בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 6:40 pm
דורך לכבוד שבת קודש
מורינו ורבנו האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ס'שטייט פון אריז"ל אז אויב מ'פארגיסט נישט קיין טרער ימים נוראים מיינט עס אז עפעס טויגט נישט מיט די מענטש. וואס קען מען טוהן אז מ'זאל יא פארגיסן א טרער?
פארגיסן טרערן.
דער אמת'ער געדאנק ווען טרערן קומען, איז ווען מען שפירט ווי נישטיג מען איז קעגן דעם אנדערן זייט. דעמאלס קומט טרערן!
טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן עטליכע מינוט, וואס דער אויבערשטער האט אלס געטון פאר דיר, ווי אזוי דו וואלסט נישט געקענט עקזיסטירן אן אים. טראכט אריין אביסל אין די שווערע מאמענטן וואס דו ביסט אריבערגעגאנגען דאס יאר, ווי אזוי דו ביסט געווען באזארגט אויף געוויסע געשיכטעס, ווי הילפסלאז דו ביסט געווען, און ווי אזוי אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט גוט און גראד. טראכט און גלויב אז דאס קומט פון באשעפער.
עס וועט דיר קומען טרערן.טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן עטליכע מינוט, ווי זינדיג דו ביסט, וויפיל עבירות דו האסט געטון פארן אויבערשטן (דאס איז שוין מער א ליטווישע געדאנק, אבער כשר ביי חסידים). ווי גרויס דער אויבערשטער איז און ווי קליין דו ביסט, ווי שטארק דו קענסט זיך נישט באהערשן און דו ביסט נישט אין דיינע הענט. טראכט אריין אז באמת ווילסטו נישט טון קיין עבירות, אבער דו קענסט נישט שטיין אין די גרויסע נסיונות. זיי מתפלל מעומקי לבבך אז דער אויבערשטער זאל דיר געבן די כוחות, דו זאלסט אים מער נישט מצער זיין (די עצה איז אויך גוט פאר הרב לכבוד).
עס וועט דיר קומען טרערן.
טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן אין דיין שווערן מצב. די פלאגענישן און די פראבלעמען וואס נעמען (אפשר) ארום דיין משפחה אדער דיר זעלבסט. קוק זיך אום ווי הילפסלאז דו ביסט, ווי אזוי דו קענסט זיך נישט אליין העלפן. נאר דער אויבערשטער קען דיר העלפן און נאר ער קען דיר ארויסענעמן פון דעם מצב. דאוון צו אים, בעט זיך צו אים כבן המתחטא לפני אביו שבשמים.
עס וועט דיר קומען טרערן.דער צד השוה איז, אז טרערן קומען ווען מען איז זיך מתבונן ווי נישטיג און הילפסלאז און קליינקיק ביסטו קעגן דעם גרויסן אלמעכטיגן גאט פאר וועמען דו שטייסט. דעמאלס קומט טרערן.
(איר וועט אוודאי געדענקען, איינע פון מיינע ערשטע געשיכטעס דא אויף קאווע שטיבל, די ערשטע שבת נאך איך האב זיך איינגעשריבן דא, בשעת עס האט מיר געכאפט מחשבות פון קאווע שטיבל אינמיטן דאווענען, און איך האב זיך געטראפן וויינען בפני קהל ועדה. קוקט עס נאך און זעט די מעשה. וואס איז פשט פון די מעשה, פארוואס האב איך געוויינט? - ווייל איך האב זיך פלוצלינג געשפירט אזוי נישטיג און קליין, אז איך בין פארפארן מיט מיינע מחשבות אינמיטן דאווענען, פאר אן עולם אידן, איך האב זיך נישט באהערשט. דעריבער איז געקומען טרערן און געוויין.)
טרערן קענען קומען, ווען דו שטייסט און דו ביסט זיך מתבונן אין די העכערקייט פון די הייליגע זמנים אין וואו מיר שטייען. ווי גרויס די צייט איז, און ווי אומצוגרייט דיין נפש איז. שטיי און שטוין, ווי אזוי קען איך מקבל זיין די גרויסע אורות בשעת איך בין אזוי קליין. עס וועט דיר קומען טרערן פון אהבה ויראה.
