בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 6:25 am
דורך שבת אחים
פאליטיקאנט האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: נאר זיי שיקן ארימע שווארצע זאלן מלחמה האלטן פאר זיי.


מיין פראבלעם מיט ליבעראלן איז אז כאטש אסאך מאל איז די טענות גאנץ צו דער זאך, דאך וועלן זיי אלס אריינווארפן עפעס אן אנדערע אגענדע וואס הייבט נישט אן מאכן סענס.

נאך א משל איז דשאן קערי היינט מיט זאגן אז ער איז באזארגט אז די אוקריינא קריזיס גייט אוועקנעמען די וועלט'ס פאקוס פון די גלאבאלע אנווארעמונג אישו.


און מיין פראבלעם מיט קאנסערוועטיווע איז, אז ווען עפעס געפעלט זיי נישט זאגן זיי אז עס מאכט נישט קיין סענס-פינטל!-אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען!

שעפלע טייערע סאיז א אלטע פאקט!!! מלחמה- זאגט די רבי דזארדזש קארלין, מיינט פשוט “רייכע ווייסע מענטשען שיקן ארימע שווארצע אויפן שלאכטפעלד צו פראטעקטען אויף זייער פראפערטי און ריעל עסטעיט”

די שאלה איז נישט וואס מאכט סענס פאר דיר אדער נישט די שאלה איז צי סאיז אמת???
ביטע קוק אויף, פון אלע קאנגערסלייט און סענעטארס אין וואשינגטאן וואס האבן געשריגן אז אמעריקע זאל אטאקירן איראק, וויפל פון זיי האבן געשיקט זייערע קינדער אין מילטער?


אויב בוש האט געהאלטן אז סאיז אזוי וויכטיג אריינצוגיין אין איראק פארוואס האט ער נישט געשיקט זיינע צוויי טעכטער קיין איראק? זיי זענען געוועהן אין די יאהרן וואס מ׳גייט אין די ארמיי?

יענעמס קינדער?

כהאב ליב די נייע טונא-בייגל טראמפ-רעפובליקאנער. ס׳ארבעט אזוי: אלע פון זיי לעבן אויף די חשבון פון די גאווערמענט, אלע פון זיי וואס איך קען האבן געכאפט קאוויד-געלטער- וואס קיין איינציגער רעפובליקאנער אין סענאט האט געוועהלט דערפאר! אלע פון זיי זענען מוראדיגע הייסע שטיצער פון מלחמה, געשימפט ווען ביידען האט ענדליך ארויסגענומען די אמעריקאנער טרופן פון איראק- נאך צוואנציג יאהר! שרייען אז אמעריקע דארף שוין זאפארט אריינגיין און זיך שלאגן מיטן רויסישען בער אבער קיינער פון זיי שיקט נישט די קינדער אין מיליטער!!!
אוואדי זענען זיי חסידים פון טראמפ, זענען פונקט אזעלעכע היפאקריטן ווי אים, און ס׳באדערט זיי נישט קיין היפאקראסיע.

איך וויל נאר פארשטיין ענקער חשבון. אמעריקע האט נאכנישט געוואונען קיין מלחמה ווען זיי האבן זיך אריינגעמישט אין יענעמס טאפ, נישט אין וויעטנאם, נישט אין קארעא, נישט אין איראק, נישט אין אפגאניסטאן. און די אלע זענען קליינע צוריקגעשטאנענע לענדער פארוואס מיינט איר אז יעצט גייען זיי יא געוואונען? קעגן רוסלאנד? וואס האט אמעריקע געהאט פון די אלע מלחמות חוץ געקאסט געלט, בלוט, קרבנות, חובות, און אנגעמאכט שונאים אין די גאנצע וועלט?

גארנישט מיט נישט!

די רעפובליקאנער שלעפן גלייך ארויס די גאנס! זיי זענען אייביג גרייט זיך צושלאגן. ווייל זיי זענען אומציוויליזרטע חיות וואס לעבן מיט די אמאליגע שטייגער, על חרבך תחיה.

