בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:28 pm
דורך שפילער
טמיר האט געשריבן:האביך מיך ערלויבט 8 טאלאר פאר א מאמענט לכבוד שבת נחמו.
איך רייב מיך די אויגן, איז דאס צי לאכן אדער וויינען? איז דאס אונטערעסאנט כאטש פאר קינדער?
אמת סאיז געווען קארני דעי וואך אבער ס'מיינט נישט אלעמאל איז עס אזוי ....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 5:53 pm
דורך צוויבל קניפער
שפילער האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:האביך מיך ערלויבט 8 טאלאר פאר א מאמענט לכבוד שבת נחמו.
איך רייב מיך די אויגן, איז דאס צו לאכן אדער וויינען? איז דאס אינטערעסאנט כאטש פאר קינדער?
אמת ס'איז געווען קארני דעי וואך, אבער ס'מיינט נישט אלעמאל איז עס אזוי ....
אלץ א שטענדיגע ליינער קען איך דיר פארזיכערן, עס איז יעדע וואך אזוי שלעכט אדער אפילו ערגער, ווען איך ליין עס ווער איך רויט פון צווייטהאנטיגע בושה...
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 05, 2023 8:51 pm
דורך ירושלימער
במחילת כבוד פותח האשכול, איך גיב דעם שרייבער מלא רעכט, און עס איז די העכסטע צייט צו רעדן וועגן די מענערישע עקלדיגע סטייליזאצייע, ס'איז נישט געווען אזוי אמאל ביי חסידישע יודן.
איך בין מודה ומתוודה אז כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל, אבער כבוד פותח האשכול קלאגט איבער דעם אז דער שרייבער דארט באוויינט נישט די פראזן פון די שטריימלעך, און פארשטיי טאקע נישט פארוואס.
אבער דער אמת איז, אז דער פראז איז נישט מער פון א פועל יוצא, פון א מה יעשה הבן ולא יחטאדיגע הנהגה, וואז'ע ווילסטו נעבעך פונעם חתן, ער זאל נישט גיין ווי מ'מעג און ווי מ'דארף צו גיין?
אויב דו, טאטע, האלסט נישט אז ס'איז אפגעפרעגט מכל וכל דאס סארט לבוש, דעמאלס זיי מוחל און מאך אויף דעם בערזל. כ'מיין צו זאגן אז פרייז איז ממש ממש נישט קיין טענה, מאך איהם חתונה ווי א מענטש.
אלא מאי, דו האלסט אויף אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן, אז ס'איז איבעריג, אז ס'איז נישט פראפארציאנאליש. איז לאמיר רעדן וועגן דעם.
לאמרי אריין קלערן לעצם הענין, א שטריימל איז נישט קיין 'שיינע מלבוש', ממש נישט, קענסטו איין נארמאלע אוועקעזעצטע מענטש סיי ווי אויף די גוישע וועלט וואס טראגט זיך ארום מיט א גרויסן וויידל אויפן קאפ? נאך נעמען דעס און אויס ציען מיט שפיצן אויף ארויף? ווי א זכר-האן אויף כפרות? איר כאפט ווי פאני דאס איז?
זייט די אינדיאנע איז עס נאך קיינעם נישט איינגעפאלן.
אלא מאי, גייט איהר א שטריימל ווייל עס איז א חסידישע מלבוש, דעמאלס גיי צום שורש פון א חסידישער מלבוש, שטריימל און סטייל איז א תרתי דסתרי.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 05, 2023 10:30 pm
דורך שמעקעדיג
צוויבל קניפער האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:האביך מיך ערלויבט 8 טאלאר פאר א מאמענט לכבוד שבת נחמו.
איך רייב מיך די אויגן, איז דאס צו לאכן אדער וויינען? איז דאס אינטערעסאנט כאטש פאר קינדער?
אמת ס'איז געווען קארני דעי וואך, אבער ס'מיינט נישט אלעמאל איז עס אזוי ....
אלץ א שטענדיגע ליינער קען איך דיר פארזיכערן, עס איז יעדע וואך אזוי שלעכט אדער אפילו ערגער, ווען איך ליין עס ווער איך רויט פון צווייטהאנטיגע בושה...
איי געסס עס איז א געוויסע סטיל פון הומאר וואס רעדט נישט צו יעדן. איך האב יא הנאה רוב וואכן דערפון. בפרט ווען ער מאכט ליצנות פון אונזערע נארישע אנגענומענע נארמען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:48 am
דורך שעפטאל
כ'קויף נישט קיין צייטונגן, אבער פון די פאר מאל וואס כ'האב עס געזעהן האב איך ע"פ רוב הנאה געהאט.
ווען ס'איז געווארן די טרענד דא צו האקן אויף עם, האבעך זיך שוין אנגעהויבן צו דאוט'ן, אפשר בינעך אויך קאורני
שכח
@העניך פארן מודיע זיין אז דו האסט הנאה...
[האבעך שוין די וויסדאם אוו קראוד ענד אוטורעטי]
בקיצור. אויב האט איר הנאה געהאט, מעגט איר ווייטער הנאה האבן ראוגערהייט. פונקט ווי ברדק האט הנאה פון קאמיק'ס..