמירט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:16 pm
דורך לעיקוואד
איך האב באקומען פון דער וואס איז מפיץ די בילדער אן אפדעיטעד רשימה. ער זאגט אז דאס איז נאר אינפארמאציע וואס ער האט באקומען ער קאנפירמירט עס נישט הונדרעט פראצענט אויף יעצט. דאך קלא דלא פסיק איז לכאורה זייער שטארק.


ווי אויך גיט ער איבער אז א חלק פון די שולהן זענען זיך מתחכם און פארמאכן די הויפט טיר אבער עס איז אפן א זייטיגע טירל, ווי למשל סקווער 17 עוועניו.

דא איז די בילדער

בילד
בילד

איך וועל צוטיילען די אינפארמאציע וואס ער האט מיר געשיקט מער בפרטיות אויף יעדער בית מדרש.

קרית יואל - באדישיל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:19 pm
דורך לעיקוואד
אדרעס: 7 getzel berger blvs
רב: הרב יוסף דוד הירש.

הודעה ובקשה!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:20 pm
דורך לעיקוואד
אויב איינער האט געקאלט, געפרעגט, עפעס געטוהן וועגן די אלע זאכן, און ווייסט צו פארציילען דעטאלן וואס ארבעט און וואס נישט, ביטע לאזט דא וויסען! אדער קען מען מיר שיקן אין אישי אדער אין וואצאפ
732-581-8680
אדער אימעיל y@ylowy.com


איינער טוהט דא עפעס? איר האט פראבירט אנצוקאלען?

בארא פארק - בני תורה צאנז

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:22 pm
דורך לעיקוואד
369 Dahill Rd, Brooklyn, NY 11218

איז געהעריג אפן.

רב: הרב הערשל הלברשטאם
סעל: 9175861305

ווילאמסבורג - דזיקוב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:30 pm
דורך לעיקוואד
42 skillman

די בית מדרש און מקווה זענען געהעריג אפען.

רב: הרב משה יחזקאל לויפער.
9178486249

בארא פארק - זלאטשיב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:39 pm
דורך לעיקוואד
Zlotchiv BP Rebbis number 7189740033 718633906,
his father passed away from Corona in London but he's still open

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:18 pm
דורך אוהב ספרים
איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.

ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי

אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה

*

נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין

והרשימה ארוכה


זיכט ענק בעסערע מצות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:05 pm
דורך כרפס
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.

ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי

אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה

*

נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין

והרשימה ארוכה


זיכט ענק בעסערע מצות

דאס זאלסטו זאגן נאכדעם וואס וועסט פארלירן א נאנטער קרוב וועגן די וויירעס..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:19 pm
דורך אוהב ספרים
כרפס האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.

ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי

אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה

*

נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין

והרשימה ארוכה


זיכט ענק בעסערע מצות

דאס זאלסטו זאגן נאכדעם וואס וועסט פארלירן א נאנטער קרוב וועגן די וויירעס..


שעפעלע דו ווייסט וואס איך האב שוין פארלוירן, ניין, איז נעם א ציל פיל, וקבל האמת ממי שאמרו,

זייטס נישט אזוי ביזי מיט יענעם זיי ביזי מיט דיר און דיין משפחה, געב אכטונג אויף זיי, גייען זיי קיינמאל ארויס אהן קיין הענטשיך וכדומה, פראקטיציזירען זיי סאושל דיסטענס?

געדענק קיינער צווינגט דיר נישט צו גיין אין ביהמ"ד אדער אין מקוה, זיץ אינדערהיים און זארג פאר דיר.

אייביג זענען דא מענטשען וואס זענען ביזי מיט 2 זאכען

א מצוה צו לייגן יענעם אין דער ערד
א עבירה יענעם א טובה טוהן

ביי אלע אנדערע ענינים זענען זיי נישט צום האבן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:26 pm
דורך כרפס
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן מ'פארלירט שליסלעך צו מען פארלירט א נאנטע ידיד צו קרוב..
האסט פארלוירן? און דו רעדסט נאך אזוי?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:20 pm
דורך לעיקוואד
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.




