בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:47 am
דורך [NAMELESS]
מיד ווי א בוים האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:אגב די אושפיזן פילם האט מיר געגעבן אן איינדרוק פון א זיסע פורים שפיל....
שולי עקט אויף אישפוזין? נישט באמערקט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

שולי האט געשריבן ׳אושפיזין׳... עס איז געווען א דורכברוך אין ישראל׳ישע פילמס אין יענע צייט. ער מיט זיין געוועזענע ווייב זענען די הויפט אקטיארן דארט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:49 am
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוך דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

שולי האט געצייגט א גאר גרויסע מיטלסטע פינגער פאר די חרדי׳שע אידן וואס מיינען אז זיי זענען שולט אויף פריוואטע לעבנס פון מענטשן. ער איז א פולקאמער חרדי׳שער איד, א חסיד צו דעם אויך, און מיט דעם אלעם האט ער געהייראט בחירת לבו. ער איז אויסגעשטאנען היץ פון די חרדים וואס האבן געמיינט אז ער איז א טייל פון די אויטאנאמיע, אבער ביי די דורכשניטליכע חרדים האט מען אים נאר אפלאדירט דערויף.

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:55 am
דורך קהל'ס נער
/

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
מאך זיכער: ער (שולי רנד) האט באקומען מער היץ פון די פרייע חברה און די מידיע ווי פון די חרדים. ביי די חרדים האבן זיך א אפר נארישע פארמאכטע אומוויסנדע בהמות געלזט הערן. מיט א קול דממה דקה. אבערא ביי די ח ילונים און אין די מידיע איז געווען א גאנצע חגיגה. זיי זענען געטאנצן אויף זיין בלוט (סימבאליש גערעדט)...!

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 5:20 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
עמקות המחשבה: ייש"כ. אבער זי (מיכל רנד) האט גארנישט ממשות'דיג ארויסגעברענגט אקעגן איהר (געוועזענעם) מאן. זי האט נאר געשריגן. און אויך גערעדט הוילע שטותים. וואס איבער דעם גט מען זיך נישט. די ערגסטע וואס זי קען באשולדיגן איהר מאן איז אז ער איז א ..."שלאב"...וויפיהל אידישע פרויען וואלטן זיך געווינטשן אז נאר דאס זאלל זיין זייער מאן'ס פעילער. איינס פון די הויפט באשולדיגונגען אויף שולי איז אז ער האט גענימען א פרישן האנטוך צו לייגן אויפ'ן פלאהר. אדער אויפצו ווישן די פלאהר. אויך. אז זי האט נישט געהאט קיין מילעך אין פרידזשערעיטאר. האט זי נישט געקענט אליינס גיין אין סטאר קויפן א באטל מילעך?! ממש בעיבישע זאכן.

אויך וואס זי זאגט עפ"י הלכה איז זי ראנג. קוק וואס רש"י זאגט אויף דעם ענין..."אין ניאוף אלא באשת איש"...אויף א מאן שטייט גארנישט. ער מעג חתונה האבן אפילו מיט טויזנט ווייבער. נאר דער חדר"ג האלט צוריק. וואס דאס איז אויך נישט זיכער אז ס'גייט נאך אן היינט. אבער אפילו אויב מ'האלט זיך צום חדר"ג האט ער אויך געטון כהלכה. ער האט גענימען א היתר מאה רבנים. און משליש געווען א גט...! זי פאדערט ביי איהם 13 מיליאן דאללער. פיין . זי קען ווארטן...!

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:27 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:עמקות המחשבה: ייש"כ. אבער זי (מיכל רנד) האט גארנישט ממשות'דיג ארויסגעברענגט אקעגן איהר (געוועזענעם) מאן. זי האט נאר געשריגן. און אויך גערעדט הוילע שטותים. וואס איבער דעם גט מען זיך נישט. די ערגסטע וואס זי קען באשולדיגן איהר מאן איז אז ער איז א ..."שלאב"...וויפיהל אידישע פרויען וואלטן זיך געווינטשן אז נאר דאס זאלל זיין זייער מאן'ס פעילער. איינס פון די הויפט באשולדיגונגען אויף שולי איז אז ער האט גענימען א פרישן האנטוך צו לייגן אויפ'ן פלאהר. אדער אויפצו ווישן די פלאהר. אויך. אז זי האט נישט געהאט קיין מילעך אין פרידזשערעיטאר. האט זי נישט געקענט אליינס גיין אין סטאר קויפן א באטל מילעך?! ממש בעיבישע זאכן.

