בלאט 2 פון 5

נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 12:10 am
דורך אישתישבי
דורש אמת האט געשריבן:ס׳קוקט דא אויס ווי א קינדערגארטן


Sent from my iPad using Tapatalk


די ביסט דער וואס שרייט קינדער ארויס פרייטאג אין מקוה?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 2:56 pm
דורך שבת אחים
איך גיי ווייטער שרייבן נאך פסח בל״נ. איך בעט קיינער זאל נישט אנחאזערן די אשכול. איך גיי מיך נישט וויסענדיג מאכן פון קיין טראללס.

איך גיי שרייבן וועגן די מרידה און די נדחים פון וואס איך האב געהערט
אויב איינער האט עני אינפארמאציע וועגן די וויזניצער מורדים, זייערע מיינונגען אויפן אמרי חיים, ישועות משה וכו׳ זייער עקספירענס אין וויזניצער ישיבה פאר די מרידה ביטע שיקט מיר א אישי אויב זענט איר גרייט צו שעירן.

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 7:52 pm
דורך שבת אחים
אינטערסאנט צו באמערקן דאס וואס איך האב געשריבן אז אין יענע צייטן האט מען בכלל נישט אראפגעשריבן די דרשות און תורה פון ווישעווער רב. איז אבער יא געוועהן איין גרויסע תלמיד פון ווישעווער רב וואס האט יא געהאט שכל און ער האט אראפגעשריבן אסאך פון זיין תורה. און א דאנק אים איז געבליבן אסאך דברי תורה פון ווישעווער רב. דער איד האב איך גוט געקענט. ער האט געהייסן הרה״ח ר׳ משה הערש ראזענבערג באקאנט אלץ “ר׳ משה שותק” (פאטער פון נחום ראזענבערג פון די האטליין) די איד האט געוואוינט אין וויליאמסבורג נעקסטע הויז צו מיין פאטער. ער האט קיין איין רגע נישט מסיח דעת געוועהן פונעם אייבערשטן און פון זיין רבי דער “אהבת ישראל”. ער פלעגט גיין נאך געלט (ווי אויך זיין ברודער הרה״ח ר׳ יודל עביר ז”ל) טאג און נאכט פאר ארימלייט, אלמנות און יתומים. בשעת ער איז געגאנגען נאך געלט האט ער געמורמעלט משניות אדער תהילים.
מ’האט אים גערופן “ר׳ משה שותק” ווייל ער פלעגט קיינמאל נישט אויסרעדן. אלץ געזאגט תהילים און געלערענט. אבער נאר איינמאל פלעגט ער אויסרעדן, אויב מהאט גערעדט פון די אהבת ישראל און זיינע קינדער. ווען מיין פאטער פלעגט פארן צום “תורת מרדכי” פלעגט ער אלץ כאפן א היטש מיט אים. ספעציעל יעדע יאהר הושענה רבה. אויפן וועג האט ער געזאגט תהילים א גאנצע צייט. ער האט זיך קיינמאל נישט צוטוהן געמאכט וואס טוט זיך ארום זיך. קיינמאל נישט אריינגערעדט אין קיין שמועסן וואס מ׳האט גערעדט. אבער מיין פאטער פלעגט אויפן וועג אנפאנגן צורעדן פונעם אהבת ישראל. האט ער זיך פלוצינג גענומען רעדן און ס׳האט געפליסט פון אים מעשיות און גערעדט א גאנצע וועג. אויב מהאט אנגעהויבן רעדן פון עפעס אנדערש האט ער גלייך זיך גענומען ווייטער מורמלען תהילים. דער איד האט אין זיין לעבן נישט גערעדט אויף קיין דריטער מענטש! אין זיין לעבן נישט גערעדט קיין לשה״ר. (ליידער איינע פון זיינע קינדער רעדן שטאטס אים...) זיינע קינדער האט ער געשיקט לערנען צום אמרי חיים בתוכם נחום.

צוויי פון זיינע קינדער זענען געווארן שפעטער סאטמארער חסידים (נחום מיט זיין ברודער יצחק) איין ברודער אנטשיל פון מאנסי איז א מאנסי-וויזניצער. זיי שטאמען פון די גרויסע באוואוסטער וויזניצער חסיד הרה״ח ר׳ יהודא’ל עביר ראזענבערג פון ביטשקוב מגודלי חסידי וויזניץ.

ווען נישט ר׳ משה הערש ראזענבערג וואלט מעהר ווי האלב פון ווישעווער רב׳ס תורת וואס מ׳האט היינט צוטאגס פארלוירן געווארן.

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 8:36 pm
דורך אישתישבי
ווי אזוי הייסט דער ספר פין ווישיווער רב?

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 8:58 pm
דורך אמת וצדק
אישתישבי האט געשריבן:ווי אזוי הייסט דער ספר פין ווישיווער רב?
שארית מנחם

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 5:01 am
דורך שבת אחים
אמת וצדק האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווי אזוי הייסט דער ספר פין ווישיווער רב?
שארית מנחם


“שארית מנחם” איז א חסידישע ספר. נישט ממש זיינע שיעורים אדער דרשות. הגם סאיז דא דארט אויך שו”ת.

ווי אויך איז דא באזונדערע ספר “שארית מנחם” אויף תהילים (עוועלעיבל אויף היברובוקס)

די היינטיגע ווישעווער רב’ס אייניקלעך האבן א געפענט “מכון ברכת נפתלי ווישווא” און זיי געבן כסדר ארויס נאך דרשות, עובדות, סיפורים און תורה פון ווישעווער רב. יענע ספר הייסט “גאון ישראל וקדושו” (ס׳האלט שוין ביי די אכטע חלק דאכצעך)
(געוויסע חלקים איז עוועלעיבל אנליין).

ווי אויך איז געוויסע דרשות פון ווישעווער רב געדרוקט געווארן אין קובץ “דגל התורה”. און פארשידנע געקליבענע ווערטער אין קונטרס “תורת מנחם”.

גאון ישראל וקדושו (חלק חמישי):