זיכט ענק בעסערע מצות


איר מאכט זיך אדער איר פארשטייט טאקע נישט?

א געשעפט וואס איז נישט עסענשעל און איז אפן דארף מען טאקע מאכן א רשימה, אויף וויפיל איך ווייס איז טאקע נישט אפן, און טאמער יא זאל מען אוודאי רופען 311 און די פאליציי וועט קומען אפשפארן.

א געשעפעט וואס איז יא עסענשעל מוז דאך זיין אפען, הגם עס איז טאקע א סכנה, און מען דארף זיך טאקע היטן וויפיל מעגליך. אזוי טוהן טאקע אלע געשעפטן וואס איך האב געזעהן. אויב איז דא א תופעה פון געשעפטן וואס פייפען זיך אן דארף מען טאקע מעורר זיין.

דאך האט עס דאך נישט קיין שייכות. א עסענשעל געשעפט איז דאך בלית ברירה אפן און איז זיך מסכן לטובת הכלל. ממילא דארף מען האבען מער סבלנות מיט עם ווי א בית מדרש וואס איז נישט עסענשעל יעדער קען לעבן אן דעם און אזוי זאגט די הלכה בלי שום ספק שבעולם אז א בית מדרש איז נישט דוחה ספק נפשות, ממילא אז עס איז אפען איז דאס א הימל געשריי.

אויב דו ווייסט א בעסער מצווה ווי ראטעוועןן צענדליגע הונדרעטע אידן פון א זיכערע טויט לאזט מיר וויסען. מיר האט מען אויסגעלערנט אז גרעסערס פון דעם איז נישטא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:46 pm
דורך לעיקוואד
א מסודר'דיגע ליסטע.

מיר דארפן נאך אסאך מער קאנטעקט אינפו און מענטשען זאלן טוהן. ביטע שלאפטס נישט.

https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:56 pm
דורך כרפס
לעיקוואד האט געשריבן:א מסודר'דיגע ליסטע.

מיר דארפן נאך אסאך מער קאנטעקט אינפו און מענטשען זאלן טוהן. ביטע שלאפטס נישט.

https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing

איז אמת וועגן קאסאן פארשעי וואס קאמפעינט נישט צו פארמאכן, אויב יא פארוואס איז עס נישט אויפ'ן ליסטע

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:14 am
דורך אישתישבי
א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 2:51 am
דורך לעיקוואד
אישתישבי האט געשריבן:א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?


יא. נישט בחינם הייסט די רעגירונג פארמאכן יעדער נישט עסענטשעל זאך. זיי זאגן נישט מען זאל לאזן אפען אומעסענשעל זאכן מיט סושאל דיסטענסינג.

די הסבר איז פשוט, אפילו אזוי איז מסוכן. נאר א זאך וואס מען קען נישט לעבן אן דעם האט מען נישט קיין ברירה טוהט מען וואס מען קען צו בלייבען זיכער.

אבער אז מען דארף נישט פארוואס זיך אריינלייגען אין א סכנה.

עס איז קיין ספק נישט להלכה אז תפלה בציבור איז נישט קיין סיבה זיך אריינצולייגען אין אפילו א ספק ספיקא פון סכנה.

חוץ מזה, קיינער מאכט נישט גענוג ריכטיג די סושאל דיסטענסינג ווי די מציאות ווייזט.

עס איז משונה'דיג שווער צו האלטן גענוג דיסטענס ווען מען דרייט זיך בפועל מיט מענטשען.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:15 pm
דורך לעיקוואד
רבותי אונזערע פעולות זענען נושא פרי יעצט געהערט פון בתי מדרשים וואס פארמאכן זיך לכבוד שבת לכבוד אונזער השתדלות פון שריייען און רופען די שטאט!

