בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:01 pm
דורך ליב צו וויסן
יָדוֹרָש האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:די פותח האשכול ווייסט לכאורה אז אין רעפובליקאנע שטאטן איז כמעט נישטא קיין וואקסין מאנדאטן, סוי די וויירוס פרעגט די מענטש צו ער איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט?
געווענליך דארף מען טאקע נאכגיין די העלט איסטאנצן, דאס מיינט אבער נישט אז ווען עפעס ווערט פארוואנדעלט אין פאליטיק דארף איך נאך אלץ זיין פארגלייבט אין די אינסטאנצן ווי א חסיד אין זיין רבי.


איך ווייס נישט ווי פאליטיק קומט דא אריין ַ. אבער אז דערמאנסט פאליטיק איז אונטער צו ווייזן אז אין רויטע קאונטיס שטארבט מען בערך 6 מאל אזויפיל ווי אין בלויע.
20211216_180954.jpg


אינטערסאנט פארוואס דו האסט געברענגט א רעפארט וואס הייבא זיך אן 6/30/2021.... איינער קען געססען פארוואס??

דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס ווען Adjusted פאר Age איז פלארידע (מיט איר "רוצח'ישער" רויטע גאווערנאר) פיל בעסער ווי ניו יארק און ניו דזשערסי מיט זייערע "העלדישע" בלויע גאווערנארס וואס פייניגן און אונטערדריקן זייערע איינוואונער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:11 pm
דורך ליב צו וויסן
יָדוֹרָש האט געשריבן:הצלה איז נישט קיין מעדעצינישע אוטאריטעט. זיי קענען נישט מאכן קיין מעדעצינישע החלטות אדער זאגן ווער עס איז פארפוילט. וואלט געווען צוויי שיטות אין די מעדעצינישע וועלט, וואלט אפשר הצלה געקענט אננעמען א מהלך. אבער גיין אנטקעגן יעדע מעדעצינישע אוטאריטעט?


2 שיטות אז וואס???
למען השם, וואס פארדרייסטו א קאפ? ווייז מיר וועלכע דאקטוירים האלטן אז די וואקסין האלט אפ פון "איבערגיבן" די וויירוס (ספעציעל עטליכע וואכן נאכן עס נעמען)?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:22 am
דורך קורקלענד
נאכן איבערבליקן די אשכול בין איך שטארק מסופק אויב דער פותח האשכול מאכט זיך אדער ער איז.

Re: קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:13 am
דורך פאליטיקאנט
א ריזן טעות וואס אונזער ציבור האט, איז אנקוקן הצלה אדער סיי וואספארא ארגאניזאציע וואס טוט 'עפעס' אין מעדיצינישע געלעגנהייט ווי א מעדיצינישע אויטאריטעט. און מ'מיינט אז מעדיצין איז איין גרויסע נושא.

פונקט ווי אין די קאנסטראקשן אינדוסטריע פארשטייט מען אז א גאר גוטע עלעקטרישען מיינט נישט קיין עקספערט אין זאונינג רעגולאציעס, און אין געזעץ, א קרימינאלע לאויער מיינט נישט זיין באהאוונט אין אימיגראציע, די זעלבע מיט יעדע אנדערע חכמה ובפרט מעדיצין.

הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען.
אוואדי זענען זיי געטריי און פלינק און אפדעיטעד מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און טאקע דערפאר פון די בעסטע אמבולאנס סערוויסעס איבער'ן לאנד. אבער דאס האט "גארנישט" מיט ערנסטע מעדיצינישע איינגעלעגנהייטן אפגערעדט עפעס ווי א וויירוס וואס אפי' רוב דאקטוירים פארשטייען נישט צו דעם פעלד.
פונקט ווי דו גייסט זיך נישט באראטן מיט דיין שכן הצלה מעמבער אויב ח"ו איינער זאל נעמען קימאו טעראפיע, אדער אן אפעראציע...

בוני עולם איז ריזיג גרויס אין גענעטישע איינגעלעגנהייטן, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען אן אויטאריטעט אויף צו באהאנדלן סיזשערס און אסטמא.