https://yiddishevinkel.com/wp-content/u ... %D7%94.pdf

שארית מנחם (חלק שני):
https://www.hebrewbooks.org/61423

שארית מנחם על תהילים:
https://download.hebrewbooks.org/downlo ... ?req=61428

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 6:13 am
דורך שבת אחים
די היינטיגע סאטמארע יונגען מיינען אז רביה״ק האט געהאלטן אז וויזניץ איז עפעס אפגעפרעגט. און דאס איז א ריזיגע טעות. ער האט גאר שטארק געהאלטן פון די אהבת ישראל און פון ווישעווער רב, די דמשק אליעזר. פון די אמרי חיים האט ער נישט געהאלטן ווייל ער איז געוועהן א אגודיסט. אבער דאך שרייבט ר׳ משה שנעבאלג אז ער האט זייער הנאה געהאט ווען ער האט זיך געטראפן מיט אים און אפאר מאל געזאגט “ער איז א קלוגער איד”
און אמאל נאכן זיך טרעפן מיט אים האט ער געזאגט “א חכם איז ער אבער נאכאלץ נישט ווי זיין טאטן”. ר׳ משה שנעבאלג שרייבט אז די איינציגסטער מאל וואס סאטמארער רב האט זיך געטראפן מיט א רב פארן דאווענען שחרית, און די איינציגסטער מאל וואס ער האט געטרינקן א קאווע פארן דאווענען איז געוועהן נאך א ברית פון איינע פון די קינדער פון די פאליטשאנער רב הגה”צ ר’ ישראל אברהם שטיין. די אמרי חיים איז פונקט דעמאלטס געוועהן אין אמעריקע און די פאליטשאנער רב האט מכבד געוועהן זיין רבי’ן דעם אמרי חיים מיט סנדקאות אבער ער איז אויך געוועהן זייער נאנט מיט סאטמארער רב. איז אריין צו סאטמארער רב און געזאגט אז לעולם האט ער געפלאנט צו געבן סנדקאות פאר סאטמארער רב ווייל די אמרי חיים איז נאר דא געקומען פאר א קורצע באזוך אבער איז למעשה געבליבן דא פאר א יאהר צייט. האט ער געפרעגט סאטמארער רב צי ער וואלט געקומען צו וויזנצער רבי’ס ביהמ”ד און ער וועט מכבד זיין די אמרי חיים מיט סנדקאות און סאטאמער רב מיט די ברכות. און סאטמארער רב האט געזאגט אז ער וועט קומען. און נאכן ברית האט די אמרי חיים געפרעגט סאטמארער רב צי ער וויל אריינקומען צו אים אין שטוב אויף א באזוך. סאטמארער רב האט מסכים געוועהן אפילו ער האט נאך געהאלטן פארן דאווענען. די אמרי חיים האט אים געמאכט א קאווע און די סאטמארער רב האט געטרונקען. און געזיצן און פארברענגט מיט אים כמעט א שעה צייט. נאכן ארויסגיין האט זיך אנגעזעהן אז סאטמארער רב האט זייער הנאה געהאט.

פון די ווישעווער רב האט ער גאר שטארק געהאלטן און געהאט פאר אים אסאך רעספעקט.

ער האט אזוי שטארק געהאלטן פון אים אז ער האט זיך אייביג גערעכענט מיט די מיינוג פון ווישעווער רב ביי די אסיפות הרבנים אינדערהיים און אפילו געזאגט אמאל בנוגע א געוויסע ענין וואס מ׳האט דורכגערעדט ביי א אסיפה “איך האלט אנדערש אבער קעגן ווישעווער רב וועל איך נישט גיין”. הגה״ק ר׳ יהודא׳לע האראוויץ מדזיקוב האט אלץ פארציילט אז ביי די מיטונגען אינדערהיים פלעגט אלץ סאטמארער רב מיטן ווישעווער פעטער ארויסגיין פונעם צימער, געכאפט א שפאציר און זיך דורכגעשמוסט וואס צוזאגן, און וויאזוי צוגיין ווייטער מחזק צוזיין אידישקייט, תורה און דת.
ווען ווישעווער רב איז קראנק געווארן נאך פארן קריג האט סאטמארער רב געהייסן זיינע תלמידים זאלן זאגן תהילים פאר אים. און ער איז אים געגעאנגען באזוכן אין שפיטאל. און ווען ער איז נפטר געווארן האט ער זיך באטייליגט אין די לוי’.

אויפן סערטער האט ער שוין יא געלאזט פאלן ווערטער.

די סערטער איז געוועהן א גאון און חריף אבער איז געווארן א מזרחיסט מעהר ווייניגער נאכן קריג. געהאלטן פון שיטת הרב קוק. און ער האט געפירט מעהר א מאדערנע- חסידות.
אינטערסאנט נאר וויאזוי ער איז געווארן אריינגעכאפט אין די שיטה. וואס איז קלאר קעגן זיין טאטע’ס שיטה. ער איז געוועהן א איידעם ביי הרה”ק ר׳ ישכר דב מבעלזא פון די גרעסטע קנאים. און ער האט זיך געגעט ווייל זיין ווייב מיט זיין זוהן ר׳ מעכלע חלוץ האגער זענען געווארן מאדנערזירט און אריינגעכאפט אין ציונת. ער האט א גאנץ לעבן גערעדט וועגן זיין געוועזענע שווער ער פלעגט אים רופן “די רב”. אבער דאך איז ער געוועהן א מזרחיסט. אבער אזויווי אלע קינדער פון די אהבת ישראל האט ער ליב געהאט יעדען איד אן קיין שום חשבונות. ווער ס׳האט אים געקענט וועט אייך דאס זאגן. ער איז געוועהן א זיסע איד!

די “תורת מרדכי” האט אים ארויסגעווארפן פון זיין ביהמ”ד. ער פלעגט קומען יערליך קיין אמעריקע נאך געלט פאר זיינע מוסדות, האלטן דרשות. און ער פלעגט רעדן פון די גרויסקייט פון שטיצן תורה אין די נייע מדינה. ער האט אויך גערעדט ברמיזה קעגן סאטמאר רב. האט אים די תורת מרדכי געזאגט אז אין זיין ביהמ”ד ווי ער איז רב קען מען נישט רעדן וועגן די גרויסקייט פון די מדינה אדער ציונת. און נעקסטע יאהר האט ער ווייטער גערעדט די זעלבע. האט אים די תורת מרדכי ארויסגעווארפן.

ווען די תורת מרדכי איז געקומען צופארן חודש תשרי צום טאטן דער אמרי חיים (ער פלעגט פארן יערליך אויף גאנץ תשרי) האט אים זיין פאטער געבעטן ער זאל גיין איבערבעטן די פעטער און פארן צו אים אויף א שבת. די תורת מרדכי האט געפאלגט אבער ער האט מיטגעברענגט זיינע אייגענע עסען און נישט געוואלט גארנישט עסען פון די פעטער...

נשלח: פרייטאג אפריל 09, 2021 4:21 am
דורך מחצה''ק
שבת אחים האט געשריבן:די היינטיגע סאטמארע יונגען מיינען אז רביה״ק האט געהאלטן אז וויזניץ איז עפעס אפגעפרעגט. און דאס איז א ריזיגע טעות. ער האט גאר שטארק געהאלטן פון די אהבת ישראל און פון ווישעווער רב, די דמשק אליעזר. פון די אמרי חיים האט ער נישט געהאלטן ווייל ער איז געוועהן א אגודיסט. אבער דאך שרייבט ר׳ משה שנעבאלג אז ער האט זייער הנאה געהאט ווען ער האט זיך געטראפן מיט אים און אפאר מאל געזאגט “ער איז א קלוגער איד”
און אמאל נאכן זיך טרעפן מיט אים האט ער געזאגט “א חכם איז ער אבער נאכאלץ נישט ווי זיין טאטן”. ר׳ משה שנעבאלג שרייבט אז די איינציגסטער מאל וואס סאטמארער רב האט זיך געטראפן מיט א רב פארן דאווענען שחרית, און די איינציגסטער מאל וואס ער האט געטרינקן א קאווע פארן דאווענען איז געוועהן נאך א ברית פון איינע פון די קינדער פון די פאליטשאנער רב הגה”צ ר’ ישראל אברהם שטיין. די אמרי חיים איז פונקט דעמאלטס געוועהן אין אמעריקע און די פאליטשאנער רב האט מכבד געוועהן זיין רבי’ן דעם אמרי חיים מיט סנדקאות אבער ער איז אויך געוועהן זייער נאנט מיט סאטמארער רב. איז אריין צו סאטמארער רב און געזאגט אז לעולם האט ער געפלאנט צו געבן סנדקאות פאר סאטמארער רב ווייל די אמרי חיים איז נאר דא געקומען פאר א קורצע באזוך אבער איז למעשה געבליבן דא פאר א יאהר צייט. האט ער געפרעגט סאטמארער רב צי ער וואלט געקומען צו וויזנצער רבי’ס ביהמ”ד און ער וועט מכבד זיין די אמרי חיים מיט סנדקאות און סאטאמער רב מיט די ברכות. און סאטמארער רב האט געזאגט אז ער וועט קומען. און נאכן ברית האט די אמרי חיים געפרעגט סאטמארער רב צי ער וויל אריינקומען צו אים אין שטוב אויף א באזוך. סאטמארער רב האט מסכים געוועהן אפילו ער האט נאך געהאלטן פארן דאווענען. די אמרי חיים האט אים געמאכט א קאווע און די סאטמארער רב האט געטרונקען. און געזיצן און פארברענגט מיט אים כמעט א שעה צייט. נאכן ארויסגיין האט זיך אנגעזעהן אז סאטמארער רב האט זייער הנאה געהאט.