די אנאליז אויף טרערן האט מיר מורא'דיג באנומען (כמעט ביז טרערן...). איך האב שטארק הנאה געהאט פון די טרעפליכע דיבורים און גוטע עצה.
אבער פון די אנדערע זייט. אויף מיין שאלה האב איך נאכנישט געהערט קיין עצה, אויסער דעם אז עס איז א ברייטע פעלד און אז יעדער איינער קען ענטפערן דערויף.
ביטע...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 6:48 pm
דורך מורינו ורבנו
דאס איז צי א לאנגע תשובה פאר אזא אשכול. אפשר וועל איך מאכן א עקסטע אשכול אויף דעם.
דערווייל קען יעדער ענטפערן אויף דעם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 6:57 pm
דורך מורינו ורבנו
פאריגע מאל ביי קבלת קהל האט איינער געפרעגט איבער א מיידל וואס בענשט שנעל און שטיל, און ווי אזוי מען קען איר מאכן בעסער בענטשן. איך האב געענטפערט דארט וואס איך האב געענטפערט.
אט איז דער אישי פון מיר צו דעם שואל:
מורינו ורבנו האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט די נושא? - האט די עצה געהאלפן? - ווי אזוי האט זיך עס מסדר געווען?
שואל באישי האט געשריבן:שקויעך פאר'ן פרעגן.
למעשה איז זי אהיים געקומען הערשט 4 וואכן שפעטער ווי געראכטן, נאר 2 וואכן צוריק. נאך נישט אויסגעקומען צו אויספירן אלע פרטים פון עצה אבער מ'ארבעט אויף זיך נישט צו באדערן איר...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 6:58 pm
דורך אבשלום בן מעכה
רבי, א ברכה אויפן נייעם יאר.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 7:17 pm
דורך מורינו ורבנו
איך וויל וואונטשן פאר יעדן פון אייך באזונדער און אלעמען צוזאמען צוגלייך, און באזונדער פאר די חברי הקאווע שטיבל:
דער אויבערשטער זאל אייך אלעמען באשערן א גוט געבענשט יאר, א שנת גאולה וישועה, ברכת ה' היא תעשיר, א יאר פון ברכות שמים מעל, בני חיי ומזוני רוויחי, פרנסה בריווח ובכבוד ובניקל, אורך ימים ושנות חיים, אן אנגעפילטע יאר מיט כל טוב. א יאר וואס מען זאל קענען גרינג דינען דעם אויבערשטן, מיט אלע הצטרכיות בניקל ובכבוד, נחת פון די קינדער, וואס זאלן גיין בדרך טובים, געזונט און אלעס גוט, א זאטע יאר מיט כל טוב סלה פאר אלע אידישע קינדער, א שנה טובה ומתוקה, די וועלט זאל שיינען פאר אייך. עדי נזכה לקבל פני משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 7:41 pm
דורך מורינו ורבנו
אנאנימע שאלה וואס איז אריינגעקומען:
שואל באישי האט געשריבן:כבוד מורינו ורבינו שליט"א
דער רבי זאל מיר מוחל זיין אז איך האב געשפעטיגט היות איך האב עוסק געווען מיט מיין אייגענעם שלום בית - פארברענגן מיטן אשת חיל תחי’.
קודם כל וויל איך זיך מזכיר זיין ביים רבי’ן אני וכל בני ביתי להפקד בדבר ישועה ורחמים להיכתב בספרן של צדיקים גמורים לאלתר לחיים טובים ולשלום. לשנה טובה ומתוקה
און יעצט וואלט איך געוואלט פרעגן דעם רבי’ן היות איך האב א רבי [גראדע נישט פון די גרויסע חסידישע פירמעס] צו וועמען איך פלעג פארן אויף די הייליגע טעג מחוץ לעירי און איך האב מייגע מיטגענומען מיין בחור נ"י
אבער דאס יאר האט ער זיך ג’עקשנט אז ער וויל נישט פארן צוליב וואס די אכסניא איז נישט באקוועם און ווי אויך אז עס איז צושטופט ביים רבי’ן איז מיין שאלה צו איך זאל איהם צווינגען דערפאר - אדער מוטשען דערויף ? אדער איך זאל פארן אליין ?