מעדיקעל עדווייס נעמט מען פון איינער וואס פארשטייט און קען דעם ספעציפישע מעדיצינישע פעלד. אלע אנדערע פארשטייען פונקט ווי דיר.

Re: קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:05 am
דורך אונטער חכם
יָדוֹרָש האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:לאמיר קלאר מאכן פאר די אלע וואס ווילן ענדערש ווארטן א האלבע שעה פאר פ.ד.נ.י. ווי צי קימען אין בארירונג מיט א אומוואקסנירטע הצלה מאן.

אפילו לויט די פרא-וואקסיניסטן טיט א וואקסין אויפ נאר און נאר פאר איין זאך.
אז אויב באקימט מען די ווירוס זאל עס נישט זיין עד כדי להמית.
קען מען נאך אלץ באקימען די וויירס? יא.
קען מען נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס? יא.
קען מען נאכאלץ אריינפאלן אין געלעיגער ציליב די וויירוס? יא.


השתא דאתית להכא, אז אפילו א וואקסענירטער מאן קען איבערגעיבן די וויירוס וואס איז א חילוק פאר דיר צי די הצלה מאן איז וואקסענירט?


דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?
לערך 99% פונעם ציבור וואס הצלה סערווירט האט נישט קיין שום דאגה איבער זייער וואקסינאציע סטאטוס, מען קען זיך טענה'ן צו זיי זענען מחויב צו פרעגן דעם ציבור ווען עס איז דא א ספק, אבער דא איז נישטא קיין שום ספק וואס דער ציבור האלט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:41 pm
דורך שמן למאור
כ'האב געכאפט א שמועס מיט מיין קרוב משפחה א הצלה מאן, און.... וועסט נישט גלייבן וועס דיינע אוירן הערן...
אסאך פון די וואלאנטירן עסען אסאך מער אייער א וואך ווי וואס די CDC רעקעמאנדירט, און נישט נאר דאס, ס'איז אפילו דא פון זיי וואס עסען לכל הדיעות ציפיל קעיק, און עסן נישט געניג פראוטין,
אבער עס ענדיגט זיך נישט ביי דעם,... אסאך פון די חברה, נעמען נישט די פלו שאט יעדעס יאר, און נעמען אפילו נישט די וואקסינען בוסטערס וואס די CDC רעקאמענדירט פאר ערוואקסענע (האסט שוין אמאל געהערט דערפון?)
און ס'דא פון זיי וואס רייכערן, שמעקן ציפיל טאביק, און קישן די בעק ציצות ביי ברוך שאמר...
איך מיין אז ס'שוין העכסט צייט צו פארמאכן די אזויגעריפענע 'הצלה' ארגעניזאציע וואס לייגט אריין טאג טעגליך די לעבנס פון אחינו בנ''י אין א 'סכנה'...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:40 pm
דורך קהל'ס נער
יָדוֹרָש האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:לאמיר קלאר מאכן פאר די אלע וואס ווילן ענדערש ווארטן א האלבע שעה פאר פ.ד.נ.י. ווי צי קימען אין בארירונג מיט א אומוואקסנירטע הצלה מאן.

אפילו לויט די פרא-וואקסיניסטן טיט א וואקסין אויפ נאר און נאר פאר איין זאך.
אז אויב באקימט מען די ווירוס זאל עס נישט זיין עד כדי להמית.
קען מען נאך אלץ באקימען די וויירס? יא.
קען מען נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס? יא.
קען מען נאכאלץ אריינפאלן אין געלעיגער ציליב די וויירוס? יא.


השתא דאתית להכא, אז אפילו א וואקסענירטער מאן קען איבערגעיבן די וויירוס וואס איז א חילוק פאר דיר צי די הצלה מאן איז וואקסענירט?


דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?


ליין איבער מיין תגובה.

