בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
חוקר ודורש האט געשריבן:א גוטן רבי בערל בעל עגלה, צו זאגען אז איר זענט די מערסטע איגנארירטע ניק איז ווייט פון אמת, געב נאר א קוק ווי סאך תגובות (אפי׳ גוטע) האבען נישט קיין שום לייקס אדער תגובות, און אין ראנג פון לייקס שטייסטו פון די העכסטע פון אלע ניקס, גראדע האב איך געקוקט וואס די האסט געשריבען נעכטען נאכט, איין תגובה באשטייט פון צוויי שורות, אין די צווייטע שרייבסטו אז אין רוסלאנד הערט מען נישט פון קיין טויטע ציליב די ווייריס אקעי פיין, דערנאך שרייבסטו א קאנספיראסי לגבי צפון קארעא וואס איז זיכער נישט אמת. אבער על פי רוב זענען דיינע תגובות זייער באטעמט און זאפטיג און איך מיין אז די באקומסט יא לייקס און די עולם האט הנאה געב נאר א
קוק וואס איינער האט געשריבען אויף אייך פאריגע מוצ״ש.
און פאר דיר @דולה ומשקה זאג איך אז די האסט עפעס גוט צו זאגען, זאג! און די עולם האט הנאה.
יא. ר' חוקר ודורש: קודם א יישר כח פאר זיך יעצט אנרופן. אויסער דעם ליגט מיר אין קאפ עטליכע יישר כח'ס וואס דו האסט מייר געגעבן אויף תגובות...!
דיין ניק האט זייער א שיינעם הדרת פנים. די שיינע לעכטיגע צורה רופט ארויס גרויס רעספעקט. וואס דו זאגסט איז שוין נישט אזוי אינטרעסאנט...לאל...!אבער ס'קען זיין אז דא ליגט דער הונט באגראבן. ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...! פאר א פערד און וואגן און זיין טרייבער האט קיינער נישט קיין גרויס דרך ארץ...לאל...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:39 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין געקומען צו א שטארקע מסקנא. (א החלטה האביך נאכנישט.). אז אני הקטן, בערל בעל עגלה בין די מערסטע איגנארירטער שרייבער דא אויף קאווע שטיבל.
קיין פונקטליכע סטאטיסטיק האביך נאך דערווייל נישט. נאר איך בין מסופק אויב ס'לוינט זיך אריינצולייגן די כוחות צו מאכן א פונקטליכע סטאטיסטישע שטודיע. אבער איך זעה אז איך רעד צו מיר אליין.
איך האב נעכטן בערך 11 אזייגער ארויפגעלייגט 2 תגובות אין 2 אנדערע אשכולות. איינס איז שטארק מעניני דיומא. איבער דעם קאראנא וויירוס. און דערווייל, 24 שעה שפעטער איז נאכנישט דא קיין איין איינציגע תגובה. פון לייקס רעד איך שוין אפילו נישט. ווען אין די זעלבע צייט זענען אויפגעמאכט געווארן 2 אנדערע אשכולות. און ביינאכט איז שוין געווען 2 בלעטער פון תגובות און א באמבארדירונג פון לייקס.
איך הייב אן צו טראכטן אז אויב איך רעד ממילא נאר צו מיר אליין פארוואס דארף איך רעדן ברבים. איך קען דאך רעדן ביחידות. אזוי ווי גימפל אין האלץ קאמער...!
איך ווילל הערן א דעת תורה און א דעת בעה"ב אויב אזא בריה שפילה ונבזה דארף ממשיך זיין צו באלעמוטשען דעם חשוב'ן עולם מיט אומ-אינטרעסאנטע און ווערטלאזע מיינונגען. איך זאג עס נישט מכח עניוות. נאר איך האב איינגעזעהן דעם אמת...!
טייערער ר' בערל !איך האב גרויס מיטלייד מיט אייך !
דו ביסט באמת א באגאבטער שרייבער אין אלע הינזיכטען !
אני לכשלעצמי בין שטארק נהנה פון דיינע דיבורים, די יסוד פון דיינע מעלות איז טאקע דאס וואס די ביסט שטענדיג דא און איז מגיב אין יעדער נושא , אשכול, און אויף יעדער ניק , נישט אזוי ווי אנדערע חברים וואס זענען דא בלויז ביים שרייבען לאנגע מאמרים , און זיך פארענטפערן , כה לחי !
