בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 3:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך געדענק נישט פון וואו פונקטליך איך ווייס, כ׳האב עס שוין אויך געהערט פון אנדערע מענטשן וואס ווייסן וויאזוי די זאכן ארבעטן, כ׳האב נאכנישט באגעגנט א מענטש וואס ווייסט פארקערט, אדרבה, אויב ווייסטו פארקערט בין איך גרייט זיך אויסצו׳טענה׳ן.
אויסער דעם, אין די סירקלס וואו איך דריי מיך היינט צוטאגס עקסיסטירן נישט אזעלכע מושגים ווי ריכטיג אדער אומריכטיג, סך הכל זענען דא מעשים וואס ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן און אנדערע וואס זענען גורם דאס פארקערטע.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 3:04 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך געדענק נישט פון וואו פונקטליך איך ווייס, כ׳האב עס שוין אויך געהערט פון אנדערע מענטשן וואס ווייסן וויאזוי די זאכן ארבעטן, כ׳האב נאכנישט באגעגנט א מענטש וואס ווייסט פארקערט, אדרבה, אויב ווייסטו פארקערט בין איך גרייט זיך אויסצו׳טענה׳ן.
אויסער דעם, אין די סירקלס וואו איך דריי מיך היינט צוטאגס עקסיסטירן נישט אזעלכע מושגים ווי ריכטיג אדער אומריכטיג, סך הכל זענען דא מעשים וואס ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן און אנדערע וואס זענען גורם דאס פארקערטע.
איך ווייס נישט ווער דיינע אלע מענטשן וואס ווייסן וויאזוי זאכן ארבעטן זענען, כווייס בלויז אז די נשר הגדול דער רבמ"ם האט געהאלטן אנדערש.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 3:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס׳גרינג צו רעדן, לאמיר זעהן וואס דו גייסט זאגן ווען דו וועסט אנקומען דארט און דו וועסט זעהן מיט די אייגענע אויגן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 5:44 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס׳גרינג צו רעדן, לאמיר זעהן וואס דו גייסט זאגן ווען דו וועסט אנקומען דארט און דו וועסט זעהן מיט די אייגענע אויגן.
אהה די טענה האב איך שוין אסאך מאל געהערט, אינטערסאנט נאר אז בעיקר הער איך עס פון חרדישע אידן.