אויך וואס זי זאגט עפ"י הלכה איז זי ראנג. קוק וואס רש"י זאגט אויף דעם ענין..."אין ניאוף אלא באשת איש"...אויף א מאן שטייט גארנישט. ער מעג חתונה האבן אפילו מיט טויזנט ווייבער. נאר דער חדר"ג האלט צוריק. וואס דאס איז אויך נישט זיכער אז ס'גייט נאך אן היינט. אבער אפילו אויב מ'האלט זיך צום חדר"ג האט ער אויך געטון כהלכה. ער האט גענימען א היתר מאה רבנים. און משליש געווען א גט...! זי פאדערט ביי איהם 13 מיליאן דאללער. פיין . זי קען ווארטן...!


יעצט קען זי טאקע ווארטען.
ווילאנג זי וועט עים בארעדן גייט זי נישט באקימען קיין גט, ער האט נישט וואס צי פארלירן ער איז חתונה געהאט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 10:25 pm
דורך קאמארנער
מיד ווי א בוים האט געשריבן:פארוואס שפילט ער אויף טעלעוויזיע סעריעס וואס איז אסאך מאל אנטי חרדים, ווי למשל אוטונמיה?

אוטונומיה איז לאוו דווקא קעגן חרדים, גראדע איז יונתן אינדורסקי אויך א חרדי.

נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 10:29 pm
דורך קאמארנער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

אין אן אינטערוויו פאר ערוץ 12 טענה'ט גרנט אז זי האט אייביג געהיטן שבת אין אז זי האט שטענדיג געהאט א 'בית תורני' נאך פאר זי האט זיך באקענט מיט שולי.
אגב, ביים אינטערוויו זעט מען אז שולי איז געווארן ממש ווי א נייע מענטש, ער רעדט פון ליבע און פון שמחה און אין אלגעמיין לייגט ער אראפ א גינסטיגע מצב, ער קוקט אויס צו זיין העפי, פיינעלי, ס'קומט זיך אים.

נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 11:24 pm
דורך nespresso
עצי שטים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוך דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

פונקליך איר אידשקייט ווייס איך נישט אבער זי גייט מיט כיסוי ראש

נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 11:31 pm
דורך berlbalaguleh
קאמארנער האט געשריבן:
מיד ווי א בוים האט געשריבן:פארוואס שפילט ער אויף טעלעוויזיע סעריעס וואס איז אסאך מאל אנטי חרדים, ווי למשל אוטונמיה?

אוטונומיה איז לאוו דווקא קעגן חרדים, גראדע איז יונתן אינדורסקי אויך א חרדי.

קאמראנער: איך ווייס נישט אויב יונתן אינדורסקי איז (נאך היינט) א חרדי. אבער שולי רנד איז זיכער אן ערליכער איד. 100%...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:10 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאמארנער האט געשריבן:
מיד ווי א בוים האט געשריבן:פארוואס שפילט ער אויף טעלעוויזיע סעריעס וואס איז אסאך מאל אנטי חרדים, ווי למשל אוטונמיה?

אוטונומיה איז לאוו דווקא קעגן חרדים, גראדע איז יונתן אינדורסקי אויך א חרדי.

קאמראנער: איך ווייס נישט אויב יונתן אינדורסקי איז (נאך היינט) א חרדי. אבער שולי רנד איז זיכער אן ערליכער איד. 100%...!

יונתן אינדורסקי איז א געוועזענער חרדי, ער איז א יוצא בשאלה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 8:51 am
דורך קאמארנער
nespresso האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?

איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוך דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי

פונקליך איר אידשקייט ווייס איך נישט אבער זי גייט מיט כיסוי ראש

בדרך כלל גייט זי נישט מיט כיסוי ראש, נאר לעצנס נאכן חתונה מיט שולי איז זי געזען געווארן ביי עפעס אן עווענט מיט א כיסוי ראש

נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2022 3:08 pm
דורך שאלתיאל
שולי רנד איז ארויסגעקומען מיט א נייע אלבום 'שולי שר בניון' ווי ער זינגט די קאמפאזיציעס פון באקאנטן מייסטער עמיר בניון.

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2022 6:08 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2022 12:49 pm
דורך שאלתיאל
עמקות המחשבה האט געשריבן:.