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
צפור בודד האט געשריבן:דער עולם האט געמיינט אז איר זענט פון די שוכני עפר. אזוי, איר זענט גאר פון די יחידי סגולה וואס לעבן נאך? איז אוודאי קומט אייך לייקס כפליים כיוצאי מקוואות.
ציפור בודד: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז איך בין שיעור נישט אראפגעפאללן פון מיין בענקל. פון דעם אליינס וואלט איך (ח"ו) שוין געקענט ווערן פון די שוכני עפר...!
איך בין זיכער אז אויב איינער פון די שוכני עפר זאללן צוריקקומען און שרייבן אויף קאווע שטיבל וואלט געווארן א רעש אין די גאנצע וועלט. די אמעריקאנער רעבישע בעלי מופתים און בעלי מתקני עין הרע און די ארץ ישראל'דיגע בעלי מקובלים וואלטן שוין געהאט א ראיה אז תחיית המתים איז שוין דא. איי מענטשן שטארבן נאך. דאס איז א מין ריסייקלינג. אזוי ווי די ניקס אויף קאווע שטיבל. א סאך פון די ניי איינגעשריבענע ניקס זענען גילגולים פון די אלטע ניקס...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין...

(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)
מי אני, לאמיך יעצט נעמען די געלעגנהייט אויסדרוקן מיינע געפילן איבער דיין ברייטהארציגקייט פון אנערקענען א צווייטענס געשרייבעכץ נאכאמאל און נאכאמאל כאטש ס'קען זיך דוכטן ווי א קול קורא במדבר. ווייס אבער אז איך שעץ דיינע ידיעות ווי אויך דיין עניוות, כ'האב פשוט נישט די צייט זיך מתעמק צו זיין אין די לעצטערע תקופות אין געשרייבעכעצער וואס זענען נישט געשריבן אביסל אויף א לייכטערן פארנעם למען ירוץ הקורא בו אבער זאל דאס דינען אלס אן אנערקענוג פון דיין ברייטקייט אין שעפערישקייט כה לחי.
נהורא נפישא: ייש"כ. איך ווייס אז דו האסט נישט גערעדט צו מיר יעצט. אבער דאך וועלל איך אריינלייגן מיינע 2 סענט. קודם זאלסטו וויסן אז איך שעץ זייער שטארק דיינע תגובות ומאמרים. זיי זענען זייער שטארק היקף'דיג. און איך האב הנאה צו ליינען.
בדרך כלל שרייב איך ווייניג אין חקירות און העמק דבר. נישט אז איך קען נישט. איך קען ב"ה גאנץ גוט חקר'נען. און פילאזאפירן. נאר פשוט. איך זעה נישט דערין קיין שום נוצליכקייט אדער תועלת. אין ענייני אמונה איז ביי מיר אלעס זייער פשוט, ב"ה. איך האב נישט קיין שום קושיות איבער די מציאות והנהגת הבורא. אדער איבער אמיתת והשתלשלות קבלת התורה. צווייטנס. ס'ברענגט נישט קיין שום נוצן. ווייל אפילו מ'זאלל חקרנ'ען פאר שעות און אנפולן גאנצע בלעטער מיט פילאזאפיע מוז מען נאכאלץ אויפשטיין אינדערפריה און גיין אין דזשאב (פאר אדער נאכ'ן דאווענען). מ'מוז נאכאלץ באצאלן דעם רענט אדער מארגידזש. און די פעימענטס אויפ'ן קאר...!
איך שרייב בדרך כלל ..."אףף דהע קאףף"... כמו שאמרתי באשכול אחר...! טאקע אזוי ווי דו האסט געזאגט. למען ירוץ בו הקורא...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
ביבער האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:ערשט
קלערט מען אז איך בין מער ווי איין מענשט (און נישט עפ"י סאליפסיזם הנ"ל והמסתעף), און יעצט קלערט מען אז איך בין גאר (וואס מאנכע רעכענען) די נעקסטע שטאפל אין הומען עוואלושען - AI...