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 7:44 am
דורך א חסיד פון ווילנא
שווער צו האבן א מיינונג פון אידישן שטאנדפונקט
אויב קוקט מען אויפ'ן עבר זענן סיי רוסלאנד און סיי אוקריינע פארשמירט מיט אידיש בלוט, וויפיל האט מען גערודפט אידן אין רוסלאנד, ווי איז געווען דער צאר און סטאלין ימ"ש? ווי האט קאמאנוזים אונטערגעברענגט אידישקייט ברוחניות ובגשמיות אויב נישט אין רוסלאנד? די הלכה בידוע איז אייביג געווען און איז ווייטער דא עד ביאת המשיח
דאס זעלבע מיט די אוקראנישע רוצחים ווי שוין דערמאנט
אבער היינט צו טאג, איז נישט דא נאך א וועלט פירער ווי פוטין וואס איז אזוי נאענט מיט זיין אידישע קאמיונעטי און זייער רב ווי פוטין, ער איז פאניע בראט מיט ר' בערל לאזאר און גייט צו יעדע מאורע אין מאסקאווע
אויך אוקריינע איז די איינציגסטע לאנד (חוץ מדנ"י פארשטייט זיך) וואס האט א אידישע פרעזידענט וואס י"א אז ער לייגט תפילין יעדען טאג, אויב רוב אוקריינע זענן אזעלעכע אנטעסעמיטן וואלטן זיי נישט ערוועלט אזא פירער
סה"כ בלייבט אונז איין עצה, בעטן השי"ת אז עס זאל נישט געשען קיין שום שאדן פאר אידן דארט ביידע זייטן און אין די גאנצע וועלט

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 8:08 am
דורך קהל'ס נער
[tag]שבת אחים[/tag]
1. ווי קימט דא אריין ראסע?
סה"כ 20% פון די ארמיי באשטייט פון טינקעלהויטיגע, סאו די זאך אז ווייסע שיקן שווארצע אויפן שלאכטפעלד צי פראטעקטירן זייער ריעל עסטעיט, איז סתם א פאליטישע ספין, צי מאכן א יעדע פאליסי וואס מען האט נישט ליב צי עס סאמהאוו קאנעקטען צי ראסיזם, (אזוי ווי די יוד וואס שרייט אז די פאליציאנט וואס געט עים א טיקעט פאר ספידן 30 מייל אווער די לימיט, אז ער איז סתם א אנטעסימיט).

2. די ביסט דאך דער אויפגעקלערטער ליבעראל יא, וואס הייסט אז בוש האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין מיליטער, זייט ווען שיקט מען קינדער אין מלחמה, קינדער מאכן זייער אייגענע החלטה צי זיי ווילן גיין אין מיליטער, גארנישט ציטין מיט זייער טאטע, נישט קיין נ"מ צי ער איז א קאנגרעסמאן צי א פרעזידענט.

אין די פאראייניגטע שטאטן, יעדער איינער אין מיליטער איז דארט מיט זיין פילן ווילן, דאס איז זייער job, ס'פינקט ווי א קאנסטראקשען ארבייטער זאל טענה'ן "די ווילסט האבן א שיינע הויז, דארף איך ריזיקירן מיין לעיבן?", די תירוץ איז , ער דארף נישט, ער וויל, ער האט אליין אויסגעוועילט די job.

אגב, דיין סמארטפאון, יא דו שבת, דיין סמארטפאון, איז געמאכט געווארען דארך כינעזער שקלאפן, אויב ביסטו אזוי אנטי קנעכטשאפט זיי מוחל ווארף אוועק דיין פאון.

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 8:20 am
דורך קהל'ס נער
שבת אחים האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:די אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..


די פראבלעים איז נישט אז די אוקראינה'ר רוצחים כאפן פעטש, די פראבלעים איז אז פוטין נעמט איבער די וועלט.


איינגענומען די וועלט?