ילמדנו רבינו כדת מה לעשות !
ובברכה לכבוד מרן רבינו שיזכה לחיים טובים ולשלום ולזכות להמשיך להשפיע לטובת הכלל. באנפאן נהירין
שואל באישי האט געשריבן:לכבוד רבינו שליט"א
איך וויל צולייגען אז איך האב נישט אליין קיין חשק צו פארן ווייל איך דארף מיין באקוועמלעכקייטן איז עס בעסער אז איך זאל בלייבען אינדערהיים און פראווענען א ר"ה מיט ישוב הדעת
כדי מיין ווייב און קינדער זאלן געניסן פונעם ראש המשפחה ???
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 7:54 pm
דורך מורינו ורבנו
קודם כל וועל איך אייך צואוואונטשן, אז איר זאלט האבן א שנת גאולה וישועה, א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענשט יאר, להפקד ולהזכר בספרן של צדיקים גמורים. דו זאלסט זען צו האבן שיעורים קבועים, נישט נאכצולאזן בשום אופן, שטיין פעסט דערויף מיט א שטארקקייט און זיך נישט רירן פון דיינע שיעורים, און דו וועסט האבן א גוט געבענשט יאר מיט כל מיני ישועות והשפעות טובות, דו מיט דיין גאנצע משפחה. זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע קינדער געזונטערהייט מיט כל טוב סלה.
ענטפער אויף די שאלה:
קודם כל, פון אונזער שמועס נאכפאלגענדיג די שאלה, איז אויסגעקומען אז אייער בחור איז 15 יאר אלט.
לעצם הענין:
קינדער זענען ריינע הייליגע שעפעלעך, פיואר, אן קיין אייגענע מיינונגען. מען קען אין זיי אריינלייגן וואס מען וויל, אלעס וואס מען וויל לייגט מען אריין אין זיי, און דאס קומט ארויס שפעטער ביתר שאת וביתר עוז.
וואס מענטשן כאפן נישט איז, אז דער וועג ווי אזוי מען לייגט אריין אין קינדער, איז "נישט" דורך רעדן צו זיי. זיי לערנען דיר גוט אפ און מבינ'ען אריין אין דיר זייער פיין. זיי פארלאזן זיך אויף דיר, אבער נישט אויף דיינע דיבורים, נאר אויף דיר אליין, ועמוק הוא. זיי פארשטייען גוט וואס דו האסט ליב און וואס דו גלייכסט נישט. דו קענסט רעדן און זאגן וואס דו ווילסט, וואס זיי וועלן אויפכאפן איז "דיין" מהות, וואס דו זאגסט נישט, און וואס עס ליגט אונטער דיינע ווערטער.
דו שרייבסט מיר, אז דיין זוהן האט נישט חשק צו פארן צום רבי'ן. שפעטער גראדסטו זיך אויס, אז באמת ווילסטו אויך נישט, נאר דו טוסט עס ווייל דו פארשטייסט כנראה אז אזוי דארף עס זיין און אזוי איז עס גוט. דיין זוהן מבינ'ט דיר אבער אפ, ער פארשטייט אז באמת איז עס נישט גוט און דו אליין האסטו נישט קיין נערוון דערצו. נו, וויל ער אויך נישט. פארוואס זאל ער זיין אנדערש פון זיין גרויסן טאטע'ן?
דער אמת איז, אז דו אליין פארשטייסט די טובה דערפון, און פארדעם ווילסטו פארן. עס איז דיר פשוט אומבאקוועם און נישט גוט צו פארן, און דו וואונשט זיך אז הלוואי ווען דו קענסט בלייבן אינדערהיים. אבער תוך תוכיות פארשטייסטו אז עס איז א גוטע זאך, ווי אויך אז עס איז גוט פאר אים צו זיין מקושר מיט צדיקים.
