בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 3:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פאר דו לול'סט, זוך עס אליין נאך, איך האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן דא אין שטיבל ערגעצוואו כ'וועל פרובירן אפיר צוזוכן, כ'האב עס געזעהן אין איינע פון די מכתבים פונעם חזו"א. און פון בעש"ט, יא, שפעטער וועל איך דיר צוברענגן די מ"מ. מיין שאלה איז נאר וואס דו גייסט טוהן דערמיט? גייסט עס אוועק מאכן במחי יד, אדער לכבוד דעם גייסטו העלפן אנדערע??

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 3:59 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך בין א ביזנעס מאן און ביי מיר אויפן טיר צו מיין אפיס הענגט א סיין

Indecision is a Decision Too

פאר די אלע וואס האבן עצות פאר הצדיק אבי, געדענקט די בעסטע עצה איז צו טון וואס מ'קען. טון גארנישט איז זיכער בלוט אויף די האנט.

הצלה האט אסאך בלוט אויף זייער טראקס. אבער פארדעם קען מען זיין נישט זאגען נישט צו קומען. נישט רופען הצלה איז אויך בלוט אויף די האנט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 4:37 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
היסטאריע האט געשריבן:
אז די וועג איז פון שטענדיג אן געווען די ריכטיגע, פונעם בעש"ט ביזן חזו"א.

לול. איך וועל נאכזוכן אין בעל שם טוב על התורה און זוכן ווי עס שטייט וועגן דעם. ווי אויך אין חזון איש.

נאדיר פונעם חזו"א:

ונראה דאין דין מורידין אלא בזמן שהשגחתו יתברך גלויה, כמו בזמן שהיו נסים מצויין ומשמש בת קול, וצדיקי הדור תחת השגחה פרטית הנראית לעין כל, והכופרין אז הוא בנליזות מיוחדות בהטיית היצר לתאוות והפקרות, ואז היה ביעור רשעים גדרו של עולם, שהכל ידעו כי הדחת הדור מביא פורענויות לעולם, ומביא דבר וחרב ורעב בעולם; אבל בזמן ההעלם, שנכרתה האמונה מן דלת העם, אין במעשה הורדה גדר הפרצה, אלא הוספת הפרצה: שיהיה בעיניהם כמעשה השחתה ואלמות ח"ו. וכיון שכל עצמנו לתקן, אין הדין נוהג בשעה שאין בו תיקון, "ועלינו להחזירם בעבותות אהבה," ולהעמידם בקרן אורה במה שידינו מגעת" (חזון איש, הלכות שחיטה, ב', טז).

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 4:44 pm
דורך קורקלענד
זייער א שיינע שטיקל חזון איש. ס'איז תורת אמת. אבער קיין גרויסע ראי' צו פישאף'ס מהלך איז עס נישט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 4:48 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קורקלענד האט געשריבן:זייער א שיינע שטיקל חזון איש. ס'איז תורת אמת. אבער קיין גרויסע ראי' צו פישאף'ס מהלך איז עס נישט.

כ'האב חושד געווען און אויך דיך דן געווען לכף זכות און טאקע צוגעטראפן, וברוך שכוונתי אז דו הייבסט ניטאמאל אן צו וויסן אבי'ס מהלך, און אזויווי די משל מיט'ן טשולענט וואס כ'האב צוגעברענגט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:14 pm
דורך קהל'ס נער
אדרבה, אז דו האסט עס אזוי גוט ארויס, דאן קים אריין קלאר ביטע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:39 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ס'נישט על רגל אחת! אדער אפשר יא, אזויווי די כלל וואס הלל האט אויסגעלערענט דעם גר, "ואהבת לרעך "כמוך" אינעם "כמוך" ליגט די סוד. נאר דאס ברויך אסאך טרענירונג אפילו ביי געזונטע מענטשן ומכש"כ ביי די וואס זענען נישט אזוי געזונט. אבער אז דו ווילסט האבן כאטשיג א שטיקל אהנונג, לאוד זיין עפפ אדער סיין דיך ארויף אויף זיין וואצעפ גרופע און הער גוט אויס זיינע שיעורים וואס ער לערנט פאר פון זיך און פון ספר נתיבות שלום פונעם סלאנימער, הער צו צו די כסדר'דיגע שיעורים וואס ער ברענגט צו פון אנדערע. גלייב מיר ס'כדאי צו צוהערן אפילו נאר פאר פריווענשן. דאס איז גוטע אנהויב.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:38 pm
דורך chosen people
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EYFNASdwPoM[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 10:25 pm
דורך petergrifin
וואס איז וועגן רב זכריה וואלערשטיין? ער איז אויך אינוואלווד אין דער נושא און גרויסן. האט ער האט א געוויסע מהלך אדער גייט ער נאך אנדערע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 11:16 pm
דורך קהל'ס נער
petergrifin האט געשריבן:וואס איז וועגן רב זכריה וואלערשטיין? ער איז אויך אינוואלווד אין דער נושא און גרויסן. האט ער האט א געוויסע מהלך אדער גייט ער נאך אנדערע?


ער האט א מוסד פאר אט"ד מיידלעך, ס'דא דארט צוויי רולס וואס זענען ביהרג ועל יעבור.
1. פאר דראגס פליט מען לצמיתות
2. אויב קימט מען נאך צעין אזייגער קען מען נישט קימען פאר די גאנצע טאג.

דעיס איז וואס ער טיט אין זיין מוסד, פארשטייט זיך אז פאר עלטערען זענען זאכן אנדערש, אבער איך ווייס נישט וואס ער האלט דארט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 11:20 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אויב רעדסטו פון זיין קעמפוס אין די קעטסקילס (כ'האב פארגעסן די נאמען פון די שטעטעלע, דאכצעך ערגעץ נעבן סוואן לעיק) ברויכסטו אויך צולייגן אז עס קאסט צעען טויזענט דאללער א חודש פאר א קינד.