בלאט 2 פון 6
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:27 pm
דורך שבת אחים
yatzmachp האט געשריבן:עם עקש תתפתל. איך טראכט, נישט ווייל איך ווייס, אז די פירערס פון חברה הצלה זענען אזעלכע שמואל פריעדס ממילא דארף מען א שמואל פריעד צו קעיר נעמען אויף זיי. די באדאם ליין איז אז אזוי ווי עס איז יעצט קען די חברה הצלה נישט געווינען. אויב מאכן זיי נישט שלום וועלן זיי נאר פארלירן. עס איז דא עזרת נשים וואס קען איבערנאכט עבזארבן אלע הצלה מעמבערס וואס זענען נישט צופרידן און פלוצלינג באקומען זיי עקספיריענסד מעמבערס וואס קענען ראנען א הצלה ארגענייזעישן. נישט נאר דאס, זיי וועלן נאך זיין צדיקים פארן האבן פרויען פאר צניעות. די זעלבע וואס האבן געשריגן קעגן עזרת נשים וועלן פלוצלינג שרייען פארקערט. די פאנדרעיזינג פאר הצלה וועט ליידן געפערלעך און די כאאס מיט קאלס פון הצלה און עזרת נשים וועט שאטן פאר די פאציענטן. ממילא זעה איך נאר איין סאלושן אז זיי זאלן טרעפן א וועג זיך דורך צו קומען.
שמואל פריד קען גארנישט! ער איז א באוואוסטער רודף! מ’טאר אים ע”פ הלכה נישט הייערן פאר קיין טוען, מ’טאר אים נישט מצרף זיין צו קיין מנין. סאיז דא 300 בעסערע און מעהר געשליפענע טוענים היינטיגע צייטן. ער איז א אל”ד סקו”ל מאפיאנער וואס קען נישט די היינטיגע וועלט.
איך קען ליידער אפאר פון זיינע קעיסעס, ער איז בכלל נישט קיין גוטער טוען, ער לעבט נאך אין די זיבעציגער יאהרן, ער קען סטראשענען, רודפן, דערגיין יענעם די יאהרן. נישט קיין נארמאלע טוען! נישט קיין נארמאלע מענטש.
קיין נארמאלע גראדע מענטש הייערט אים נישט היינטיגע צייטן ווי ווייט איך ווייס. איך טוה העלפן אסאך מענטשען מיט דין תורת היינטיגע טעג. ווער ס׳הייערט אים זוכט געווענטליך א הי”ט מע”ן סטייל טוען- א רודף! זיי האבן א נארמאלע גוטער קעיס, וואס דארפן זיי אריינמישן אזא באוואוסטער חי׳ בצורת אדם?
מיט דעם וואס זיי האבן געהייערט א מענטש וואס מ’טאר נישט הייערן ע”פ הלכה האבן זיי פארלוירן נאך פאר די דין תורה האט זיך אנגעהויבן!
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:08 am
דורך שמעון וואלף
איך האף אז דאס איז אן התחלה צו א מעיזשר טויש אין אונזער געזעלשאפט ווי כמעט אלע ציבור'ישע ארגענעזאציעס (בתי מדרשים, קהילות, מוסדות און צדקות) ווערן געפירט דורך יחידים המשתלטים על הציבור, אן דארפן גיבן דין וחשבון פאר קיינעם. נאך מער, איינער זעצט זיך אריין אויפ'ן באורד אדער וועד ביי די דרייסיג און בלייבט דארט ביז די ניינציג.
ס'איז העכסט צייט פאר אן אויפוואכונג. יעדע נכס ציבור דארף געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען אקאונטעבל פאר זייערע מעשים. זיי דארפן אפגיבן א דין וחשבון יעדעס יאר וואס זיי האבן אויפגעטון און וואס זיי פלאנען אויפ'ן קומענדיג יאר. און טאמער זייער ארבעט איז נישט צופרידענשטעלענד זאלן זיי אפטרעטן און מאכן פלאץ פאר א צווייטן וואס איז מער קאמפעטענט פאר די פאזיציע. די זעלבע איז מיט א רב אדער א דיין. מ'ווערט עלטער און מ'איז מער נישט בכח צו טון וואס די זשאב פארלאנגט זאל מען רעטייערן און לאזן אויפנעמען א צווייטן במקומם.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 1:26 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:אדמו"ר מקאשוי שליט"א אין א בריוו פארלאנגט פרישע וואלן אויפצונעמען פרישע קאארדינעיטארס.