אינטערסאנט ווי קומען די צוויי צוזאמען אויפן סטעידזש. שולי און ליפא זענען צוויי וועלטן, סיי אין שפראך און סיי אין תוכן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:01 am
דורך שאלתיאל
ליפא- שולי רנד קאנצערט נעכטן אין בניני האומה.
https://youtu.be/ZSTFhOQMVfA

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:04 am
דורך שאלתיאל
מען דערקענט אז שולי איז אויפן אנדערע פלאץ, ער איז פרייליך און צעלאזט, ס'נישט מער דער דעפרעסטע שולי פון 'אייכה'.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:13 pm
דורך שאלתיאל
ארויסגעקומען א קליפ פון דער חתונה פון שולי מיט צופית גרנט וואס איז פארגעקומען מיט עטליכע חודשים צוריק.



https://www.youtube.com/watch?v=MJlcBB0zACQ

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 2:03 am
דורך חובב ציון
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז פשט פין זיין הייראטן א חילונישע פרוי,
ער האט ממש נישט געקענט טרעפן זיין משוש לבו בי א חרדית?

און וויאזוי איז עס אויסגעהאלטען ע״פ הלכה?
ער האט אמאל זיך מסביר געוועהן?

Re: שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:26 am
דורך פונדאַמענטאַל
חובב ציון האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז פשט פין זיין הייראטן א חילונישע פרוי,
ער האט ממש נישט געקענט טרעפן זיין משוש לבו בי א חרדית?

און וויאזוי איז עס אויסגעהאלטען ע״פ הלכה?
ער האט אמאל זיך מסביר געוועהן?
שולי איז נשט קיין חרדי. ער איז א דתי.
די שאלה: ער האט נישט געקענט טרעפן וכו' ווייזט אויף א טיפע אומפארשטאנד אין די נאטור פון זוגיות. וד"ל.
בנוגע הלכה. וועלכע הלכה?
און דין וחשבון איז ער מחיוב בלויז פאר גאט.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:35 am
דורך חובב ציון
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:
חובב ציון האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז פשט פין זיין הייראטן א חילונישע פרוי,
ער האט ממש נישט געקענט טרעפן זיין משוש לבו בי א חרדית?

און וויאזוי איז עס אויסגעהאלטען ע״פ הלכה?
ער האט אמאל זיך מסביר געוועהן?
שולי איז נשט קיין חרדי. ער איז א דתי.
די שאלה: ער האט נישט געקענט טרעפן וכו' ווייזט אויף א טיפע אומפארשטאנד אין די נאטור פון זוגיות. וד"ל.
בנוגע הלכה. וועלכע הלכה?
און דין וחשבון איז ער מחיוב בלויז פאר גאט.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
לגבי זיין רחניות גייט מיר גאנץ קנאפ אן אלץ מיר אויס קען ער הייראטן א כושי,
איך וויל בלויז וויסן וואס זיין הסבר איז און פארוואס ער האט אויסגעוועלט א שותף מיט א אנדערע מיינונג אין אידילאגיע ווי אים,
און לגבי הלכה, טהרה כשרות,שבת,
זה הכל.

Re: שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:10 pm
דורך שאלתיאל
לכבוד ט"ו באב האט שולי געפאוסט א ראמאנטישע בילד אויף פעיסבוק פון אים מיט צופית און די ליבשאפט און שמחה שפראצט ארויס דארט פון יעדן פיקסל. איך האב געקוקט לאנג אויף דער בילד און עס שפעטער געסעווד. ס'האט מיך געמאכט גוט אויפן הארצן.

איך געדענק נאך דער שטענדיג-דעפרעסטע שולי מיט די מעלכאנלישע לידער. דער מענטש איז אריבער שבעה מדורי גיהנום, נישט געהאט קיין גוטע מינוט אין לעבן, און געווען "מכור לסבל" כהגדרתו. ער האט זיך אפילו געוואלט נעמען דאס לעבן עט סאם פאונט. און פלוצלינג אויפן עלטער אזא טוויסט. ער האט זוכה געווען צו אן אמת'דיגע ליבשאפט און מ'זעט אז ער איז פרייליך און פול מיט לעבן ליסט (און מיט א צוזאגענומענע בארד). זייער אן איבעראשענדע העפי ענד.

כ'ווייס נישט צו ס'איז ערלויבט צו לייגן די בילד לייג איך די לינק:
https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 2&sfnsn=mo