פון די ווישעווער רב האט ער גאר שטארק געהאלטן און געהאט פאר אים אסאך רעספעקט.

ער האט אזוי שטארק געהאלטן פון אים אז ער האט זיך אייביג גערעכענט מיט די מיינוג פון ווישעווער רב ביי די אסיפות הרבנים אינדערהיים און אפילו געזאגט אמאל בנוגע א געוויסע ענין וואס מ׳האט דורכגערעדט ביי א אסיפה “איך האלט אנדערש אבער קעגן ווישעווער רב וועל איך נישט גיין”. הגה״ק ר׳ יהודא׳לע האראוויץ מדזיקוב האט אלץ פארציילט אז ביי די מיטונגען אינדערהיים פלעגט אלץ סאטמארער רב מיטן ווישעווער פעטער ארויסגיין פונעם צימער, געכאפט א שפאציר און זיך דורכגעשמוסט וואס צוזאגן, און וויאזוי צוגיין ווייטער מחזק צוזיין אידישקייט, תורה און דת.
ווען ווישעווער רב איז קראנק געווארן נאך פארן קריג האט סאטמארער רב געהייסן זיינע תלמידים זאלן זאגן תהילים פאר אים. און ער איז אים געגעאנגען באזוכן אין שפיטאל. און ווען ער איז נפטר געווארן האט ער זיך באטייליגט אין די לוי’.

אויפן סערטער האט ער שוין יא געלאזט פאלן ווערטער.

די סערטער איז געוועהן א גאון און חריף אבער איז געווארן א מזרחיסט מעהר ווייניגער נאכן קריג. געהאלטן פון שיטת הרב קוק. און ער האט געפירט מעהר א מאדערנע- חסידות.
אינטערסאנט נאר וויאזוי ער איז געווארן אריינגעכאפט אין די שיטה. וואס איז קלאר קעגן זיין טאטע’ס שיטה. ער איז געוועהן א איידעם ביי הרה”ק ר׳ ישכר דב מבעלזא פון די גרעסטע קנאים. און ער האט זיך געגעט ווייל זיין ווייב מיט זיין זוהן ר׳ מעכלע חלוץ האגער זענען געווארן מאדנערזירט און אריינגעכאפט אין ציונת. ער האט א גאנץ לעבן גערעדט וועגן זיין געוועזענע שווער ער פלעגט אים רופן “די רב”. אבער דאך איז ער געוועהן א מזרחיסט. אבער אזויווי אלע קינדער פון די אהבת ישראל האט ער ליב געהאט יעדען איד אן קיין שום חשבונות. ווער ס׳האט אים געקענט וועט אייך דאס זאגן. ער איז געוועהן א זיסע איד!

די “תורת מרדכי” האט אים ארויסגעווארפן פון זיין ביהמ”ד. ער פלעגט קומען יערליך קיין אמעריקע נאך געלט פאר זיינע מוסדות, האלטן דרשות. און ער פלעגט רעדן פון די גרויסקייט פון שטיצן תורה אין די נייע מדינה. ער האט אויך גערעדט ברמיזה קעגן סאטמאר רב. האט אים די תורת מרדכי געזאגט אז אין זיין ביהמ”ד ווי ער איז רב קען מען נישט רעדן וועגן די גרויסקייט פון די מדינה אדער ציונת. און נעקסטע יאהר האט ער ווייטער גערעדט די זעלבע. האט אים די תורת מרדכי ארויסגעווארפן.

ווען די תורת מרדכי איז געקומען צופארן חודש תשרי צום טאטן דער אמרי חיים (ער פלעגט פארן יערליך אויף גאנץ תשרי) האט אים זיין פאטער געבעטן ער זאל גיין איבערבעטן די פעטער און פארן צו אים אויף א שבת. די תורת מרדכי האט געפאלגט אבער ער האט מיטגעברענגט זיינע אייגענע עסען און נישט געוואלט גארנישט עסען פון די פעטער...

אלעס פיין אין וואויל אבער סאטמאר רב פלעגט גראדע יא טרינקען קאווע פארן דאווענען
אין נאך א זאך די האסט טענות אז די סאטמורים האלטן נישט פון עם איז אפי' די וועסט שרייבען הונדערט ארטיקלעך וועלן זיי נישט חלומ'ן פון אנהייבן טראכטן אז ער איז געווען פון די לעצטע תלמידי בעל שם
איז לגבי עם באשרייבען מאכסטי זייער א פיינעם דזשאב

נשלח: מוצ"ש אפריל 10, 2021 9:26 pm
דורך שבת אחים
הרב ר׳ חיים מאיר שנעבאלג שרייבט דאס בשם זיין פאטער ר׳ משה שנעבאלג מ’טשערנאוויץ. פון וואו ער נעמט אז דאס איז געוועהן די איינציגסטער מאל ער האט געטרונקען קאווע פארן דאווענען ווייס איך נישט. איך וועל בל”נ פרעגן דעם טשערנאוויצער רבי אין די נעקסטע גלעגענהייט.

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 10:11 am
דורך תרמב
די טשערנאוויצער זיצט יעצט שבעה נאך זיין טאטע, קענסט אים גיין מנחם אבל זיין, און אנפרעגן דיינע שאלות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:13 pm
דורך שבת אחים
תרמב האט געשריבן:די טשערנאוויצער זיצט יעצט שבעה נאך זיין טאטע, קענסט אים גיין מנחם אבל זיין, און אנפרעגן דיינע שאלות.


יעצט האט ער צופיל מענטשען וואס דרייען אים קאפ. גיי איך אים קיין שאלות נישט פרעגן. איך וואלט אים אפשר געדארפט רופן מנחם אבל זיין אבער דרייען א קאפ מיט קשיות וועל איך א צווייט מאל. איך גיי שפאצירן מיט אים אסאך מאל. ער איז א שטיקל רבי מיינער. ער איז זייער ענדליך צו די אמרי חיים. א ריכטיגע ווזיניצער תלמיד. איך גלייך אים זייער. איך האלט ער איז פון חשובסטע אידן אין די היינטיגע דור.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:18 pm
דורך שבת אחים
איך קוק איבער די בילדער פון די אמרי חיים.

כהאב באמערקט א אינטערסאנטע אבזערוואציע.

