נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 12:35 pm
מיין שאלה איז דאך לויט’ן רמב”ם אז גאט קען יא באשאפן יש מאין הגמור. פארוואס האט ער אויסגעוועלט עס צו באשאפן מחומר, וואס ברענגט מיט זיך א ליסטע פון פראבלעמען, און נישט יש מאין, וואס מ’קען אויסשטעלן אז עס זאל זיך מסבב זיין צו כולו טוב?מי אני האט געשריבן:ניין. לויט דער רלב"ג איז עס א לאגישע אומעגליכקייט צו באשאפן יש מאַיִן הגמור, וממילא נמנע אף ממנו ית' כביכול. איך שרייב דאס דארט (ס'דא אביסל א טייפּוׂי דארט):אבער אפילו לויט'ן רמב"ם בבריאת יש מאַיִן הגמור, איז נאך אלס דא דעם לאגישן אומעגליכקייט: אויב באשאפט מען א וועלט פון חומר איז מן הנמנע, אף ממנו ית', אז עס זאל זיין רעות. לויט'ן רלב"ג איז דאס נאר נאך שטערקער אז עס קען ניטאמאל זיין א פעולת בריאה בכלל מאַיִן הגמור אָן קיין חומר מעיקרא. ולגבי די קשיא "אז אויב אזוי זאל ער ענדערשער נישט באשאפן בכלל!" הא'מיר שוין גע'ענטפערט אז זיי האבן געהאלטן פון (וואס איז שפעטער טערמינט געווארן דעם) פּרינציפּ פון פּלעניטוּד, ובפרט וואו זיי טענה'ן אז על הכלל כולו איז דא בעצם מער טוב ווי רע.[לויט] די שיטה [איז] עס (איז) אוממעגליך צו באשאפן א בריאה יש מאין אפילו לו כביכול; עס איז אזוי ווי באשאפן א פיר-עקיגן צירקל.
כמובן, איז דאס אלעס עפ"י די Aristotelian צי Platonic קאסמאלאגיע וואס איז געווען אָנגענומען בזמניהם. ווי איך האב געשריבן דא (זייער tentatively) קען מען אולי אולי זאגן לפי די היינטיגע קאסמאלאגיע אז די בּיג בּענג, מיט איר סינגולעריטי, גייט מער אין איינקלאנג מיט שיטת הרלב"ג בבריאת יש מיש, ווי איידער מיט דעת הרמב"ם בבריאת יש מאַיִן הגמור. (ביטע מיך נישט כאפן ביים ווארט - איך זאג נישט אז דאס איז עס.)