ביטע לאזט נישט נאך טוהט אלעס וואס איר קענט. רופט 311. רופט די רבנים די גבאים די משרתים רופט הצלה.

עס העלפט. מיר ראטעווען אידישע נפשות אויף די מינוט כפשוטו.

אויב איינער וויל צולייגען א האנט ארויסהעלפען מער למעשה זאל ער זיך מקשר זיין מיט מיר ביטע אין אישי אדער וואצאפ
732-581-8680

מיר קענען נוצען אסאך הילף אין פארשידענע אופנים.

ייש"כ און א גוטן שבת.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:18 pm
דורך כוכב
לעיקוואד גיי אן, חזק ואמץ, בהשתדלותך האב איך אויך פרובירט צו רעדן מיט אפאר רבנים (נישט אזויפיל ערפאלג געהאט, איין רב זאגט מיר אז ער גייט טאקע נישט גיין ערב פסח באקן מצות, ווייל ער האט בלוט פרעשור און ער וועט נאר שיקן זיין בחור... אבער עפעס טוט מען אויף) און אפילו ראטעווען איין איד איז אלץ כדאי.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:20 pm
דורך כרפס
אין מאנסי איז נאך דא א אפענע שול?

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:28 pm
דורך אוהב ספרים
אישתישבי האט געשריבן:א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?


ניין. לאז דיך נישט פון די מתיוונים דא.


די רעגירונג פארמאכט נישט קיין בתי מדרשים וואס פאלגן די כללים. פאקט!
איך ווייס בתי מדרשים וואס האבן טעגליך באזוכען, פון די שעריף, פאליציי, FDNY, בילדונג דעפט. און מען לאזט ווייטער אפען.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:32 pm
דורך לעיקוואד
אוהב ספרים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?


ניין. לאז דיך נישט פון די מתיוונים דא.


די רעגירונג פארמאכט נישט קיין בתי מדרשים וואס פאלגן די כללים. פאקט!
איך ווייס בתי מדרשים וואס האבן טעגליך באזוכען, פון די שעריף, פאליציי, FDNY, בילדונג דעפט. און מען לאזט ווייטער אפען.


די רעגירונג הייסט בפירוש פארמאכן אלע בתי מדרשים. אזוי זאגט אויך יעדער נארמאלער רב.


עס איז בלי ספק א סכנה יעדער זאך וואס איז אפען, יא אויך גראסעריס. וואס מען מוז בלית ברירה מוז מען מיט די גרעסטע זהירות אבער וואס מען מוז נישט מוז מען נישט.
עס איז נישט קיין שום ספק בהלכה ובהשקפה אז תפלה בציבור איז נישט דוחה אפילו א ספק ספיקא פון א מיעוטא דמעוטא פון פיקוח נפש.

בפועל איז נאך דא בתי מדרשים וואס זענען אפען. יא אויך אין מאנסי.
די פאליציי פארמאכט נישט בפועל אלעס גלייך פאר פארשידענע סיבות, צוביסלעך פארמאכן זיי יא. ווען עס איז מער סעיף רעלאטיוו האלטן זיי נישט ביי זיך שלאגן מיט מענטשען. אדער אנדערע פאליטישע און לעגאלע חשבונות וואז זיי האבן. דאס זאג איך בידיעה איך האב מברר געווען.

דער פאקט אז פאליציי פארמאכט נישט אמאל איז נישט קיין ראיה נישט אויף די געזעץ, נישט אויף די הוראות פון רפואה און רעגירונג, און נישט אויף די הלכה.

אדרבה עס ווייזט דאס וואס יעדער ווייסט אז די פאליציי גייט באמת נישט אן אידישע לעבנס. מאכן זיי זיערע חשבונות וואס עס לוינט זיך זיי צו טוהן.

עס איז נישטא קיין שום געזעץ אדער הוראה וויאזוי עס איז סעיף א בית מדרש זאל זיין אפען. עס איז נישט!