ער איז שוין אויפן בענקל בערך דרייסיג יאהר. רוסלאנד האט פארלוירן 14 לענדער. און ער האט דערווייל צוריק גענומען צוויי קליינע טעריטאריעס, א קליינע חלק פון גרוזיע, און Crimea וואס באלאנגט טאקע פאר רוסלאנד, און רוב מענשטען דארטן ווילן אז סזאל זיין רוסלאנד.

דאס הייסט איינגענומען די וועלט?

ער האט נישט קיין שום חלום איינצונעמען די וועלט. ער איז קלוגער פון דעם, נישט אפילו זיכער אויב ס’גייט אים געלונגען צונעמען אוקריינא. ער פלאנט נישט צונעמען עסטרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, ענגלאנד וכו׳

און אויב גייט ער יא ווייטער דארף מען אים טאקע אפשטעלן. איך פרעג נאר פארוואס איז אייביג אמעריקע די פאליס פון די וועלט? די אנדערע לענדער האבן נישט קיין ארמיי? נאטא האט nuclear וואפן האט פראנקרייך געזאגט די וואך. נא? זאלן זיי גייען אין מלחמה. וואס עפעס אמעריקע?


ליין אביסל היסטאריע, טשעמבערליין האט געזאגט פינקט וואס די זאגסט,
"עסטרייך איז בעצם א אפגעבראכענע חלק פון דייטשלאנד, און טשכסלאוואקיע האט אסאך פאלקסדויטשע, במילא וועיגען דעים האט עס היטלער איינגענימען, אבער ער גייט נישט איינעמען פוילן פראנקרייך וכו' ווייל ער זיכט בכלל נישט איינצינעמען די וועלט, זיכער נישט ענגלאנד וואס איז אזוי ווייט פון דייטשלאנד"

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 8:26 am
דורך היסטאריע
אויב למשל וואלט רוסלאנד געזאגט זיי נעמען צו אלאסקא, וואלטען די לינקע בהמות אויך געזאגט וואס דארף מען אלאסקא, קאלט און סטופיד, דרילען פאר אויל און געז איז דאך נישט גוט פאר די גלאבאלע ווארימונג, און געבן אלע מענטשן וואס וואוינען יעצט אין אלאסקע א הויז ערגעץ אנדערש איז ביליגער ווי א מלחמה מיט פוטין. זאלען זיי האבן אלאסקא. עס איז סתם א אומפארגינערישקייט ווייל מען פארגינט נישט פוטין. און מיט אזעלכע תירוצים של הבל.
און בכלל פארוואס זאלען מענטשן געהרגט ווערען צו ראטעווען דער שטאט פין שרה פאלין. און נאך שווארצע צו דעם.

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 9:16 am
דורך קהל'ס נער
"ענדערש זאל די מלחמה מיט רוסלאנד זיין איבער אוקראינה, ווי איבער ניו יורק"

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 10:53 am
דורך אלע צוזאמען
שבת אחים האט געשריבן:
ער איז שוין אויפן בענקל בערך דרייסיג יאהר. רוסלאנד האט פארלוירן 14 לענדער. און ער האט דערווייל צוריק גענומען צוויי קליינע טעריטאריעס, א קליינע חלק פון גרוזיע, און Crimea וואס באלאנגט טאקע פאר רוסלאנד, און רוב מענשטען דארטן ווילן אז סזאל זיין רוסלאנד.

דאס הייסט איינגענומען די וועלט?

ער האט נישט קיין שום חלום איינצונעמען די וועלט. ער איז קלוגער פון דעם, נישט אפילו זיכער אויב ס’גייט אים געלונגען צונעמען אוקריינא. ער פלאנט נישט צונעמען עסטרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, ענגלאנד וכו׳

און אויב גייט ער יא ווייטער דארף מען אים טאקע אפשטעלן. איך פרעג נאר פארוואס איז אייביג אמעריקע די פאליס פון די וועלט? די אנדערע לענדער האבן נישט קיין ארמיי? נאטא האט nuclear וואפן האט פראנקרייך געזאגט די וואך. נא? זאלן זיי גייען אין מלחמה. וואס עפעס אמעריקע?