די אמרי חיים אויף די עלטער נאכן סטראוק האט שוין נישט געקענט גיין אויף די פוס. און מ’האט אים געשלעפט מיט א בענקל (וואו איז געוועהן בענקלעך מיט רעדער?)
מ׳האט אים געדארפט שלעפן אפאר מאל א טאג ארויף די שטיגן און אראפ די שטיגן. פאר א שיינע פאר יאהר.
און דאס איז געוועהן גאר א שווערע עבודה.

און אויב מיינט איר אז ס’זענען זיך צאמגעלויפן אלע פויערן פון מארמארוש און בוקעווינע, און סאיז געקומען צו לויפן די גיבורים פון פאליען ריסקווע, דראגמירעשט, בארשע, ביטשקוב, סיגוט, סקערניצע, הארינטש, אויבער רינא, אינטער רינא, אויבער ווישעווע, אינטר ווישעווע, ווילחאוויץ, אינטער אפשא וואס האבן געהייסן וויזעל, ניימאן, פעלדמאן, פליגמאן, פישמאן, איינהארן, טאבאק, שעכטער, פערל, פראמאוויטש, שלאמאוויטש, דאסקאל, ראזענבערג, ראזענפעלד, קינד, טעסלער, אפעל, אדלער, שטיין, שטיינמעץ, ווערטהיימער, ווערצבערגער, וויינבערגער, גרינבערגער, ברעטלער, ברעכער, פרוכטער, וואלצער, וויזניצער, פוקס, ציג, קנאל, שארף, לאקס, זיידא, סימקאוויטש, לעבאוויטש, שלעפן דעם רעבאו האט ער א מיאוסן טעות.

“דריי אונגארישע אידן” איינע פון זיי האט גאר געהייסן “טייטלבוים” נישט קיין אפשטאמיגע פון וויזניצער חסידים האבן זיך אפגעגעבן בלב ובנפש פאר הייליגער אמרי חיים. די זעלבע אידן האבן אים געשלעפט אפאר מאל טאג פאר יאהרן. די אידן האבן זיך באקענט מיטן אמרי חיים נאכן קריג.
הרה”ח ר’ אחיהוד (חיא) דאוודאוויטש זיין ברודער הרה”ח ר׳ יצחק דאווידאוויטש זייער שוואגער הרה”ח ר’ אורי טייטלבוים -משב”ק.

נאך די אמרי חיים איז נסתלק געווארן האט די ישועות משה זייער שטארק געוואלט אז הרה”ח ר׳ אורי זאל בלייבן פון די גבאים ביי אים אויך. אבער ר׳ אורי האט נישט געוואלט. ר’ מוישעלע האט אים אפאר מאל געבעטן . איינמאל האט אים ר’ אורי געזאגט
‎“רבי איך וויל בלייבן א חסיד...”

איך זאג נישט אז סאיז נישט געוועהן קיין אפשטאמיגער פון וויזניצער חסידים וואס האבן באדינט די אמרי חיים.

די אלע אנדערע גבאים האבן יא געשטאמט פון וויזניץ פאר דורי דורת ווי הרה”ח ר’ מנחם אליעזר מאזעס, ש”ב הרה”ח ר׳ יצחק דוד רעזעמאוויטש, הרה”ח ר’ זלמן לייב ווייס, הרה”ח ר’ שמואל בערגער. אבער פונקט די גיבורים זענען געוועהן די דאווידאוויטש ברודער, און טייטלבוים היינט זענען זיי פון די גרעסטע און שענסטע משפחות אין וויזניץ בני ברק, צענדליגער אייניקלעך און איר אייניקלעך.

די אמרי חיים וואו ער איז געגעאנגען און געשטאנען האט ער זיך איינגעקויפט פייערדיגע חסידים. ווייל ער איז געוועהן א מוראדיגע מענטש. א אמתע מענטש. א ערליכע מענטש, א זיסע מענטש, א געהויבענע מענטש. און א צדיק.

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:28 pm
דורך קל וחומר
ייש"כ שבת פאר די אלע שיינע באשרייבונגען אויף דעם צדיק!
ס'איז כדאי צו באמערקן אן אינטערעסאנטן צופאל, אז די גרעסטע מושלם איז פונקט געבוירן געווארן ביי דעם אהבת ישראל!
אבער ס'איז אויך יתכן אז דער אהבת ישראל האט אים מחנך געווען אזוי אז ער זאל האבן די אלע מעלות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:33 pm
דורך שבת אחים
קל וחומר האט געשריבן:ייש"כ שבת פאר די אלע שיינע באשרייבונגען אויף דעם צדיק!
ס'איז כדאי צו באמערקן אן אינטערעסאנטן צופאל, אז די גרעסטע מושלם איז פונקט געבוירן געווארן ביי דעם אהבת ישראל!
אבער ס'איז אויך יתכן אז דער אהבת ישראל האט אים מחנך געווען אזוי אז ער זאל האבן די אלע מעלות.


סתירה? די אהבת ישראל איז געוועהן א מושלם און זיינע קינדער זענען געוועהן ענדליך צו אים. געווענטליך אין נאטור ארבעט עס אזוי...

אלע קינדער פון די אהבת ישראל זענען געוועהן גרויסע מענטשען. די מערסטע ענדליך צו אים איז געוועהן די הייליגע דמשק. אויפן דמשק האט מען געזאגט אז ער איז אוועק יונג ווייל ער האט נישט געהאט קיין איין קעגענער.

די דמשק איז געוועהן די רבי פון די סקולענער רביס און גאב״ד מאנטשעסטער. וכו׳ וכו׳ ער האט אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים אין זיין לעבן און געהויבן די אידן אין בוקעווינע און געוועהן פארעכענט פון די חשובסטע רבנים דארט.

נאכן די דמשק איז די אמרי חיים געוועהן די מערסטע ענדליך צום טאטן.

די ווישעווער רב און די סערטער זענען אויך געוועהן געהויבענע צדיקים וקדושים אבער אנדערש ווי זייער טאטן אין אסאך וועגן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:09 pm
דורך מחצה''ק
יא דער ווישעווער איז געווען א גאון הגאונים די אהבת ישראל דאכט זיך מיר פלעגט עם ריפן מיין ספרים שאנק

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 5:56 pm
דורך שבת אחים
מחצה''ק האט געשריבן:יא דער ווישעווער איז געווען א גאון הגאונים די אהבת ישראל דאכט זיך מיר פלעגט עם ריפן מיין ספרים שאנק


ער האט געהאט עפעס א משוגענע מוח. ער האט ממש געדענקט כל התורה כולה אויסווענדיג. מ’קען שרייבן וועגן זיין גדלות בתורה און אנפילן גאנצע ביכער. נישט געוועהן קיין גדול בישראל אפילו די ליטווישע גדולים וואס זענען נישט ארויס פון התפעלות פאר זיין גאונת. ער איז אוועק ביי די 55. ווען ער לעבט ווען לענגער און ווען ער וואלט נישט געדארפט ארומלויפן אין די גאנצע וועלט נאך געלט פאר זיין ישיבה וואלט ער מסתם געשריבן די מערסטע ספרים פון אלע חסידישע רביס.

ער איז אמאל געוועהן אין דעטרויט. די רב איז געוועהן א ליטוואק. ווען ער איז אריינגעקומען האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים. נאך די לאנגע דרשה פון ווישעווער רב האט זיך יענע רב אויפגעשטעלט און אויסגעקלאפט “לכתחילה ווען די רב איז אריינגעקומען האבן זיך נישט אלע אידן אויפגעשטעלט פאר אים, אבער נאך אזא דרשה בעט איך אלע מתפללים מ׳זאל זיך דריי מאל אויפשטעלן לכבודו!” און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט דריי מאל.