נו, ווער איז גרייט צו מאכן דעם
טורינג טעסט?...
אזוי ווי איך האב
דארט געזאגט נעם איך דאס אן ווי א געוואלדיגע קאמפלימענט. ייש"כ.
ואגב בזה (הגם אזא סארט פראגראם איז מער געאייגענט/בעסער אויף פיקציע/פאלשקייט ווי איידער אמת'ע מדע. איך גלייב (עםם... האף...) אז וואס איך שרייב איז פונ'ם צווייטן סארט ווי איידער די ערשטע...).
בכל אופן ביזטו גוט, צו גוט פאר מיר אז איך זאל דיר ענטפערן...

ביבער: מי אני איז אויסער זיינע געוואלדיגע ידיעות אין חכמת ה'פילאזאפיע אויך א גרויסער עניו. מ'קען דאס זעהן פון זיין ניק. ער פרעגט די רעטארישע שאלה..."מי אני"... דו קענסט דאס אריינטייטשן וויאזוי דו ווילסט...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:17 pm
דורך לבי ובשרי
שוין... האט זיך שוין פאר ר' בערל געלוינט צו עפענען דעם אשכול...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:40 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי: יא. ב"ה. דו זעהסט וואס א ביסל עצבות קען צו ברענגען...לאל...! ייש"כ.
Re: ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:03 am
דורך אמת וצדק
berlbalaguleh האט געשריבן:[quote=.
בדרך כלל שרייב איך ווייניג אין חקירות און העמק דבר. [/quote]
א שאד אז רבי בערל וויל נישט שרייבען עניני מחשבת ישראל
Sent from my iPhone using Tapatalk
ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:52 am
דורך זעקעל
@קאצקע ציקער האט געשריבן:טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן
@קאצקע ציקער איך וועל דיר אפלערנען ווי א קאצקע׳ר ווארט, דהיינא אז זיכער מיינסטו מייעץ צו זיין @בערל בעל עגלה צו טוישן זיין ניק, וויבאלד ס׳הערשט א קאראנע, און די עולם איז איינגעשפארט אינדערהיים אין מען פארכט זיך ארויס צוגיין אינדרויסן כאפן א רייד מיט ר׳ בערל׳ס וואגן, ממילה איגנארירט מען אים רח״ל
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 9:01 am
דורך berlbalaguleh
זעקל: ייש"כ. אויפצוקומען מיט אזא פשט'ל וואס איז גג על גג (אדער אפשר נאך בעסער) דארף מען האבן א ליטווישן מח. אפש גאר איז איינער פון זיינע זיידעס געווען א ליטוואק. איך קען דיר געבן דא א חשוב'ן ניק וואס ער רופטציך דער ליטוואק פון בודאפעסט. דו דארפסט זיך אדורכרעדן מיט איהם איבער פארשידענע עניינים העומדים על הפרק.
נאר כדי די וועלט זאלל זיך נישט טועה זיין, קענסטו דיך רופן דער ליטוואק פון דעברעצין אדער פון שאראש פאטאק...!
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 9:26 am
דורך berlbalaguleh
אמת וצדק האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:[quote=.
בדרך כלל שרייב איך ווייניג אין חקירות און העמק דבר.
א שאד אז רבי בערל וויל נישט שרייבען עניני מחשבת ישראל
Sent from my iPhone using Tapatalk[/quote]
אמת וצדק: איך זאג נישט אז איך שרייב גארנישט. אבער בדרך כלל איז מיר גארנישט שווער. אלע קושיות און ספיקות בענייני דת ואמונה זענען ביי מיר זייער קלאר, ב"ה. אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן אין אן אנדער'ן אשכול. אז מיין גאט איז א גוטער. ער פארלאנגט נישט קיין איבערגעטריבענע זאכן פון מיר. בעצם פון קיינעם. נאר אין משך פון יארן זענען אונזערע וואוילע אידן אויפגעקומען מיט זייערע אייגענע און אויסגעטראכטע בויכווייטאג. און מ'האט עס געמאכט פאר אן אינטעגראלער טייל פון דת משה וישראל.