Sorry for my English.
How did kasho ruv involved? He lives in Williamsburg and we have enough of him there. So what's his business in BP?
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 1:51 pm
דורך תנחום
מיך שטערט אז מ'האט בכוונה ארויס גענומען די געפעכט אויפן גאס. פון ארויסגעבן קאשוי רב'ס בריוו וואס ער האט אליינס געשריבן אז מ'זאל נישט, ביז ארום שיקן שיין געשריבענע ארטיקלען אויף סאושל מידיע. עס איז פשוט אן עקל. האסט טענות? גיי צו בית דין. פארוואס די דראמא? סתם אריין שלעפן אזא וויכטיגע ארגענעזאציע אין א פאליטישע סענזאציע?
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:16 pm
דורך [NAMELESS]
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:Sorry for my English.
How did kasho ruv involved? He lives in Williamsburg and we have enough of him there. So what's his business in BP?
וואס פונקליך שטערט דיר קאשוי רבי אין וויליאמסבורג? ער איז גראדע היבש ליבעראל, די היתר אויף קאממאן קאר קומט פון אים.
ווי ער שרייבט זענען געקומען צו עם חברי הצלה פון דארט, איי געסס זיי זענען זיינע חסידים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 5:18 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
עמעזאן האט געשריבן:
וואס פונקליך שטערט דיר קאשוי רבי אין ווילימסבורג?
He is not bothering me at all. I actually gave to his moised 50$ (he made his dinner this week)
I don't care what he says about common core and I don't believe he approved it since he is usually extreme
The point is he lives in Williamsburg and this is a BP issue which should be resolved by BP rabunim
So even though they're his chassidem it still don't belong for him
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
סוי קודם האסטו געשריבן אז דו האסטו שוין גענוג פון אים אין ווילימסבורג דעס איז שוין אויס בטל ומבוטל ווייל דו האסט נישט וואס אנצוצייגן ווי ער שטערט דיר,
קאממאן קאר גלייבסטו נישט ווייל? ווייל דו גלייבסט נישט און ווייל געווענליך איז ער עקסטריעם, קענסט געבן א דוגמא ווי ער איז געווען עקסטריעם?
קען זיין אז די נאמען 'קאשוי' טריגערט דיר און איך פארשטיי דיר, אבער ר' אברהם שלמה איז אנדערש פון זיינע ברודער, ער איז זייער זאכליך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 8:35 am
דורך Visionary
שבת אחים האט געשריבן:שמואל פריד קען גארנישט! ער איז א באוואוסטער רודף! מ’טאר אים ע”פ הלכה נישט הייערן פאר קיין טוען, מ’טאר אים נישט מצרף זיין צו קיין מנין. סאיז דא 300 בעסערע און מעהר געשליפענע טוענים היינטיגע צייטן. ער איז א אל”ד סקו”ל מאפיאנער וואס קען נישט די היינטיגע וועלט.
איך קען ליידער אפאר פון זיינע קעיסעס, ער איז בכלל נישט קיין גוטער טוען, ער לעבט נאך אין די זיבעציגער יאהרן, ער קען סטראשענען, רודפן, דערגיין יענעם די יאהרן. נישט קיין נארמאלע טוען! נישט קיין נארמאלע מענטש.
קיין נארמאלע גראדע מענטש הייערט אים נישט היינטיגע צייטן ווי ווייט איך ווייס. איך טוה העלפן אסאך מענטשען מיט דין תורת היינטיגע טעג. ווער ס׳הייערט אים זוכט געווענטליך א הי”ט מע”ן סטייל טוען- א רודף! זיי האבן א נארמאלע גוטער קעיס, וואס דארפן זיי אריינמישן אזא באוואוסטער חי׳ בצורת אדם?