דיין עבודה איז, ארויסברענגען פאר דיר אליין די מעלות דערפון. דו פארשטייסט עס סיי-ווי, דאן ברענג עס ארויס מער אויפן אויבערפלאך, פאר דיר, און גיב דאס איבער אין די קינדער. רעד צו זיי די תועלת, און וואס מען פארדינט דערפון, און ווי זיס עס איז, אפילו ווען עס איז שווער, און די נוצן וואס מען האט דערפון.
עס איז א שווערע עבודה, בפרט ווען דו אליין ווילסט אנדערש. אבער דו פארשטייסט אז עס איז פאר זיין טובה, און עס איז טאקע. דאן טוה אזוי, דעמאלס וועט ער וועלן.
יעצט איז שוין אביסל צו שפעט. צווינג אים נישט! - דו קענסט ארבעטן פון יעצט אויף קומענדיגע יאר. פאר דאס יאר צום רבי'ן, רעד שוין דערפון א גאנצע וואך, איבער די זכיה און הייליגקייט דערפון, און ווי שטארק דו פרייסט זיך דערצו. שפעטער ווען דו קומסט אהיים, רעד ווי אזוי דאס איז געווען, די התעוררות, די דברי תורה, די ווארעמקייט וואס דער רבי גיבט פאר יעדן, וכו' וכו' (ברענג ארויס די אמת'ע נקודות און מאך עס זיס). וועסטו שוין זען אז קומענדיגע יאר וועט ער שוין וועלן גיין.
...
אגב, דאס וויכטיגקייט פון פארן צו א רבי איז זייער וויכטיג. איך בין נישט אריינגעגאנגען יעצט דערין, מען קען דערין מאריך זיין. ס'איז א תועלת פאר יונג און אלט און ס'גיבט אסאך צי פארן מענטש. איך זעה עס אליין, די וואס קומען נסיעות קוקן אויס אינגאנצן אנדערש. מ'קען זיך נישט פארשטעלן דער חילוק.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 8:45 pm
דורך תרמב
א גרויסע שקויעך פארן רעבין זאל זיין געזונט פארן פראווענען דעם ציבור! סאיז נישט קיין חילוק אויב דו ביזט א רבי אין ריעל לייף, די עיקר איז אז דו ברענגסט אריין דא א לחלוחת אין די עצמות היבשות!
אגב איך האב שטארק הנאה געהאט פון די ווארט אז יעדער לעבט אין א באקס נאר סקען זיין א באקס פון אוצר החכמה אדער א באקס פון טויס פאר יו, יישר כח פאר דעם ווארט סגייט מיר שטארק צונוץ קומען.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:31 pm
דורך מצפצף
מורינו ורבנו האט געשריבן:לשם ייחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה בשם כל ישראל, הריני מוכן ומזומן לעשות נחת רוח לקודשא בריך-הוא, ליחד שם י"ה בו"ה בשם כל ישראל, לקיים מה שנאמר כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו, זיך אפצוגעבן מיט די שאף פון הייליגן באשעפער, צו טון די פליכט וואס איז ארויפגעפאלן אויף מיר, משפיע צו זיין שפע קודש לזרע אברהם, באהבה ובחיבה, איך נעם אויף מיר דעם יאך מיט ליבשאפט.
אין דעם געלעגנהייט חזר איך איבער צו געדענקען, דאס גאנצע זאך האט נישט מיט מיינע עבודות, דאס איז נישט צוליב דעם וואס איך בין העכער אדער חשוב'ער פון אנדערע. מיר האט מען פשוט אויסגעקליבן פונעם גאנצן עולם צו זיין דער אינדערמיטן, צו ברענגען די רייד פון דעם הייליגן איד פארן הייליגן באשעפער, ארויסצוברענגען זייער צורך און ממליץ צו זיין טובות לעמו ישרא', און פון דער אנדערע זייט אויך ברענגען דעם דבר ה' אל עמו בני ישראל הקדושים, זיי צו ברענגען נאנטער צום הייליגן באשעפער, לעשות נחת רוח לבוראנו, א בחינה פון דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם כמבואר בספה"ק. ס'איז נישט צוליב מיין צדקות און נישט צוליב מיין קדושה, פשוט מיר האט מען ארויסגעהויבן, א בחינה פון אתה בחרתנו מכל העמים, איך בין נישט הייליגער און נישט חשוב'ער, אויב עפעס פארקערט. לב יודע מרת נפשו, איך ווייס באמת ווער איך בין, איך זאג אייך אז איר זענט פיל חשוב'ער פון מיר, אבער חשבונות שמים קען מען נישט, און דער אויבערשטער ווייסט וואס איז גוט לעמו בני ישראל, און ער האט אזוי געוואלט.