ער האט טאקע נישט קיין פלאן צו איינעמען די וועלט, ער וויל סך הכל צירוק אויפבויען די רוסישע אימפעריע לשנים קדמוניות, ווי אונטער די סאוויעטן.
ווער איז נאטא אויב נישט אמעריקע?
און פארוואס אמעריקע איז די פאליס אויפ'ן וועלט? וועגן די אמעריקאנע פרעזידענטן זיך אויף די מהלך,ניין נישט די אמעריקאנע פאלק וויל עס, די אמעריקאנע פירער מישן זיך אריין אין יענעמ'ס טשאלענט טאפ.

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 5:28 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:ליין אביסל היסטאריע, טשעמבערליין האט געזאגט פונקט וואס דו זאגסט,
"עסטרייך איז בעצם א אפגעבראכענע חלק פון דייטשלאנד, און טשכסלאוואקיע האט אסאך פאלקסדויטשע, במילא וועיגען דעים האט עס היטלער איינגענימען, אבער ער גייט נישט איינעמען פוילן פראנקרייך וכו' ווייל ער זיכט בכלל נישט איינצונעמען די וועלט, זיכער נישט ענגלאנד וואס איז אזוי ווייט פון דייטשלאנד"

קהל'ס נער: לויט דעם חשבון דארף פוטין אויך וועלן אייננעמען אמעריקע (און קענעדע) ווייל דא וואוינען א סאך רוסישע אימיגראנטן...!

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 10:49 pm
דורך פאליטיקאנט
כ'בין ווייט נישט קיין גרויסע מלחמה אדער Geopolitical אנאליסט.
אבער כ'בין דאך א פאליטיקאנט.... על'ך ארויסלייגן מיין אפיניאן וויאזוי די וועלט דארף זיך פירן:

-אינגאנצן אפהאקן די דיפלאמאטישע באציאונגען מיט רוסלאנד אריינגערעכנט אלע אמבאסאדעס, רעדן האט שוין געוויזן העלפט נישט.
די מעסעדש דארף זיין קלאר און דייטליך; שפיל נישט קיין שפילן, אדער זיי אפגעטיילט פון די ציוויליזירטע וועלט.

-שטיצן אוקריינא מיט אלעס חוץ פון מענטשן. געלט, וואפן, שפיאנאזש, אא"וו.

-ארויסווארפן רוסלאנד פון אלע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס אריינגערעכנט פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

-אפהאקן פינאנציעלע באציאונגען און איינשטעלן שווערע סאנקציעס.

-ענדליך אוועקגיין פון רוסישע גאַז, לייגן דרוק אויף אפעק זיי זאלן פראדוצירן מער, עפענען די קיסטאון פייפליין, און איינשטעלן אנדערע ענערגיע אלטערנאטיוון ווי נוקלעארע פאוער פלענטס (כ'פארשטיי סתם אזוי נישט פארוואס מ'בויעט דאס נישט בגדול).

-קלארשטעלן פאר טשיינע אז אויב וועלן זיי שטיצן רוסלאנד (מיליטעריש צו וואס), וועט די מערב וועלט אפיציעל אנערקענען "טייוואן" אלס א זעלבסשטענדיגע לאנד און אפשר גאר אנשליסן אין נאטא.

יא עס וועט אויך קאסטן א פרייז פאר די מערב וועלט, אבער פארפאלן, עס וועט כאטש אפהאלטן אנדערע און די עתיד.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 11:25 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ביסט טאקע א גוטער פאליטיקאנט, און דיין מהלך איז הערליך אויף פאפיר! אבער אין מציאות ארבייט עס נישט. קוק למשל די לענדער וואס די מערב וועלט האט איזאלירט דורך סאנקציעס, ווי צפון קארעא, קובא, וויעטנאם, ווענזועלע, און נאך, זיי גייען ווייטער אן מיט זייערע מענטשן רעכט פארלעצונגען, קאמוניזם און קארופציע.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 11:53 pm
דורך פאליטיקאנט
קודם כל די סאנקציעס אויף די לענדער זענען נישט אזוי שטארק ווי דאס וואס כ'האב אויבן פארגעשלאגן און נישט דורך אסאך לענדער.