יעצט בנוגע אמונה און גלייבן אין בריאת העולם. אדער השתלשלות ואמיתת קבלת התורה, האביך ב"ה נישט קיין שום פראבלעם צו גלייבן באמונה פשוטה אזוי ווי אונזערע היילגע רבי'ס האבן אונז געלערנט. אנגעהויבן פון די תנאים ואמוראים, דורך די גאונים, ראשונים ווי דער רמב"ם רא"ש ר"ת און דער ריטב"א און די אנדערע ראשונים ואחרונים זצ"ל. איך ווער נישט נתפעל און דערשרעק מיך נישט ווען עפעס א צודרייטער אפיקורס שרייבט נארישע דברי כפירה וועלכע מאכט אפילו נישט קיין סענס. מיין אמונה און קאממאן סענס איז גענוג שטארק זיך נישט צו דערשרעקן און אפילו שפעקולירן אויב ס'איז דא אפילו 1 % אמת אין זייערע ווערטער. ו
ס'זענען דא א טייל מענטשן וואס אויב זיי ליינען ערגעץ אז ס'איז געווען אמאל א מענטש מיט'ן נאמען האמוראבי, וועלכער האט געשריבן געזעצן וואס א טייל פון זיי זעהען אויס ענליך צו די געזעצן פון די תורה. מערסטנס בין אדם לחבירו, ווערן זיי שוין דערשראקן און זיי מיינען אז די תורה האט (ח"ו) נאכקאפירט זיינע געזעצן. איך ווייס נישט פונקטליך די השתלשלות פון האמוראבי'ס געזעצן. ווען און וואו זיי האבן זיך אנגעהויבן. איין זאך איז ביי מיר קלאר. אז די תורה הקדושה האט נישט נאכקאפירט פון זיינע געזעצן...!
די זעלבע איז לגבי בריאת העולם. איך דערשרעק מיך נישט ווען דער צודרייטער פראפעסאר דארווין זאגט אז די וועלט האטציך אליין באשאפן דורך א גרויסע עקספלאזיע. און אלעס האטציך דעוועלאפט אין משך פון ביליאנען יארן. איך בין פעסט ביי די אמונה פשוטה אזוי ווי ס'שטייט אין חומש אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג. און ער האט גערוהט דעם זיבעטן טאג, שבת. יא. דאס יא. דער אייבישטער האט אריינגעגעבן אין די בריאה דעם כח אז די זאכן טוישן זיך אין משך פון צייט. א טייל זאכן פון מעטאבאליזם פון די מענטשן און חיות האבן זיך געטוישט אין משך פון טויזנטער יאר. מ'קען נאך מאריך זיין אין די עניינים. אבער ס'איז גענוג פאר יעצט...!
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 9:46 am
דורך ליב צו וויסן
דו הייבסט אן אז דו "גלייבסט באמונה פשוטה" דאן גיבסטו א שמעלץ אריין 2 פאראגראפן ווי כאילו דו "ווייסט", איז כ'האף וועסט נישט ברוגז זיין ווען כ'זאג דיר אז פון דיינע פאר שורות זעהט מען אז דו ווייסט נישט וואס ער זאגט.. במילא קענסטו אוודאי נישט וויסן אז ער איז א צודרייטער..
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 10:14 am
דורך berlbalaguleh
ליעב צו וויסן: אויב איך ווייס יא וואס ער זאגט. אדער וואס איך זאג. איז יעצט א קליינער חילוק. די עיקר איז אז אויב דו. אזוי ווי די איבריגע פסעוודא אינטעלעקטואלן (איי בעטשא אז דו ווייסט נישט וואס דער טערמין מיינט.) מיינען אז צו זיין אן אפיקורס און א כופר בעיקר איז קאאל, האסטו דיך זייער שטארק טועה געווען...!
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:בדרך כלל איז מיר גארנישט שווער. אלע קושיות און ספיקות בענייני דת ואמונה זענען ביי מיר זייער קלאר, ב"ה.