אצינד שטיי איך דא פאר אייער דינסט, די קומענדיגע צוויי שעה, אייך אויסצוהערן און פראבירן צו ברענגען נאנטער צום אויבערשטן און ברענגען דער שפע אלוקי צו אייך הייליגע אידן.
אויב דער רבי קען צו צייכענען די פסוק כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו.
Re: קבלת קהל לקראת ימי הרחמים - היינט 5:00 אי"ה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:40 pm
דורך תוהו ובוהו
חתם סופר האט געשריבן:ס'שטייט פון אריז"ל אז אויב מ'פארגיסט נישט קיין טרער ימים נוראים מיינט עס אז עפעס טויגט נישט מיט די מענטש. וואס קען מען טוהן אז מ'זאל יא פארגיסן א טרער?
ס'נישט קיין סיבה.. ס'איז א סימן.
אויב רייבט מען צוויבל
ווי אריה דרעי בשעתו און מ'וויינט דורך דעם, האט מען זיך נישט ארויסגעדרייט פונעם ''סימן'' אז ס'איז ''צריך בדיקה''
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
מצפצף האט געשריבן:מה שנאמר כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו.
איבעית אימא ער'ט געמיינט א מליצה. מיט דעם איז אויך פארענטפערט נאך א שווערע קשיא: וואו שטייט אז דאס איז א מצוה?
ואיבע"א מה שנאמר במחזור.
כבקרת רועה עדרו איז גראדע א פסוק.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:47 pm
דורך היסטאריע
טאמער מען קען זיך נאך מזכיר זיין, וויל איך נאך אריין כאפן.
איך האב א גרויסע פראבלעם.
ביים דאווענען די הייליגע טעג, נעמט עס דאך זיכער לאנג, און מען זיצט אסאך שעות אין בית המדרש, און די טבע איז אז די מחשבות לויפן, וויפיל איך פראביר אינזינען האבן די הייליגע ווערטער פין דאווענען, ווערען די ווערטער אין מחזור ווי צושפרינגען פאר מיינע אויגן, און איך הער שכנים דאווענען, פרום, פאלשע טרערן, פארפרומטע שאקלעריי, און מיין נפש איז נישט סובל פאלשקייט, און איך ווער אויפגערעגט אין הארץ אויף זיי, פאר זיין פעיקערס.
בשעת מעשה באדערט מיר אפילו אז איך האב אזעלכע מחשבות, אבער עס נעמט מיר איבער מיין הארץ, און איך וויל ארויסלויפן פין בית המדרש, איך האב אבער נישט ווי צו לויפן חוץ אין בית הכסא, און וויפיל קעןַ מען שוין גיין אין בית הכסא, ממש ווי א יונגל וואס לויפט ארויס פין קלאס פיל איך מיר.
אפשר האט דער רבי שליט"א א עצה פאר מיר, וויאזוי קען איך פטור ווערן די מחשבות?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:על שמועות טובות מברך: ברוך אתה ה' אלוקינו מ"ה///
שהכל נהיה בדברו. אויף גוטע הערינג מאכט מען א ברכה שהכל נהיה בדברו...! נאר דער אמת איז א ז שב"ק אינדערפריה נאכ'ן דווענען איז נישטא אזא זאך ווי נישט גוטע הערינג...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:35 pm
דורך מצפצף
עמינדב האט געשריבן:מצפצף האט געשריבן:מה שנאמר כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו.
איבעית אימא ער'ט געמיינט א מליצה. מיט דעם איז אויך פארענטפערט נאך א שווערע קשיא: וואו שטייט אז דאס איז א מצוה?
ואיבע"א מה שנאמר במחזור.
כבקרת רועה עדרו איז גראדע א פסוק.