צווייטענס און בעיקר, די אלע לענדער האבן קיינמאל געהאט קיין גרויסע עקאנאמיעס, און בכלל געהאט ווייניג "טרעיד" מיט אנדערע לענדער. משא"כ רוסלאנד וואס רוב פון איר עקאנאמיע קומט פון אויל און גאז עקספארט.

קען זיין עס וועט נישט ארבייטן, אבער שלימזל'דיג סטראשען און גארנישט טוען ארבייט זיכער נישט.

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 12:16 am
דורך היסטאריע
ענדליך אוועקגיין פון רוסישע גאַז, לייגן דרוק אויף אפעק זיי זאלן פראדוצירן מער, עפענען די קיסטאון פייפליין, און איינשטעלן אנדערע ענערגיע אלטערנאטיוון ווי נוקלעארע פאוער פלענטס (כ'פארשטיי סתם אזוי נישט פארוואס מ'בויעט דאס נישט בגדול


מען דארף עס טוהן, אבער ער האט פאר וועמען צו פארקויפן. איראן האט אייביג געהאט קונים פאר אויל.

קלארשטעלן פאר טשיינע אז אויב וועלן זיי שטיצן רוסלאנד (מיליטעריש צו וואס), וועט די מערב וועלט אפיציעל אנערקענען "טייוואן" אלס א זעלבסשטענדיגע לאנד און אפשר גאר אנשליסן אין נאטא.


זאג דאס און טשיינע גייט מארגען אריין אין טייוואן, און פארדעם איז דאך רוסלאנד אריין אין יוקרעין.

נשלח: זונטאג פעברואר 27, 2022 1:57 am
דורך שמן למאור
שבת אחים האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:


סאיז א אלטע פאקט!!! מלחמה- זאגט די רבי דזארדזש קארלין, מיינט פשוט “רייכע ווייסע מענטשען שיקן ארימע שווארצע אויפן שלאכטפעלד צו פראטעקטען אויף זייער פראפערטי און ריעל עסטעיט”


כהאב ליב די נייע טונא-בייגל טראמפ-רעפובליקאנער. ס׳ארבעט אזוי: אלע פון זיי לעבן אויף די חשבון פון די גאווערמענט, אלע פון זיי וואס איך קען האבן געכאפט קאוויד-געלטער- וואס קיין איינציגער רעפובליקאנער אין סענאט האט געוועהלט דערפאר! אלע פון זיי זענען מוראדיגע הייסע שטיצער פון מלחמה, געשימפט ווען ביידען האט ענדליך ארויסגענומען די אמעריקאנער טרופן פון איראק- נאך צוואנציג יאהר! שרייען אז אמעריקע דארף שוין זאפארט אריינגיין און זיך שלאגן מיטן רויסישען בער אבער קיינער פון זיי שיקט נישט די קינדער אין מיליטער!!!
אוואדי זענען זיי חסידים פון טראמפ, זענען פונקט אזעלעכע היפאקריטן ווי אים, און ס׳באדערט זיי נישט קיין היפאקראסיע.

איך וויל נאר פארשטיין ענקער חשבון. אמעריקע האט נאכנישט געוואונען קיין מלחמה ווען זיי האבן זיך אריינגעמישט אין יענעמס טאפ, נישט אין וויעטנאם, נישט אין קארעא, נישט אין איראק, נישט אין אפגאניסטאן. און די אלע זענען קליינע צוריקגעשטאנענע לענדער פארוואס מיינט איר אז יעצט גייען זיי יא געוואונען? קעגן רוסלאנד? וואס האט אמעריקע געהאט פון די אלע מלחמות חוץ געקאסט געלט, בלוט, קרבנות, חובות, און אנגעמאכט שונאים אין די גאנצע וועלט?

גארנישט מיט נישט!