מיר איז ב"ה אויך גארנישט שווער.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 5:39 pm
דורך ליב צו וויסן
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: אויב איך ווייס יא וואס ער זאגט. אדער וואס איך זאג. איז יעצט א קליינער חילוק. די עיקר איז אז אויב דו. אזוי ווי די איבריגע פסעוודא אינטעלעקטואלן (איי בעטשא אז דו ווייסט נישט וואס דער טערמין מיינט.) מיינען אז צו זיין אן אפיקורס און א כופר בעיקר איז קאאל, האסטו דיך זייער שטארק טועה געווען...!
געוואלדיג.. האסט אריינגעזאגט א שטאך ווארט (ווי כאילו דו קענסט מיר...) יעצט האסטו געוואונען און דארווין בלייבט דער צודרייטער..
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 5:43 pm
דורך ליב צו וויסן
רבי רעב בערל: נישט גלייבן אלעס קען זיין זייער ווייטאגליך (בפרט פאר איינעם וואס איז אויפגעוואקסן אין אונזער סביבה) ס'מיינט אבער נישט אז מ'איז נעריש...
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:04 pm
דורך berlbalaguleh
ליעב צו וויסן:אנטשולדיג אויב דו האסט עס גענומען פערזענליך. ערשטנס האביך נישט געזאגט אויף דיר אז דו ביסט (ח"ו) א צודרייטער. צווייטנס. ס'איז טאקע א ברייטער טערם. און דארווין איז נישט געווען קיין גאסן יונג. ער איז געווען א סייענטיסט. און ער האט געשריבן זיינע טעאריעס נאך ערנסטע, לאנגיאריגע אבזערוואציעס. אבער דאך. די אונטערשטע שורה איז אז ביי עפעס א פונקט האט ער געמאכט א טעות.
דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט דעבאטירן זיינע טעאריעס. זיכער מעג מען. און מ'דארף. דער חובת הלבבות שרייבט אין די הקדמה אז מ'דארף קומען צו אמונה דורך חקירה. ווייל סוכ"ס זענען דא אזוי ווי אין יעדע דעבאטע צדדים לכאן ולכאן. איך האב בדרך כלל גערעדט פון מיר פערזענליך. אז ביי מיר זענען די דאזיגע ספיקות זייער קלאר. דאס מיינט אבער אז מ'דארף אויסהערן א פארקערטע מיינונג אויך...האב א גוטן און לעכטיגן שבת...!
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:07 pm
דורך כפתור
ר' בערל, דיינע תגובות זענען אלעמאל צום זאך און זייער באלערנדיג. ווען איך קען ווען אזוי גוט שרייבען מיט אלע הלכות גרעמער וואלט איך אסאך מער געשריבן. ליידער האב איך נישט געהאט אזא גוטע שרייב רבי.
איך וויל אסאך מאל לייקען אבער איך בין פויל מיך אריינצושרייבן. אפשר קענען די באערדע טוישן אז מ'זאל קענען לייקען אפילו מ'איז נישט אריינגעשריבן.
נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 2:31 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
הרבני החסיד הישיש רבי בערל שליט"א עמו"ש לאויש"ט:
שוין יארן לאנג וואס איך ליין דיינע הארץ-דערפרישענדע תגובות און באמערקונגען, באשיינפערליך נאך איידער דיין האר-קאליר האט זיך געביטן אויף גרוי ווייס.
זעהענדיג דיין הארץ עסעניש אז איר ווערט איגנארירט האב איך באשלאסן גענוג איז גענוג און איך מוז דיר געבן א ברייטן לייק.
(מיין ערשטע תגובה דא אין שטיבל, זאהל זיין לזכות הרבנית סאשע לרפו"ש)
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:29 am
דורך שמעון וואלף
טייערע בערעלע
זייט וויסן אז אן בערעלע איז נישטא קיין קאווע שטיבל!
ווי די ווייסט זענען מיר כמה פעמים נישט געווען אן די סעים פעיזש, אבער דאס איז דאך געווען אזוי אנגענעם. מיר האבן סאך מער אין קאמאן ווי זאכן וואס מער דיסאגריען, און ווען איך זעה א תגובה'לע פון דיר איז עס כמים קרים על נפש עייפה.
איך מיין אז ס'איז נישט די ערשטע מאל די רעדסט פון אויפהערן שרייבן דא. ליסטען, גענוג געווען דערמיט, הער אויף! די נערווען זענען יעצט שוואך און די טראגסט א גרויס אחריות.