איך ווייס. האט ער דאך אראפגעברענגט די צווייטע האלב וואס קומט פון ונתנה תוקף.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:45 pm
דורך מורינו ורבנו
היסטאריע האט געשריבן:טאמער מען קען זיך נאך מזכיר זיין, וויל איך נאך אריין כאפן.
איך האב א גרויסע פראבלעם.
ביים דאווענען די הייליגע טעג, נעמט עס דאך זיכער לאנג, און מען זיצט אסאך שעות אין בית המדרש, און די טבע איז אז די מחשבות לויפן, וויפיל איך פראביר אינזינען האבן די הייליגע ווערטער פין דאווענען, ווערען די ווערטער אין מחזור ווי צושפרינגען פאר מיינע אויגן, און איך הער שכנים דאווענען, פרום, פאלשע טרערן, פארפרומטע שאקלעריי, און מיין נפש איז נישט סובל פאלשקייט, און איך ווער אויפגערעגט אין הארץ אויף זיי, פאר זיין פעיקערס.
בשעת מעשה באדערט מיר אפילו אז איך האב אזעלכע מחשבות, אבער עס נעמט מיר איבער מיין הארץ, און איך וויל ארויסלויפן פין בית המדרש, איך האב אבער נישט ווי צו לויפן חוץ אין בית הכסא, און וויפיל קעןַ מען שוין גיין אין בית הכסא, ממש ווי א יונגל וואס לויפט ארויס פין קלאס פיל איך מיר.
אפשר האט דער רבי שליט"א א עצה פאר מיר, וויאזוי קען איך פטור ווערן די מחשבות?
איך פארשטיי זייער גוט דיינע געפילן. איך האב אויך געהאט אמאל תקופות מיט אזעלכע געפילן.
די מציאות איז אבער, אז מען קען קוקן דערויף אויף עטליכע אופנים און איר דארפט דאס אנערקענען. די אידן מיט פאלשע קרעכצן, קרעכצן נישט ווייל זיי ווילן יענעם אויספאפן, איך בין משוכנע אין דעם. זייער כוונה איז, ווייל זיי ווילן זיך אליין מעורר זיין און זיי קלערן אז דאס איז א וועג ווי אזוי זיי קענען צוקומען צו אמת'ע התעוררות. צומאל מאכן זיי דאס פאר די קינדער, אז די קינדער זאלן זען ווי אזוי מען דאוונט, אפילו זיי האלטן נישט דערביי, און די כוונה איז רצוי ביים אויבערשטן. זיי מיינען עפעס דערביי.
אסאך מאל איז אויך דא א מציאות, אז דער מענטש מיינט אליין אז ער מיינט דאס אמת'דיג. אמאל איז דא וואס דער מענטש מיינט דאס טאקע אמת'דיג, אבער איר מיינט אז עס איז געבלאפטע מעשיות. הצד-השוה שבהם, אז איר קוקט דאס אסאך מאל אן פיל מער נאגאטיוו ווי דער מציאות איז טאקע. מען דארף זיך אויסלערנען יענעם צו פארשטיין, סובל זיין, און אפילו מיטשפירן מיט אים.
איר זענט מסכים, אז ווען איר שפילט בעל-בתיש'קייט, זיך מאכנדיג ווי א שיינער איד, אפילו איר זענט נישט, זענט איר דאס סובל און איר פארשטייט פארוואס איר טוט דאס. נו, פארוואס זאלט איר נישט פארשטיין דעם חסידי'שע איד וואס מאכט אביסל פאלשע תנועות?! - ער טוט דאך די זעלבע זאך...
יעדער איינער פארשטייט זיך אליין.
ס'איז נאך דא נאך מאריך צו זיין דערין. אויב ס'וועט זיך מאכן מער א שמועס, וועלן מיר דאס אויסשמועסן מער ברייטער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
מצפצף האט געשריבן:איך ווייס. האט ער דאך אראפגעברענגט די צווייטע האלב וואס קומט פון ונתנה תוקף.
האבן מיר געגעבן דערויף צוויי תירוצים.
א דריטע: "כמו שנאמר כבקרת רועה עדרו."