מאכסט א גרויסן פארדארבענעם לאקשן קיגל,

קודם כל איז די ארמיי אין אמעריקע אפשענול, ס'נישטא קיין דרעפט, און ס'שטיתים צו זאגן אז 'ווייסע' שיקן די 'שווארצע' זיי צו באשיצן

צוויטענס, טראמפ איז געווען א אנטי מלחמה רעפאבליקאנער, און די אלע טראמפ חסידים האלטן אויך קעגן מלחמה, עס איז די עסטעבלישמענט וואס שטיפן צו גיין שטערקער אויף רוסלאנד (א שטייגער ווי לינדזי גרעהם וכדו') די טראמפ חברה זענען דאך קעגן די RINO's,

בנוגע דיין מהלך צו מלחמה בין איך גאנץ שטארק מיט דיר, אונז האבן זיך נישט וואס אריינצימישן, ביז מען וועט זען אז פוטין זיכט טאקע יא אנצינעמען די גאנצע וועלט אזוי ווי היטלער, אבער ווי לאנג עס איז בלויז אוקריינע, וואס גייט עס מיר אהן? בעסער געזאגט, עס גייט מיר טאקע אהן, אבער ס'דא גרעסערע דאגות אויפן טיש, און אמעריקע זאל עס טאקע פארדאמען אבער זיך נישט אריינמישן

ס'נאר אינטרעסאנט אז א ליבעראל ווי דיר, באמבלט נאך די טראמפ-רעפאבליקאנער טאקער קארלסאן ווארט ביי ווארט
https://youtu.be/PqfyZ618Bks
https://youtu.be/eHrv38It9_I

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 2:57 am
דורך מיד ווי א בוים
רוסלאנד האט פארלוירען!!

פאר בלויז א קארגע וואך צוריק איז געווען די אנגענומענע מיינונג אז און פאל פוטין באפאלט אוקריינע, וועט עס נישט נעמען קיין גאנצע 48 שעה
ביז ער וועט האבען פולקאם קאנטראל איבער אוקריינע. אוודאי האט מען זיך פארגעשטעלט אז אוקריינע וועט נישט תיכף אויפגעבן. מען האט געגלייבט אז ער וועט האבען צוטוהן מיט מחוצפים דא און דארט במשך א וואך צוויי, און דאן וועט די וועלט צוריקגיין צום עולם כמנהגו מיט א מציאות פון א רוסיש געפירטע אוקריינע. דאס איז געווען אנגענומען ביי יעדן, אמעריקא, נאטא, און אוקריינע זעלבסט!!
פאר דעם סיבה האט קיין שום לאנד נישט געוואלט געבן סיי וואספארא זאכליכע שטיצע פאר אוקריינע, רעכענענדיג אז די זאך איז פארלוירען, נו פארוואס זיך סתם רייצען מיט א בער.

פוטין אליינס האט דאס אויך אזוי געשאצט, און זיך בלויז צוגעגרייט צו אזא מעגליכקייט. ער איז געווען ברור אז ער דארף בלויז א וועג אריין פאר זיין מיליטער, אן קיין געהעריגע פלאן פאר עסן, שלאפען, גאזאלין און סופליי. ער האט געלאכט פון סיי וועלעכע סאנקציעס מעגליכקייט ווייל ביז א וואך וועט יעדער פארגעסן וואס ער האט געטוהן, זיין שטארקייט וועט נאר ווערן גרעסער און די וועלט וועט זיך שנעל צוגעוואוינען און אראפ נעמען אלע קורץ טערמיניגע סטראשערייען.

טעג זענען פאראיבער און די וועלט קראצט זיך דעם שטערן פון וואס גייט דא פאר. אוקריינע, אן אפגעריסען ארעם לענדל, אן קיין אינערליכע הילף פון קיין שום לאנד, שטעלט אן העפטיגע ווידערשטאנד אנקעגן ״אנגעבליך״ איינע פון די שטערקסטע מיליטער און די וועלט! דאס איז מח אפשטעלנדע שטארקייט פון אוקריינע!