נאך האסט עס איבער געליינט וועסטו זעין אז צי א הצלה מאן איז וואקסאנירט איז אפילו לויט די פרא-וואקסאניסטן נישט קיין נ"מ פאר דיך ווייל אפילו ווען ער איז וואקסענירט קען ער נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס.

משל למה הדבר דומה, ס'איז געוועין א קעניג וואס האט געהאט א בן יחיד, און די בן יחיד איז געווארען א הצלה מאן, און ער האט געקויפט א G&G רעקל, און האט ארויס געריסן די G&G לעיבל און געלייגט א GB לעיבל, זאל מען עים יעצט ארויס ווארפן פון הצלה ווייל ער האט איינגענארט די גאנצע וועלט אז ער האט א GB רעקל?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 2:15 am
דורך שמעקעדיג
יָדוֹרָש האט געשריבן:דערפאר איז מיר געווען ווי א דונער אינעם העלן טאג ווען ביי א שמחה האב איך אינטערגעהערט א קרוב דערציילן אז איינע פון די הצלה מאכערס זענען אריין צו א לאקאלע העלט צענטער און געמאכט פאלשע וואקסין קארטלעך פאר די חברי הצלה. מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפענט....

לויט ווי איך פארשטיי, הייבט זיך די גאנצע פראבלעם אן ווייל דו האסט שלא כהלכה מקבל געווען לשון הרע וואס דו האסט זיך "אונטערגעהערט" פון א קרוב. נעקסט טיים זיי נישט מקבל לשון הרע, וועסטו מער נישט דארפן אויפמאכן אזעלכע גג-על-גג אשכולות.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 4:20 am
דורך נחמד
פאליטיקאנט האט געשריבן:הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען.

פאראמעדיק נעמט צוויי יאר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:29 am
דורך moneyminded
יָדוֹרָש האט געשריבן:מיין טענה איז וויאזוי קען מען געטרויען איינעם מיט מעדעצינישע הילף ווען זיי זאגן ליגענט לגבי מעדיצינישע נושאים.
די ריכטיגע דוגמא וועט זיין א מחנך וואס זאגט ליגענט אין עניני חינוך. לדוגמא, איינער וואס שטעלט זיך אהער אלץ אן ערליכער אבער ער איז מחנך שלא כפי רוח התורה.

נא געטרוי זיי נישט ,איינער האט געבעטן זאלסט זיי געטרויען? וואס פונקטליך ווילסטו?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:32 am
דורך moneyminded
יָדוֹרָש האט געשריבן:דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?

ווי זעסטו אז חברי הצלה האבן געמאכט החלטות?
די לעדערהעד פון הצלה האט עדווערטייזט צענדליגע מאל אז מען זאל נעמען די וואקסין, יעדע מענטש פאר זיך קען דעסיידן וואס צו טון מיט זיין אייגענע גוף.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 7:46 am
דורך היסטאריע
הצלה מעמבער'ס טשיטען אויף דער טעסט לכתחילה, זיי ווייסן ווייניגער פין דו. ווער עס טראסט זיי איז עס סתם מחוסר ידיעה.
קענסט א הצלה מעמבערַ וואס איז געוועהן מיט דיר אין חדר? ער האט געקענט א פסוק חומש?
מען רעדט כאילו זיי זענען אונזערע דאקטוירים.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:33 pm
דורך שמעקעדיג
היסטאריע האט געשריבן:קענסט א הצלה מעמבערַ וואס איז געוועהן מיט דיר אין חדר? ער האט געקענט א פסוק חומש?
מען רעדט כאילו זיי זענען אונזערע דאקטוירים.

האלא האלא, וואס איז דאס געשפעטעכץ פון אונזערע העלדישע הצלה יונגעלייט? און נניח אויב ס'איז ריכטיג, האט דען דער גרויסער סורזשענט אין קורנעל יא געקענט א פסוק חומש?