ואם שלש אלה איז נישט גענוג האב איך מורא די שאלה איז געווען לקנטר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 12:49 am
דורך בת קול
מורינו ורבנו האט געשריבן:קודם כל וועל איך אייך צואוואונטשן, אז איר זאלט האבן א שנת גאולה וישועה, א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענשט יאר, להפקד ולהזכר בספרן של צדיקים גמורים. דו זאלסט זען צו האבן שיעורים קבועים, נישט נאכצולאזן בשום אופן, שטיין פעסט דערויף מיט א שטארקקייט און זיך נישט רירן פון דיינע שיעורים, און דו וועסט האבן א גוט געבענשט יאר מיט כל מיני ישועות והשפעות טובות, דו מיט דיין גאנצע משפחה. זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע קינדער געזונטערהייט מיט כל טוב סלה.
ענטפער אויף די שאלה:
קודם כל, פון אונזער שמועס נאכפאלגענדיג די שאלה, איז אויסגעקומען אז אייער בחור איז 15 יאר אלט.
לעצם הענין:
קינדער זענען ריינע הייליגע שעפעלעך, פיואר, אן קיין אייגענע מיינונגען. מען קען אין זיי אריינלייגן וואס מען וויל, אלעס וואס מען וויל לייגט מען אריין אין זיי, און דאס קומט ארויס שפעטער ביתר שאת וביתר עוז.
וואס מענטשן כאפן נישט איז, אז דער וועג ווי אזוי מען לייגט אריין אין קינדער, איז "נישט" דורך רעדן צו זיי. זיי לערנען דיר גוט אפ און מבינ'ען אריין אין דיר זייער פיין. זיי פארלאזן זיך אויף דיר, אבער נישט אויף דיינע דיבורים, נאר אויף דיר אליין, ועמוק הוא. זיי פארשטייען גוט וואס דו האסט ליב און וואס דו גלייכסט נישט. דו קענסט רעדן און זאגן וואס דו ווילסט, וואס זיי וועלן אויפכאפן איז "דיין" מהות, וואס דו זאגסט נישט, און וואס עס ליגט אונטער דיינע ווערטער.
דו שרייבסט מיר, אז דיין זוהן האט נישט חשק צו פארן צום רבי'ן. שפעטער גראדסטו זיך אויס, אז באמת ווילסטו אויך נישט, נאר דו טוסט עס ווייל דו פארשטייסט כנראה אז אזוי דארף עס זיין און אזוי איז עס גוט. דיין זוהן מבינ'ט דיר אבער אפ, ער פארשטייט אז באמת איז עס נישט גוט און דו אליין האסטו נישט קיין נערוון דערצו. נו, וויל ער אויך נישט. פארוואס זאל ער זיין אנדערש פון זיין גרויסן טאטע'ן?
דער אמת איז, אז דו אליין פארשטייסט די טובה דערפון, און פארדעם ווילסטו פארן. עס איז דיר פשוט אומבאקוועם און נישט גוט צו פארן, און דו וואונשט זיך אז הלוואי ווען דו קענסט בלייבן אינדערהיים. אבער תוך תוכיות פארשטייסטו אז עס איז א גוטע זאך, ווי אויך אז עס איז גוט פאר אים צו זיין מקושר מיט צדיקים.
דיין עבודה איז, ארויסברענגען פאר דיר אליין די מעלות דערפון. דו פארשטייסט עס סיי-ווי, דאן ברענג עס ארויס מער אויפן אויבערפלאך, פאר דיר, און גיב דאס איבער אין די קינדער. רעד צו זיי די תועלת, און וואס מען פארדינט דערפון, און ווי זיס עס איז, אפילו ווען עס איז שווער, און די נוצן וואס מען האט דערפון.
עס איז א שווערע עבודה, בפרט ווען דו אליין ווילסט אנדערש. אבער דו פארשטייסט אז עס איז פאר זיין טובה, און עס איז טאקע. דאן טוה אזוי, דעמאלס וועט ער וועלן.