דערווייל, ווי א טאג שפעטער, קומען אריין באריכטען אז די רוסישע מיליטער אין אוקריינע מוטשעט זיך געפערליך מיט סופליי פראבלעמען. זיי לויפען ארום גנב׳ן עסן און גאזאלין פון לאקאלע געשעפטן און איינוואוינער. דאס איז די רוזאלטאט פון די רוסישע סורפרייז. מען האט נישט פארגעגרייט קיין שום פלאן איבער זיצען לאנגע טעג און אוקריינע, די רוסישע סאלדאטען און אוקריינע האבען שוין געזאלט זיין אויפען וועג ארויס פרייטאג.

עס הייבט אן באקומען מער האפט אז מיט ערענסטע געווער סופליי פון די וועלט, שטייט אוקריינע אויס א מעגליכקייט צוריק צושטויסען דעם בער און וואלד. די וועלט ווייסט דאס און טאקע דערפאר האט זיך אנגעהויבען אן ערענסטע מאוומענט צי שיקען געווער עד אין סוף. און די זעלבע צייט טרעפט זיך פוטין מיט סאנקציעס און היץ שטערקער ווי געראכטן. ער האט געפלאנט אויף א קורצע בליץ קריג און זיין אינדערויסען פאר סיי וואס סאנקציעס פאלט און פלאץ.

ווי מיר שטייען דערווייל, ווי א מינוט לענגער עס גייט אריבער, האלט און איין פאלען די פחד פונעם בער, די וועלט הייבט אן זעהן א בילד פון א שוואכערן רוס ווי געמיינט.

דאס איז קלאר נישט וואס פוטין האט געזוכט צי אויפטוהן. גייענדיג ווייטער איז שוין נישט קיין חילוק וואס די ענדע וועט זיין, דאס איז אמאל קלאר פוטין האט שוין פארלוירען!!
די פחד פונעם רוסישן בער איז געפאלען צי האלב!
דיס איז מיי אפיניען

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 9:41 am
דורך קהל'ס נער
והיינו טעמא דאיראן, והיינו טעמא דצפון קוריה, זיי קענען רעדן זייער שטרעינג , און סטראשענען ווי משיגע, אבער ווען ס'קימט למעשה, זענען זיי בכלל נישט עפעס מורא'דיג, והיינו דאמרי אינשי: חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם.

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 2:03 pm
דורך החוקר
ווייסט איינער וואס די מצב פון האלץ איז אין רוסלאנד? האבן זיי איבריג?

דער פוטין איז לעצטענס געווארן א גאר פארנומענער מענטש און ער מאכט כסדר מיטינגען. אבער אלץ זעה איך אים זיצן ביי א מאדנעם גאר לאנגען טיש. ווייסן די רוסן נישט ווי אזוי צו בויען א רעכטן טיש? ווייסן די רוסן אז האלץ קען מען שניידן? האט פוטין גאר לאנגע פיס? אפשר פעלט אים סאציאלע סקילס און ער שעמט זיך. וואס גייט דארט פאר?

א זיסע meme פון פוטין'ס טיש.
FLEJQj-XwAAtiNa.jpg

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 2:25 pm
דורך פערינא
סאיז מן הסתם א נארישע קשיא, אבער אויב געבן לענדער וואפן פארוואס שיקען זיי נישט צענדליגע דראונס צו אראפ נעגלען די לאנגע געשלענגעלטע קאנוואויס? ביז דערווייל האבן טערקישע דראונס אראפ גענומען נאר אפאר טענק. פארוואס?

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 2:39 pm
דורך קלוגע יודל
החוקר האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די מצב פון האלץ איז אין רוסלאנד? האבן זיי איבריג?

דער פוטין איז לעצטענס געווארן א גאר פארנומענער מענטש און ער מאכט כסדר מיטינגען. אבער אלץ זעה איך אים זיצן ביי א מאדנעם גאר לאנגען טיש. ווייסן די רוסן נישט ווי אזוי צו בויען א רעכטן טיש? ווייסן די רוסן אז האלץ קען מען שניידן? האט פוטין גאר לאנגע פיס? אפשר פעלט אים סאציאלע סקילס און ער שעמט זיך. וואס גייט דארט פאר?