מיט דעם וואס זיי האבן געהייערט א מענטש וואס מ’טאר נישט הייערן ע”פ הלכה האבן זיי פארלוירן נאך פאר די דין תורה האט זיך אנגעהויבן!
איך האב א פאר שאלות פאר דיר:
1) אין וועלכע סימן שטייט די הלכה אז מען טאר נישט נעמען ר' שמואל פריעד פאר א טוען?
2) דו שרייבסט אז ער נעמט אוועק קינדער פון עלטערן, קענסט אויסרעכענען לכל הפחות צוויי פרשיות פון די לעצטע 25 יאהר וואס ער האט אוועקגענומען קינדער פון עלטערן סתם אזוי?
3) דו שרייבסט אז עס איז דא 300 טוענים, קענסט שערן א ליסט פון לכל הפחות 50 טוענים?
אויב קענסטו נישט ענפערן אויף די דריי שאלות, זענען דיינע ווערטער לכאורה שטותים בעלמא... און דו שרייבסט פון כעס ווייל ער האט געוואונען, בצדק, א קעיס אנטקעגן דיר, דיינס א חבר, אדער דיינס א משפחה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 10:25 am
דורך מצפצף
מיכל לעבאוויטש
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:00 am
דורך Visionary
מצפצף האט געשריבן:מיכל לעבאוויטש
געשען 35 יאהר צוריק. ליין מיין שאלה. נישט אז איינס איז נישט א סאך, אבער מענטשן טוישן זיך, און דאס איז אן אלטע מעשה. נישט אז עס איז נישט פעינפול, אבער דאס איז א מעשה פון די עבר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
ווי לאנג זלמן גרויז איז אוועליבל פאר די אנדערע צד זעה איך נישט די פראבלעם צו נעמען שמואל פריעד בדיעבד איז חיים אלעזר עסטרייכער אויך גוט הגם איך זעה זיי האבן שוין עסטרייכער אין די בית דין סוי ווייס איך נישט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 4:33 pm
דורך מצפצף
Visionary האט געשריבן:מצפצף האט געשריבן:מיכל לעבאוויטש
געשען 35 יאהר צוריק. ליין מיין שאלה. נישט אז איינס איז נישט א סאך, אבער מענטשן טוישן זיך, און דאס איז אן אלטע מעשה. נישט אז עס איז נישט פעינפול, אבער דאס איז א מעשה פון די עבר.
עס איז דא עפעס א statue of limitation אין די ענין?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 6:49 pm
דורך Visionary
ח"ו עס איז נישט דא קיין לימיטעישאן, אבער צו שרייבן "ער נעמט אוועק קינדער פון עלטערן" וועגן א מעשה פון 35 יאהר צוריק, דאס איז זיכער נישט א זאך וואס קען ארויסברענגען זיינע חסרונות.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 7:07 pm
דורך [NAMELESS]
האט ער אמאל חרטה געהאט אויף דעם? האט ער אמאל איבערגעבעטן זיין געוועזענע שוואגער און נעפיוס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 7:46 pm
דורך yatzmachp
די פירערס פון הצלה קענען טרייען צו פארדרייען די שמועס צו שמואל פריעד, דעם יענעם נאר נישט טוהן וואס לכאורה יעדער רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז מען דארף מאכן וואלן עספעשיעלי אז די וואס זיצן דארט זענען אריינגעקומען מיט וואלן.