יעצט איז שוין אביסל צו שפעט. צווינג אים נישט! - דו קענסט ארבעטן פון יעצט אויף קומענדיגע יאר. פאר דאס יאר צום רבי'ן, רעד שוין דערפון א גאנצע וואך, איבער די זכיה און הייליגקייט דערפון, און ווי שטארק דו פרייסט זיך דערצו. שפעטער ווען דו קומסט אהיים, רעד ווי אזוי דאס איז געווען, די התעוררות, די דברי תורה, די ווארעמקייט וואס דער רבי גיבט פאר יעדן, וכו' וכו' (ברענג ארויס די אמת'ע נקודות און מאך עס זיס). וועסטו שוין זען אז קומענדיגע יאר וועט ער שוין וועלן גיין.
...
אגב, דאס וויכטיגקייט פון פארן צו א רבי איז זייער וויכטיג. איך בין נישט אריינגעגאנגען יעצט דערין, מען קען דערין מאריך זיין. ס'איז א תועלת פאר יונג און אלט און ס'גיבט אסאך צי פארן מענטש. איך זעה עס אליין, די וואס קומען נסיעות קוקן אויס אינגאנצן אנדערש. מ'קען זיך נישט פארשטעלן דער חילוק.
איך האלט אז אויב די בחור קומט נישט מיט זאל דער טאטע בלייבן אינדערהיים.
עס איז נישט ראטזאם צו לאזן בחורים דאווענען אליין אין שוהל ימים נוראים אן די טאטע.
אפשר קען מען דאס טוהן ווען די קינדער זענען יונג, אבער איינמאל זיי דארפן שוין זיין אין שוהל איז דעם טאטענס אחריות צו זיין מיט זיינע קינדער אין שוהל, כאטש ער וויל באמת זיין ביים רבי'ן. אוודאי איז געוואלדיג ווען מען קען טוהן ביידע, אבער חינוך קומט ערשט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 2:23 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
ישר כח פארן רבי’ן שליט"א פאר תשובתו הרמה דברים קולע אל השערה. און פאר די חיזוק
ויזכה @מורינו ורבינו להמשיך בעבודתו הקדושה להשפיע טללי אורות להזריח אור בעדת צאן מרעיתו. ופה בקאווע שטיבל !
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:26 am
דורך מצפצף
עמינדב האט געשריבן:מצפצף האט געשריבן:איך ווייס. האט ער דאך אראפגעברענגט די צווייטע האלב וואס קומט פון ונתנה תוקף.
האבן מיר געגעבן דערויף צוויי תירוצים.
א דריטע: "כמו שנאמר כבקרת רועה עדרו."
ואם שלש אלה איז נישט גענוג האב איך מורא די שאלה איז געווען לקנטר.
אוודאי איז די שאלה געווען לקנטר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 10:54 am
דורך מורינו ורבנו
מורינו ורבנו האט געשריבן:קודם כל וועל איך אייך צואוואונטשן, אז איר זאלט האבן א שנת גאולה וישועה, א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענשט יאר, להפקד ולהזכר בספרן של צדיקים גמורים. דו זאלסט זען צו האבן שיעורים קבועים, נישט נאכצולאזן בשום אופן, שטיין פעסט דערויף מיט א שטארקקייט און זיך נישט רירן פון דיינע שיעורים, און דו וועסט האבן א גוט געבענשט יאר מיט כל מיני ישועות והשפעות טובות, דו מיט דיין גאנצע משפחה. זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע קינדער געזונטערהייט מיט כל טוב סלה.
דער שואל פון די שאלה האט שטארק הנאה געהאט פון די תשובה. בפרט האט ער הנאה געהאט פון די חיזוק אויף קביעת-עתים-לתורה, אין וועלכן ער דארף חיזוק. ס'איז פון די כוחות פון א מנהיג צוצוטרעפן די ריכטיגע דיבורים וואס דער אויבערשטער שיקט אריין פאר יעדן מענטש, וואס ער דארף הערן. דאס קומט מכוחם פון די שואלים, וואס דער אויבערשטער שיקט צו זיי א זענדונג דורך דער משיב. מה רבו מעשיך ה'.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
אשרינו שיש לנו רבי כזה. ער האט א (ניצוץ) פון רוח הקודש. און ר'איז נאך אן עניו אויך...!