איך שרייב נישט צו די וואס זענען בידיים שופכי דמים נאר פאר מיינע חברים לדעה וואס ווילן וויסען די תירוץ צו די שאלה שראיתי כמה שואלים.

דער שקר מתיוונים איז סתם שטותים אדער חסרון ידיעה. איך שטיי בקשר יעדער פאר מינוט מיט חסידיש'ע היימישע רבנים און דיינים און אלעס וואס איך שרייב און טוה איז בהסכמתם און על דעתם.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:38 pm
דורך אוהב ספרים
שקר. איך ווייס א שוהל וואס זיי זענען געקומען עס איז געווען מער פון פופציג און מען האט אפגעשפארט.

דו מיינסט נישט הצלת נפשות, ווען יא וואלסטו געגאנגען קיין בינגא און מסדר געווען סאושל דיסטענסיג דארט אויכט, וכדומה אנדערע געשעפטען, דו מיינסט נאר בתי מדרשים, האק א טשייניק א צווייטען!!!!

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
העלאו. אין אנפאנג האב איך אויך מקפיד געווען אויף תפילה ביחידות און אן מקוה, אבער כ'האב געזען איינמאל און נאכאמאל ווי די חברה וואס דאווענען אגאנצע יאר אן מנין און אן מקוה האבן יעצט צופירט די הענט בבחינת 'מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו' און זיי רודפ'ן ערליכע תמימות 'דיגע אינגעלייט מיט אפענע קאמערעס אין זייערע הענט על לא עול בכפם (אפשר אן עול פון די רבנים), האב איך מחליט געווען אז ס'איז עת לעשות, און איך גיי יא אין מקוה און איך דאווען יא מיט מנין, נאר איך האלט אן סאושעל דיסטענסינג אין קעיס וועט מאכן א האפטשא ח"ו, אזוי אויך די אנדערע כללים ווי נישט אנרירען און כסדר זייפען די הענט.

נ.ב. געוויסע רופן אן די חברה 'יודנראט' ר"ל, ווייל אויב זיי וואלטן געווען דארט וואלטן זיי אויך געווען פון דיע ר"ל. איך אליין ווייס נישט צו זיי וואלטן געווען יודנראט, און מ'טאר דאך גארנישט מדמה זיין צו די צווייטע וועלט מלחמה. אבער עכ"פ קאמיניסטן זענען זיי זיכער.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 5:14 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב פיינט די מענטאליטעט פון די וואס קען נישט פארפאסן קיין תפילה בציבור בשעת א במגיפה ברענט, נאך איידער זיי ווייסן די פאקטן. זיי לויפן אין מקוה און הערן קיינעם נישט אויס.

אבער איך האב פונקט אזוי פיינט די אידן וואס האבן נאכנישט געזען א מקוה זינט ערב יום כיפור און ווייסן נישט וואס מ'זאגט פאר ברוך שאמר ביים דאווענען וואס זענען פלוצלינג געווארן פרום אז מ'דארף פאלגן אלע רבנים.

ביידע זענען שלעכטע מענטשן, אן קיין טראפ מענשליכקייט. זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געגעבן פון זיך פאר א צווייטן.

די ערשטע גרופע קען מען באמת מלמד זכות זיין אז זיי ווייסן פשוט נישט די הארבקייט, און די צווייטע גרופע איז נעבעך איינגערעדט אז זייער ארבעט איז לשם שמים. אבער ביידע דארפן פארשריגן ווערן אייניג.

אלזא, לאמיר ווייטער לייגן נעמען םון רבנים און משבקי"ם וואס האלטן אפן בתי מדרשים.

אין די זעלבע צייט לאמיר אויך מאכן א ליסטע פון די רודפים וואס שפירן זיך גוט צו רודפ'ן די בתי מדרשים און מקוואות, בשעת וואס זיי זענען נישט מקפיד א גאנץ יאר אויף מנין. אזוי וועט יעדער אפקומען זיין חלק.