וויצן אין דער זייט, יעדער קען עטליכע הצלה יונגעלייט וואס זענען שיינע תלמידי חכמים און לערנען פלייסיג. פליז לייג נישט קיין נאסע ליילעכער ווי מען דארף נישט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:43 pm
דורך פאליטיקאנט
גארנישט נאסע ליילעכער.
די חומש איז בלויז א משל, אבער יא, הצלה נעמט אריין נאר מיט פראטעקציע און "זיראו" סקילל אסעסמענט, איך ווייס פון עטליכע מעמבערס וואס האבן געהעריג געטשיט אויפן טעסט, און האבן ממש נישט געוויסט די חומר, נאר זיך צוגעלערנט אויפן דשאב. "יעדער האט דאס געוויסט, אריינגערעכנט די הצלה קאארדינאטארס", דאך זענען זיי געווארן אנגענומען אין הצלה.

אמת זיי זענען העלדישע אינגעלייט, און געבן אוועק צייט, אבער ס'איז נישט אז קיינער האלט נישט דערביי און זיי רייסן זיך איבער..... זיי אלע ווילן עס לכתחילה. און טאקע פאר 'אומנויטיגע' קאללס אין ווייטערע פלעצער זענען נישטא צופיל וואלונטירן גרייט.

הצלה איז די וויכטיגסטע פון אלע ארגאניזאציעס און טוט למעשה אויף גדולות ונצורות, אבער דאס מיינט נישט אז אלס איז גאלד דארט, די מצב דארף א שטארקע תיקון און פארערגערט זיך נאר פון יאר צו יאר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:48 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט האט געשריבן:א ריזן טעות וואס אונזער ציבור האט, איז אנקוקן הצלה אדער סיי וואספארא ארגאניזאציע וואס טוט 'עפעס' אין מעדיצינישע געלעגנהייט ווי א מעדיצינישע אויטאריטעט. און מ'מיינט אז מעדיצין איז איין גרויסע נושא.

פונקט ווי אין די קאנסטראקשן אינדוסטריע פארשטייט מען אז א גאר גוטע עלעקטרישען מיינט נישט קיין עקספערט אין זאונינג רעגולאציעס, און אין געזעץ, א קרימינאלע לאויער מיינט נישט זיין באהאוונט אין אימיגראציע, די זעלבע מיט יעדע אנדערע חכמה ובפרט מעדיצין.

הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען.
אוואדי זענען זיי געטריי און פלינק און אפדעיטעד מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און טאקע דערפאר פון די בעסטע אמבולאנס סערוויסעס איבער'ן לאנד. אבער דאס האט "גארנישט" מיט ערנסטע מעדיצינישע איינגעלעגנהייטן אפגערעדט עפעס ווי א וויירוס וואס אפי' רוב דאקטוירים פארשטייען נישט צו דעם פעלד.
פונקט ווי דו גייסט זיך נישט באראטן מיט דיין שכן הצלה מעמבער אויב ח"ו איינער זאל נעמען קימאו טעראפיע, אדער אן אפעראציע...

בוני עולם איז ריזיג גרויס אין גענעטישע איינגעלעגנהייטן, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען אן אויטאריטעט אויף צו באהאנדלן סיזשערס און אסטמא.


מעדיקעל עדווייס נעמט מען פון איינער וואס פארשטייט און קען דעם ספעציפישע מעדיצינישע פעלד. אלע אנדערע פארשטייען פונקט ווי דיר.

פאליטיקאנט: איך בין א ביסל מחולק מיט דיר. דער משל וואס דו ברענגט איבער לאיערס איז א גוטער. אבער ס'איז דאך נישט אינגאנצן גלייך צו דעם מצב מיט הצלה. ווייל הצלה, זייענדיג אין דעם פעלד פון מעדיצין (אין סיי וועלכע פארם) באקומען שטענדיג אפדעיטס, פון עקספערטן איבער די שטארקייט פון עפידעמיעס און די פארשריט וואס די מעדיצינישע וועלט מאכט אין וואקסינען. ממילא זענען זיי אין א בעסערע פאזיציע צו וויסן די לעצטע נייעס איבער א יעדע געלעגנהייט וואס האט צו טון מיט מעדיצין...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:43 pm
דורך מאן
שווער.