יונגערהייט האט מען אים געוואלט ארייננעמען אין די קאנצליי פון רבנים. אבער דארטן האבן די עלטערע רבנים פארהערט יעדען רב פארדעם. ווען זיי האבן פארהערט די ווישעווער רב. זענען זיי נתפעל געווארן פון זיין ברייטע קענטעניס אין תורה און איינער פון די רבנים האבן זיך אנגערופן “ער קען אונז פארהערן...”

ער האט אמאל באזוכט א רב דא אין אמעריקע און פארן באזוך האט ער געדארפט ווארטן אפאר מינוט אין א פאדער צימער. דארט איז געליגן א ספר וואס איינער האט געבערענגט צו יענע אמריקאנער רב, אז ער זאל אים געבן א הסכמה. ווישעווער רב האט אריינגעקוקט דערין פאר ממש אפאר מינוט. און בשעת די באזוך ביים רב האט ער געזאגט כהאב געזעהן די ספר דא ביי אייך. און אנגעפאנגן צו געבן הערות אויף די “גאנצע ספר” יענע רב איז געוועהן געשטוינט. ווי האט איר געהאט צייט צו לערנען אזא גרויסע ספר אין אפאר מינוט???


בד”וו איך האלט מיך ביי מיינס אז די אמרי חיים איז אויך געוועהן א גרויסער גאון.
ער נאך געוועהן מעהר ווי ווישעווער רב ווייל ער איז געוועהן סיי א גאון און סיי ער האט עס באהאלטן פון רוב מענטשען. ווייל ווי רבי יהודא׳לע האט געזאגט אז די אמרי חיים מיט די אהבת ישראל האבן א גאנץ לעבן געארבעט אויף
תיקון המידות.

די אמרי חיים האט געהאט א ישיבה נאך אין גרויסווארדיין פאר א שיינע פאר יאהר ווי ער פלעגט אליינס פאר לערנען טעגליך די שיעורים פאר די בחורים. אין יענע ישיבה האט געלערנט איינע פון זיינע גרעסטע תלמידים הגה”צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ”ל. אלט זייענדיג 16 יאהר אלט. און זינט דאן פארבליבן מקושר צו אים ביז די לעצטע רגע פון זיין לעבן. ער האט געברענגט גאנצע משפחות קיין וויזניץ!

נאך די מרידה איז ער געווארן די משגיח און די ראש הישיבה און האט פאר אפאר יאהר געארבעט שווער צוריק צן בויען די וויזניצער ישיבה. ער איז געוועהן א גענעראל פארן הייליגען אמרי חיים.

מיין פאטער פארציילט א ליטווישע איד פון בני ברק האט אמאל געזאגט פאר ר׳ אליעזר דוד “אבער דיין רבי איז דאך א גרויסער עם הארץ!” האט ר׳ אליעזר דוד גענטפערט מיט א שמייכל “ס’מוז זיין אונז רעדן פון צוויי באזונדערע מענטשן, ווייל איך האב נאך געלערנט תורה ביי אים אין גרויסווארדיין און אסאך קונה געוועהן פון אים!”

הרה”ק ר׳ יהודא׳לע איז נישט געוועהן קיין נער. ער איז געוועהן גאר א גרויסער חכם און א מבין אויף מענטשען ער האט זיך געשוואוירן איז די אמרי חיים איז געוועהן די גרעסטע פון אלע קינדער פון די אהבת ישראל און אז ער איז געוועהן א גאון עצום. אן ער האט אים צוגעגליכן צו די בעש״ט און די קדושת לוי. ער האט אים געקענט פון אלץ קליין קינד. ער איז ממש אויפגעוואקסן ביי אים. געוועהן זיין מאמעס ברודער. זיי זענען ביידע אויפגעוואקסן אין שטוב פון די אהבת ישראל. ר’ יהודא’לע האט בעסער געקענט די אמרי חיים ווי זיינע זוהן ספעציעל ר׳ מאטעלע. (אפשר ר׳ מוישעלע טאקע נישט)
ר׳ יהודא׳לע האט גערעדט מיט אים אין לערנען גענוג און נאך אין זיין לעבן.

די אמרי חיים האט באקומען סמיכה אלץ יונגערמאן פון פריערדיגע גדולים בתוכם הגאון ר׳ שלום מרדכי שוואדראן המהרש"ם מברעזאן זצ״ל.

גיי זאג פאר ר׳ משה שנעבאלג אדער ר׳ מאטל שטיין, ר׳ שמואל יעקב קאהן אז די אמרי חיים האט נישט געקענט קיין לערנען לאכן זיי פון דיר!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:08 pm
דורך שבת אחים
ווען סאטמארער רב איז געקומען קיין בני ברק האט ער געהאלטן א דרשה לעבן שיכון וויזניץ ווי ער האט בארעדט זייער שטארק אגודה און די אידן וואס גייען צו די בחירות.

וויזניצער חסידים זענען אריין צום אמרי חיים זאגן אז “מ׳דארף אים עפעס ענטפערן”. האט די אמרי חיים געזאגט “אונז וועלן ענטפערן מיטן שווייגן...”

האט איינער זיך אנגערופן אז ווען די רבי וועט אים גייען באזוכן וועט ער מסתם ארויפברענגען די נושא אין די שמועס. זאל אים כאטש די רבי דארט ענטפערן אויב די רבי וויל דוקא נישט ענטפערן ברבים.

האט די הייליגער אמרי חיים גענטפערט. “אפילו ער וועט מיר אראפנעמען דאס קאפעליטש וועל איך נישט ענטפערן!”

און טאקע ווען די אמרי חיים האט אים באזוכט האט ער געמאכט זיכער אז מ’גייט נישט אריין אין קיין פאליטיק וכו׳

וועגן די די אמרי חיים׳ס שיטה אין ציונת פלאן איך צושרייבן א באזונדערע ארטיקל. איין טאג. און איר וועט פונקטליך פארשטיין פארוואס אפילו די גרעסטע קנאים האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אים.

די סערטער ווידער פלעגט זיך אסאך טענהן מיטן סאטמארער רב ווען ער איז דא געוועהן אין אמעריקע.

איין מאל איז פונקט געוועהן דאן די צייט ווען די ציונים האבן געזאגט אז זיי האבן געטראפן די קבר פון דוד המלך. און סאטמארער רב האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט “ווייסט מען דען פונקטליך וואו ער ליגט?” האט אים די סערטער גענטפערט “ער ליגט א מעטער ארויף, א מעטער אראפ, אויף בעדפארד עוועניו ליגט ער זיכער נישט...!”

די סערטער האט געשריבן א גאנצע ספר אפ צו ווענדן די “ויואל משה” אז ציונות איז נישט קיין הלכה פראבלעם נאר א השקפה.

און די אמרי חיים איז געוואר געווארן דערפון און איז אראפגעפארן קיין חיפה צו אים. און אים געזאגט אז “דער טאטע וואלט בשום אופן נישט מסכים געוועהן אז וויזניץ זאל מתיר זיין ציונות” און ער האט אים געזאגט איך באפעל דיר מיט כיבוד אב (לרבות אחיך הגדול) אז דער ספר זאל קיינער מעהר קיינמאל נישט זעהן. און זינט דאן ליגט עס באהאלטן אין א סעיף.