דער לעבט אין א פאראנויא, ציטערט ער צו גיין נאנט צו מענטשן,
צו א פאראנויא פון כאפן קאוויד וכו', אדער אז מען וויל איהם פאר'סמ'ען (קען זיין אז ער איז גאר גערעכט)

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 3:14 pm
דורך קהל'ס נער
מיט די אמאונט פון מענטשן וואס ער האט שוין פאר'סמ'ט האט ער טאקע וואס מורא צי האבן....

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 7:25 pm
דורך הגיון
No fly zone - טוט זיך א גאנצע צייט אויב מען זאל יא איינשטעלן א נאו פליי זאן, אדער אויב אמעריקע זאל דאס איינשטעלן. כ'מיין וויאזוי איז מעגליך איינצושטעלן אזא מעזשער, רוסלאנד וועט זיך זיכער אריינפייפן, וואס איז די מעדזשיק פון נאו פליי זאן, כאילו מען קען דאס אינפארסן.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 2:29 am
דורך תרמב
מ'זאגט א ווערטל אז סקווירא רבי האט גערופן פוטין אז ער זאל זיך נישט וואגן צו גיין אין די מייל פון סקווירא.....

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 5:30 am
דורך טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן:די אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..

איך וויל ברבים צוריקציען פון די דאזיגע ווערטער. דיע זענען אוודאי נישט די זעלביגע וואס האבן אונז געהארגעט אזוי ווי אונז זענען נישט די זעלבע וועם זיי האבן געהארגעט. אז אומשולדיגע מענטשן קומען אום פון ביידע זייטן, אריינגערעכנט די זעלנער זעלבסט, איז עס א גרויסע צער און אומרעכט! נארוואס, עס איז מעגליך אז צווישן די וואס פינאנצירן און אגיטירן פאר דעם קאנפליקט זענען יא דא אזעלכע קאנסידערעישנס... דאס אז אזויפיהל פון די רוסישע אוליגראכס זענען אידן און דאס אז צווישן רוסלאנד און אוקריינא טוט איזרעאל זיך שטעלן אויף רוסלאנד'ס זייט, כאטש זעלינסקי איז א איד, און דאס אז פוטין האט אסאך גענוצט דעם נעא-נאצי פאראורווארף לידינג אפ צו דעם קריג; דאס אלס איז מסתמא נישט קיין צופאל... איך האף אז די פאליאקן קומען נעקסט.. אוי געוואלד, איך ציה דאס אויך שוין צוריק!

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 8:53 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
איך האב א געפיל אז דער סיבה פארוואס אלע מערב וועלט פירער זענען ארויס בחרב וחנית קעגן פוטין - איז לאו דווקא [בלויז] צוליב זיין אומרעכט וואס ער באגייט מיט אינוואדירן און באמבאדירן אוקריינא, נאר ס’איז א אלטע שנאה כבושה וואס מען האט אקעגן רוסלאנד בכלל און פוטין בפרט, היות דער פוטין איז א פארשטינקענער בעל גאווה- זיין גאנצע פרעזידענטשאפט האט ער קונה געווען דורך ארויפלייגען א שרעק ארום זיך נוסח KGB וואס זיין גאנצע ווירטשאפט איז צוגעגעאנגען אויף דעם רשעותדיגען אופן. א ריכטיגער דיקטאטור מיט אלע מפרשים. און אנגעזייט א פחד און א פויסט פאר יעדעם וואס איז איהם געשטאנען אין וועג.
וואס די וועלט וויל יעצט איז פשוט צוצורייסען דעם "פאפירענעם טייגער" און אראפנעמען דעם שרעקדיגען מאסק פונעם גרויליגען דל גאה - און אויפדעקן דעם פנים פון דעם שקרן הדור- אז ער איז בכלל נישט דער רוסישער בער וואס מען האט אלע יארן געמיינט.
און ווי פלעגט מיין באבע זאגן... " מען זאגט די זופ און מען מיינט די קניידלעך"....
לא מאהבת המן אלא משנאתם אל מרדכי...