אגב, האסט שוין לאנג נישט מעלה געווען זכרונם פון סנדר עפשטיין המכונה לעיזר דייטש און מנשה פילאפף /י. מ. סופר וכת דלהון. ס'איז דיין פליכט איבערצוגעבן פאר'ן יונגן דור וואס געדענקן נישט די בראשית יארן ווי די היימישע צייטונגען האבן אויסגעקוקט.
בערל, ווי לאוו יא! יו ראק!!!
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:45 am
דורך berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:הרבני החסיד הישיש רבי בערל שליט"א עמו"ש לאויש"ט:
שוין יארן לאנג וואס איך ליין דיינע הארץ-דערפרישענדע תגובות און באמערקונגען, באשיינפערליך נאך איידער דיין האר-קאליר האט זיך געביטן אויף גרוי ווייס.
זעהענדיג דיין הארץ עסעניש אז איר ווערט איגנארירט האב איך באשלאסן גענוג איז גענוג און איך מוז דיר געבן א ברייטן לייק.
(מיין ערשטע תגובה דא אין שטיבל, זאהל זיין לזכות הרבנית סאשע לרפו"ש)
אינגערמאנטשיקל: ייש"כ. איך זעה אז ס'האט געהאלפן. ווייל איך הער אז רעבעצין סאשע שתליט"א פיהלט שוין ב"ה א סאך בעסער. לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל. אמן...!
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:55 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:טייערע בערעלע
זייט וויסן אז אן בערעלע איז נישטא קיין קאווע שטיבל!
ווי די ווייסט זענען מיר כמה פעמים נישט געווען אן די סעים פעיזש, אבער דאס איז דאך געווען אזוי אנגענעם. מיר האבן סאך מער אין קאמאן ווי זאכן וואס מער דיסאגריען, און ווען איך זעה א תגובה'לע פון דיר איז עס כמים קרים על נפש עייפה.
איך מיין אז ס'איז נישט די ערשטע מאל די רעדסט פון אויפהערן שרייבן דא. ליסטען, גענוג געווען דערמיט, הער אויף! די נערווען זענען יעצט שוואך און די טראגסט א גרויס אחריות.
אגב, האסט שוין לאנג נישט מעלה געווען זכרונם פון סנדר עפשטיין המכונה לעיזר דייטש און מנשה פילאפף /י. מ. סופר וכת דלהון. ס'איז דיין פליכט איבערצוגעבן פאר'ן יונגן דור וואס געדענקן נישט די בראשית יארן ווי די היימישע צייטונגען האבן אויסגעקוקט.
בערל, ווי לאוו יא! יו ראק!!!
שמעון וואלף: ייש"כ. וואס זאלל איך זאגן... החייתנו... קיימתנו... ניחמתני...! נאר דער עיקר טעם וואס איך האב אויפגעהערט מיט מיין פעיוואריט האבי, נעמליך צו שרייבן איבער ר' סענדער דער דייטש, וויאזוי דער עולם אין יענע צייטן האט איהם גערופן. אויך וועגן הרב י.מ. סופר המכונה מנשה פליפ פלאפ. אבער דער עיקר וועגן ר' סענדער. ווייל איין חשוב'ער מעמבער פון קאווע שטיבל האט א שטארקע סענסיטיווקייט צו דעם. איך בין גרייט איינצולייגן געלט, און איך וועלל נאך אפשר האבן די זכייה צו ווערן סוירפרייזט אז ער איז גאר זיין זיידע... אדער אנ'אנדער קרוב...! אבער לפי האמת, מייניך דא גארנישט קיין שלעכטס. ווייל איך האב אייביג מעריך געווען ר' סענדער מיט זיין אינטעללידזשענס און געוואלדיגע ידיעות. איך האב מיך א סאך געלערנט פון איהם...! קיין איינער פון די היינטיגע שרייבערס קען זיך נישט פארגלייכן צו זיין פראפעסיאנאליזם אין שרייבן אידיש...!
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 7:46 am
דורך שמעקעדיג
ר' בערל האסט מיר געמאכט וויינען.