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 8:20 pm
דורך מחצה''ק
שבת אחים האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:יא דער ווישעווער איז געווען א גאון הגאונים די אהבת ישראל דאכט זיך מיר פלעגט עם ריפן מיין ספרים שאנק


ער האט געהאט עפעס א משוגענע מוח. ער האט ממש געדענקט כל התורה כולה אויסווענדיג. מ’קען שרייבן וועגן זיין גדלות בתורה און אנפילן גאנצע ביכער. נישט געוועהן קיין גדול בישראל אפילו די ליטווישע גדולים וואס זענען נישט ארויס פון התפעלות פאר זיין גאונת. ער איז אוועק ביי די 55. ווען ער לעבט ווען לענגער און ווען ער וואלט נישט געדארפט ארומלויפן אין די גאנצע וועלט נאך געלט פאר זיין ישיבה וואלט ער מסתם געשריבן די מערסטע ספרים פון אלע חסידישע רביס.

ער איז אמאל געוועהן אין דעטרויט. די רב איז געוועהן א ליטוואק. ווען ער איז אריינגעקומען האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים. נאך די לאנגע דרשה פון ווישעווער רב האט זיך יענע רב אויפגעשטעלט און אויסגעקלאפט “לכתחילה ווען די רב איז אריינגעקומען האבן זיך נישט אלע אידן אויפגעשטעלט פאר אים, אבער נאך אזא דרשה בעט איך אלע מתפללים מ׳זאל זיך דריי מאל אויפשטעלן לכבודו!” און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט דריי מאל.

יונגערהייט האט מען אים געוואלט ארייננעמען אין די קאנצליי פון רבנים. אבער דארטן האבן די עלטערע רבנים פארהערט יעדען רב פארדעם. ווען זיי האבן פארהערט די ווישעווער רב. זענען זיי נתפעל געווארן פון זיין ברייטע קענטעניס אין תורה און איינער פון די רבנים האבן זיך אנגערופן “ער קען אונז פארהערן...”

ער האט אמאל באזוכט א רב דא אין אמעריקע און פארן באזוך האט ער געדארפט ווארטן אפאר מינוט אין א פאדער צימער. דארט איז געליגן א ספר וואס איינער האט געבערענגט צו יענע אמריקאנער רב, אז ער זאל אים געבן א הסכמה. ווישעווער רב האט אריינגעקוקט דערין פאר ממש אפאר מינוט. און בשעת די באזוך ביים רב האט ער געזאגט כהאב געזעהן די ספר דא ביי אייך. און אנגעפאנגן צו געבן הערות אויף די “גאנצע ספר” יענע רב איז געוועהן געשטוינט. ווי האט איר געהאט צייט צו לערנען אזא גרויסע ספר אין אפאר מינוט???


בד”וו איך האלט מיך ביי מיינס אז די אמרי חיים איז אויך געוועהן א גרויסער גאון.
ער נאך געוועהן מעהר ווי ווישעווער רב ווייל ער איז געוועהן סיי א גאון און סיי ער האט עס באהאלטן פון רוב מענטשען. ווייל ווי רבי יהודא׳לע האט געזאגט אז די אמרי חיים מיט די אהבת ישראל האבן א גאנץ לעבן געארבעט אויף
תיקון המידות.

די אמרי חיים האט געהאט א ישיבה נאך אין גרויסווארדיין פאר א שיינע פאר יאהר ווי ער פלעגט אליינס פאר לערנען טעגליך די שיעורים פאר די בחורים. אין יענע ישיבה האט געלערנט איינע פון זיינע גרעסטע תלמידים הגה”צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ”ל. אלט זייענדיג 16 יאהר אלט. און זינט דאן פארבליבן מקושר צו אים ביז די לעצטע רגע פון זיין לעבן. ער האט געברענגט גאנצע משפחות קיין וויזניץ!

נאך די מרידה איז ער געווארן די משגיח און די ראש הישיבה און האט פאר אפאר יאהר געארבעט שווער צוריק צן בויען די וויזניצער ישיבה. ער איז געוועהן א גענעראל פארן הייליגען אמרי חיים.

מיין פאטער פארציילט א ליטווישע איד פון בני ברק האט אמאל געזאגט פאר ר׳ אליעזר דוד “אבער דיין רבי איז דאך א גרויסער עם הארץ!” האט ר׳ אליעזר דוד גענטפערט מיט א שמייכל “ס’מוז זיין אונז רעדן פון צוויי באזונדערע מענטשן, ווייל איך האב נאך געלערנט תורה ביי אים אין גרויסווארדיין און אסאך קונה געוועהן פון אים!”

הרה”ק ר׳ יהודא׳לע איז נישט געוועהן קיין נער. ער איז געוועהן גאר א גרויסער חכם און א מבין אויף מענטשען ער האט זיך געשוואוירן איז די אמרי חיים איז געוועהן די גרעסטע פון אלע קינדער פון די אהבת ישראל און אז ער איז געוועהן א גאון עצום. אן ער האט אים צוגעגליכן צו די בעש״ט און די קדושת לוי. ער האט אים געקענט פון אלץ קליין קינד. ער איז ממש אויפגעוואקסן ביי אים. געוועהן זיין מאמעס ברודער. זיי זענען ביידע אויפגעוואקסן אין שטוב פון די אהבת ישראל. ר’ יהודא’לע האט בעסער געקענט די אמרי חיים ווי זיינע זוהן ספעציעל ר׳ מאטעלע. (אפשר ר׳ מוישעלע טאקע נישט)
ר׳ יהודא׳לע האט גערעדט מיט אים אין לערנען גענוג און נאך אין זיין לעבן.

די אמרי חיים האט באקומען סמיכה אלץ יונגערמאן פון פריערדיגע גדולים בתוכם הגאון ר׳ שלום מרדכי שוואדראן המהרש"ם מברעזאן זצ״ל.

גיי זאג פאר ר׳ משה שנעבאלג אדער ר׳ מאטל שטיין, ר׳ שמואל יעקב קאהן אז די אמרי חיים האט נישט געקענט קיין לערנען לאכן זיי פון דיר!

איך האב קיינמאל נישט פארהערט די אמרי חיים קענסט האלט'ן וואס די ווילסט אבער די ביסט ביזי אויף צי ווייזן די גאונות פונעם אמרי חיים א גאנצן צייט אבער דעם ווישעווערס גאונות דארף קיינער נישט אויפווייזען ססאונד אביסל אויב נישט אסאך שוואנצונעס
איך האלט אויך אז די אמרי חיים האט געקענט לערנען אבער מדארף נישט איבערטרייבען

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:20 am
דורך שבת אחים
איך גיי ברעכן מיין נדר נישט צושרייבן וועגן וויזניץ פאר א מינוט.
כבין געוועהן ביי איינעם אין א אפיס. און דארט איז געוועהן נאך א איד אין די זיבעציגער יאהרן וואס כהאב קיינמאל נישט געזעהן. דער איד רופט זיך אן צו מיר, קענסט אים ער איז דאך פון דיינע מענטשען. א וויזניצער פון אלץ קינד.