ליידער שטעלט זיך ארויס אז ביי היימישע אידן איז כמעט נישט דא אזא זאך אז מענטשן זאלן איבערגעגעבן ממשלה פון איינעם פארן צווייטן אויף א נארמאלער אופן. ווער עס קומט אריין אין פאוער מוז בלייבן לעולם ועד ביזן שטארבן און זיין זוהן מוז אים איבערנעמען וכו.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 8:37 pm
דורך קורקלענד
פאר די אלע וואס מיינען אז ס'קומט מעידזשאר אקאונטיביליטי. די שאנסן זענען זייער שׁמאָל, די קריגעריי דא איז א פארצייטישע מי בראש מחלוקה. און די נייע וועלן פונקט אזוי נישט זיין אקאונטעבל. סך הכל גייען די נייע האבן מער שכל (אדער פחד) און זיך אויפירן מער צוגעלאזן. עכ''פ אין אנפאנג. ס'איז טאקע א שינוי לטובה. אבער ס'האט גארנישט מיט אקאונטיביליטי.
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 1:17 am
דורך שמעקעדיג
Visionary האט געשריבן: דומ"ץ באבוב-48
עטליכע טעג שפעטער האט זיך האדמו"ר מבאבוב-48 שליט"א
וואס איז די דזשאוק פון שרייבן באבוב-48?
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 2:35 pm
דורך קול_ביער
שמעקעדיג האט געשריבן:Visionary האט געשריבן: דומ"ץ באבוב-48
עטליכע טעג שפעטער האט זיך האדמו"ר מבאבוב-48 שליט"א
וואס איז די דזשאוק פון שרייבן באבוב-48?
לכאורה פשוט א באווייז וואס זיינע עכטע מאטיוון זענען...
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:09 pm
דורך Visionary
א פיצי אפדעיט אויף דער מערכה.
קודם כל, די מעשה פון כ"ק מבאבוב און הרב ח"ד כץ איז שקר. דאס איז יא אמת אז הרב ח"ד כץ ארבייט אז עס זאל יא זיין וואלן ביי הצלה.
די צד שכנגד, די תובעים ארבייטן פעסט בשעת וואס פון די קאארדינעטארס זייט איז קיין שום זאכליכע תגובה נישט געקומען אפילו נאך די 30 טעג וואס מען האט זיין געגעבן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:57 am
דורך nespresso
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אין די מערכה, ווי קומען אריין די מעבערס צו וואוטען? לענ"ד דארף יעדע בארא פארקע איינוואוינער האבן א זכות אין אזעלכע וואוטס.
Re: הצלה בארא פארק
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:29 am
דורך Visionary
הער איך יעצט אז למעשה האט הצלה אוועקגעשטעלט, לפחות אימאפעציעל, א וועד פון דריי אידן וואס זאלן זיין די באורד פאר יעצט. איינער מיט פרטים זאל אריינקומען.
Re:
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:41 am
דורך yatzmachp
nespresso האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:57 am
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אין די מערכה, ווי קומען אריין די מעבערס צו וואוטען? לענ"ד דארף יעדע בארא פארקע איינוואוינער האבן א זכות אין אזעלכע וואוטס.
דו ביזט גערעכט, יעדער בארא פארקער קען וואוטן יעדעס יאר ווען מען מאכט די פארטי און דעסיידן נישט אדער יא צו געבן געלט. אבער ווי באלד דאס איז אן ארגענייזעישן מוז עס האבן לימיטס און געווענליך זענען די מענטשן וואס זענען מעמבערס און דירעקטלי אפיליאירט מיט די ארגענייזעישן די וואס וואוטען.
Re:
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:49 am
דורך מילך טראק
מתבודד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 23, 2023 1:23 am
יין שרף האט געשריבן:
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
ער לייגט עס גוט אראפ
איך האב עס נישט געזעהן, ביי מיר זענען זיי געווען זייער פראפעסיאנאל, (קען זיין וועגן אין מיין אפארטמענט איז נישטא וואס צו זעהן
![🤔](//cdn.jsdelivr.net/gh/twitter/twemoji@latest/assets/svg/1f914.svg)
) די טענה'ס אויף זיי איז אז זיי שטופן צו גיין אין די שפיטאל ווי זיי באקומען מער געלט, פארשטייט זיך ווען ס'מאכט נישט אויס קיין חילוק אין די פאציענט.