זאגט יענער איך בין נישט ממש קיין וויזניצער. איך בין היינט א ברסלובער. איך וואוין דאהי אין פלעטבוש. אבער מיינע ברודערס פון ארץ ישראל און זייערע קינדער און אייניקלעך זענען פולשטענדיגע וויזניצער חסידים מיט ווייסע זאקן. איך מיט אלע מיינע געשוויסטער האבן אלץ קינד געלערנט אין שיכון וויזניץ. און גלייב מיר ווען נישט די אמרי חיים זענען זיי אלע היינט “פרייע אידן”

און דו ביסט נייגעריג וויאזוי אונז זעמיר אנגעקומען קיין וויזניץ וועל איך דיר פארציילן:
אונז זענען אוקריינישע. אונז קומען פון א שטעטל נעבן בארדישוב. און אונז זענען אייניקלעך פון די “קדושת לוי”
מיין פאטער איז ארויפגעקומען אין די זעכציגער יאהרן קיין ארץ ישראל ווען די רוסן האבן אנגעפאנגען ארויס צולאזן די אידן פון זייער קאמיוניסטישע גיהונים.

ווען מיין פאטער ר׳ משה ב....ן איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און ער האט נישט געהאט קיין שום משפחה. און קיין פריינד וואס זאלן אים העלפן. ער געהאט זעקס קינדער וואס האבן פארדעם נישט געלערנט אין קיין חדר. נאר אין פובליק סקול אין אוקריינא. זיי זענען געוועהן ווייט פון חסידיש און וויזניץ געשטימט...

מיין פאטער איז ארומגעגעאנגען צו אפאר רבנים בעטן מזאל ארייננעמען זיינע קינדער.

און ווען ער איז אנגעקומען צום אמרי חיים. און ער האט פארציילט פון וואו ער קומט. און אז ער איז א אייניקל פון ר׳ לוי יצחק בארדישובער (אין וועם די אמרי חיים האט זיך געקאכט זיין גאנץ לעבן, און פלעגט אלץ זאגן “איך בין א בארדישובער חסיד”).

די אמרי חיים האט גלייך אריינגענומען אלע זיינע זעקס קינדער אין זיינע מוסדות. ער האט געמאכט זיכער אז ער האט א גוטע דירה, פרנסה און זיך געזארגט פאר זיי אין אלע זייערע געברויכן.

ווען מייו פאטער פלעגט קומען צום טיש קיין ווזיניץ הגם ער איז געוועהן מעהר א מאדערנער רוסישע אידל. האט אים די אמרי חיים ארויפגערופן זיצן אויבנאן. און ער פלעגט אים שיקן שריים און הויעך ארויסרופן בלשון חיבה “ר’ משה’לע בארדישובער”. ער האט זייער שטארק מקרב געוועהן און מכבד געוועהן מיין טאטען.

איך מיט מיינע קינדער זענען געווארן שפעטער ברסלובער חסידים. אבער איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די “הייליגע צורה” פון די אמרי חיים וואס איך קען זאגן אז כ’האב נאכנישט געזעהן א רבי אין מיין לעבן מיט אזא הייליגע צורה וואס האט אויסגעקוקט ווי א “מלאך אלקים” און האט זיך אזוי אראפגענידערט צו יעדען איינעם מיט אזא ליבשאפט פאר א יעדען איד!

מיין גאנצע משפחה זענען היינט פון די גרויסע מאכערס דארט אין ב”ב וויזניץ.

***
איך קען גראדע די משפחה, געהערט פון זיי. כהאב נאר נישט געוואסט וויאזוי זיי זענען אנגעקומען קיין וויזניץ.

לדעתי דאס האט געמיינט א חסידישע רבי! דאס מיינט די פסוק! די אמרי חיים איז געוועהן א אמתע תלמיד פון דעם בעשט הק׳!

א גוטע וואך. זאל מען נאר הערן גוטע בשורת.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 6:23 am
דורך שבת אחים
[tag]מחצה”ק[/tag]

איך בין נאר אריינגעקומען וועגן די פאריגע תגובה וואס איך האב געמוזט ארויסגעגעבן פון מיין סיסטעם.

אבער איך זעה אז מ’האט נאכאלץ נישט געכאפט וואס איך זאג. (די אונגארישע כאפן שפעט? )איך האב עס איבערגעזאגט אויף אלע מיני וועגן. איך גיי פרובירן נאך איין לעצטע מאל און איך בעט דיך לייג צו קאפ:

סאיז ברור כשמש אז די ווישעווער רב איז געוועהן א גרעסערע גאון ווי די אמרי חיים. נישט נאר פון די אמרי חיים נאר פון די אהבת ישראל אויך- ווייל די אהבת ישראל אליינס האט אזוי געזאגט. נאך א לאנגע דרשה פון אפאר שעה וואס די אהבת ישראל האט געהערט אמאל פון זיין זוהן, די ווישעווער רב. האט ער געזאגט אויפן וועג אהיים. א אינטערסאנטע משל. אזויווי א טאטע וואס ברענגט זיינע קינדער צו א ברונע צו טרינקן וואסער. אבער דער טאטע אליינס קען נישט טרונקען. איך האב נאר געברענגט די קינדער ביזן טייך...

ער איז לכאורה געוועהן א גרעסערע גאון ווי אלע קאסובער- וויזניצער רביס זינט הרה”ק ר’ יעקב קאפיל חסיד.

דאס מיינט די אהבת ישראל איז נישט געוועהן קיין גאון?

די אהבת ישראל איז פון די גאר קליינע מיעוט פון חסידישע רביס אין היסטאריע וואס איז געבליבן געדרוקט תשובת בהלכה. און די גרויסער גאון עולם די טשימפער רב (אויף וועמען סאטמארער רב האט געזאגט ביי זיין לוי׳ ער איז געוועהן די לעצטע פוסק פון פאריגען דור) ברענגט אפאר מאל אראפ זיין רבין די אהבת ישראל אין זיין ספר (ווי אויך די אנטינער רבי) אין זיינע תשובת. נישט חסידישע מעשיות. נאר תורה. ער ברענגט אראפ געוויסע קשיות, תירוצים. ער שרייבט אויף איין פלאץ “שמעתי תירוץ על זה מהגה”ק מאור חיינו מ’וויזניצא” און אמאל שרייבט ער “עטרת ראשי” דאכצעך אויף די אנטינער רבי.

די אהבת ישראל איז געוועהן א באוואוסטע גאון. אבער די ווישעווער רב איז געוועהן אין די לעוועל פון די ראגעטשאווער, ר׳ עובדי וכו׳ ממש א עילוי.

ר׳ משה שנעבאלג איז א ריזיגער גאון אבער דאך וואלט איך אים קיינמאל נישט צוגעגליכן צום ווישעווער רב. די ווישעווער רב האט געהאט א אבנארמאלע מוח. א מוראדיגע שנעלע מוח. און וואו ער איז געגעאנגען און געשטאנען האט ער נאר גערעדט תורה.

די אמרי חיים ווידער איז געוועהן א גאון. אין די קאטאגאריע פון ר׳ משה שנעבאלג.
אבער ער האט אויך געהאט אלע אנדערע מעלות.

די ווישעווער רב אז א איד איז געקומען צו אים מיט א קוויטל און אים געזאגט זיין ווייב איז קראנק. האט ער נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. ער האט געזאגט עפעס א גימטריא, א פסוק, א רמז. ער האט נישט געקענט זיין קיין חסידישע רבי אזויווי די אמרי חיים.

וואס האט א פויער אין מארמרוש וואס זיין ניי-מאשין האט אויפגעהערט צו ארבעטן און איז געלאפן צום רעבא. געהאט פון דעם איז ווישעווער רב האט אים געזאגט עפעס א תורה?

ער האט נישט געקענט זינגן, פירן קיין טישן, צאמשטעלן געלט פאר אלמנות און יתומים, העלפן צובראכנע אידן מיט א גוט ווארט. וכו׳ וכו׳

די אמרי חיים האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם ווי די אהבת ישראל האט געזאגט “דער שווארצער-גנב איז שוקל כנגד כולם”

ער מיטן דמשק אליעזר האבן געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען האבן.


וועגן די שוואנצענס וואס דו רעדסט דא. איז איך זאג נאר נאך וואס זיינע נענטסטע מענשטען האבן געזאגט אויף
אים.

לויט די אלע מעשיות איז רבי יהודא’לע געוועהן די שוואנץ. מיט ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, ר׳ דוד לייב, ר׳ מנחם מונדרער, ר׳ מענדל שנעבאלג, ר׳ משה שנעבאלג, ר׳ אברהם הערש בעק, ר׳ ישראל אברהם שטיין, ר׳ אשר יונה, ר׳ שמואל יענקל וכו׳ וכו׳

זיי שרייען אלע אז ער איז יא געוועהן א גאון!

איז נאכמאל, לויט רבי יהודא׳לע וואס האט גערעדט אסאך אין לערנען מיט אמרי חיים איז ער געוועהן א גרויסע גאון
די אמרי חיים האט געהאט א אנדערע דרך אין עבודת השם ווי די ווישעווער רב און די סערטער, דמשק. ער האט געארבעט אויף זיינע מידות א גאנץ לעבן. און איינע פון די מידות איז געוועהן קיינמאל נישט ארויסווייזן ברבים אז איך בין עפעס א גרויסער מענטש. נאר ער האט גערעדט צו יעדען ווי ער איז עפעס א פשוטער מענטש וואס רייכערט צוגרעטלעך וכו׳ און גראדע די כאראקטער גלייך איך זייער.

איי וועסטו פרעגן פארוואס איך גלייב עס?

ווייל ס׳שטימט מיט אלע אנדערע זאכן ארום.

ס׳שטימט מיט די מעשיות וואס ראחמסטריווקער רביס קינדער האבן פארציילט (וואס איך האב געשריבן אויבן) ס׳שטימט מיט וואס ר׳ יהודא׳לע האט געזאגט. וואס די סערטער האט געזאגט. וואס ר׳ אליעזר דוד האט געזאגט. און מיט אלע זיינע שטוב מענטשן און גבאים וואס האבן געזאגט אז ער פלעגט לערנען שעות ארוכות יעדן טאג הויך אויפן קול אז מהאט עס ארויסגעהערט ביז די גבאי צימער.

ער איז געוועהן זייער א קלוגער מענטש. ער האט געלערנט זיין גאנץ לעבן יעדען טאג אפאר שעה. מיינסט אז ער איז געוועהן א עם הארץ? ניין!

ער האט געהאט אלע מעלות! און פארדעם בין איך זיין חסיד.

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 4:24 pm
דורך תרמב
ס’געפעלט מיר דיינע הגדרות, די ווישעווער איז אויפן לעוועל פונעם רוגאטשובער און עובדיה, און די אהבת ישראל ווי ר’ משה שנעבאלג...... גאנץ גוט, וועל מיר עס נעמען ווייטער, ר’ יצחק יוחנן איז אויפן דרגא פון ישראל דוד שלעזינגער און ר’ ישראל ווי מיילעך בידערמאן, און ר’ מנדל פון מרכז איז ווי באניע, וכן הלאה......

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 4:56 pm
דורך אישתישבי

איין מאל איז פונקט געוועהן דאן די צייט ווען די ציונים האבן געזאגט אז זיי האבן געטראפן די קבר פון דוד המלך. און סאטמארער רב האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט “ווייסט מען דען פונקטליך וואו ער ליגט?” האט אים די סערטער גענטפערט “ער ליגט א מעטער ארויף, א מעטער אראפ, אויף בעדפארד עוועניו ליגט ער זיכער נישט...!




וועלכע קבר פין דוד המלך האבן ציונים געטראפן?

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 5:39 pm
דורך הרב שיף
@שבת אחים איך האב געוואלדיג הנאה פון אייערע באשרייבונגען, און איך וויל אייך מחזק זיין אויף ווייטער.

איך וואלט נאר געראטען צו מאכען א באזונדער ניק אויף די פארטיווע באשרייבונגען פון צדיקים וואס איר האט דורך געטוען זייער מהלך, און נישט שרייבען מיט דעם אלגעמיינעם ניק, ווייל נאכען זעהן אייער'ס אן אנדרע תגובה איבער דעם פרעזידענט בין איך קאלט געווארען און מיין אמונת אחרון תלמידי הבעש"ט. האסט מיר זייער געהאט אנגעווארעמט צו קוקען מיט א פאזעטיווער בליק אויף ר' חיים מאיר'ל זי"ע. און סאיז מיר א שאד אז סקילט זיך אפ.

גראדע האב איך נאך עטליכע קאנדיאטען פאר תלמידי בעש"ט לשיטתך און צב"ש דער סאטמערער רב, וואס איז געווען א קלוגער איד, טאקע נישט געהאט אזא זכרון ווי דער סיגוטער רב זיין ברידערו [ואס איז געווען ווי דער ראגעטשווער (לשיטתך אז יעדע בקי וקצת חריף ווערט א ראגעטשאווער)], אבער דער סאטמאר רב איז אויך געווען א גרויסער גאון טראץ דעם וואס קיינער ווייסט נישט [מוווייסט יא? נישט מיין שולד איך האב קיינעם נישט אויסגעזאגט] ווי אויך האט ער פארשטאנען צו פשוטי עם און מיטגעוויינט מיט יעדע אידיש קינד וואס האט פארלוירן א קו, געווען א פיקח עצום סאיז דא יל ווערטליך פונעם, און מקרב געווען אפי' פושעי ישראל. געפראוועט מופתים און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א רומענשיער רבי. ליב געהאט יעדע אידיש נפש אפי' די גרעסטע כופר און אפי די ראשים, און נישט געקוקט אפי' אויף זיין אייגענע שיטה ווען סאיז געקומען צו מיצר זיין בצרות ישראל. ווי אויך פירען טישען און געווען א שיינע בעל תפלה און מעורר געווען אלפים צי בכיות מיט זיין דאווענען און תורות.

ווי אויך דער מנחת אלעזר, אדער גאר ר' ברוכ'ל וואס כזעה נישט קיין איין מעלה ומדה נכונה וואס איר רעכנט אויס וואס זאל אים האבען געפעלט און די גוטע יאהרן.

די ליסטע איז ענדלס, איך האב נאר אנגעכאפט די עטליכע וואס מען קען נישט חושד זיין אז זיי האבען געהאלטען אז זיי זענען פון די תלמידי בעש"ט.

עניוועי גיי ווייטער אן מיר באלעקען זיך די פינגערס, טראץ כאטש וואס איך האלט אז סאיז דא זאכען וואס איר טרייבט איבער, דאך האט עס א חן.