בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 11:43 am
דורך berlbalaguleh
סמבטיון האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר די באלערנדע היסטארישע ארטיקל, כליין עס מיט דארשט, און איך ווארט פאר די המשך מיט שפאנונג.
א קליינע הערה, אויב איך מעג בעטן, ביטע האלט אייך צוריק פון אריינשמירן וואס מען האט אייך געשטאפט אין סאטמערע חדר, א שטייגער די אוועק מאכן די ניסים גליום ביי די מלחמות וואס די יודן האבן געהאט קעגן די ארבער וכו' עס איז א הערליכע ארבעט וואס איר טוט אן אריינצושמעלצן די שיטה הק'.
א הארציגן דאנק פון א העכסט צופרידענע ליינער.
סמבטיון: איך פארשטיי פון וואו דו קומסט. נאר ער (לייביששרייבער) טוהט עס נישט. אדרבה. ער שרייבט אין זיין הקדמה אז ווער ס'האלט פון די שיטה הקדושה זאלל גלייך אוועקמישן. דער אשכול איז נישט פאר איהם. דאס מיינט נישט אז ווער ס'ליינט יא און שרייבט אין דעם אשכול האלט נישט פון די שיטה הק'. נאר ס'איז אפשר ליישב שניהם. ביז צו א געוויסן פונקט...!

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 11:53 am
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס געשעהט ביי מיר אויך. דער עלעקטראניק קיעבאורד איז זייער קלוג און נוצליך. א סאך מאל טרעפט ער צו זייער גוט. ער שפארט צייט און כח. אבער ער /זי איז דאך אן עלעקטראנישער גולם. צומאל מאכט ער גאר שטארק נערוועז ווען ער/זי רוקט מיר אריין ווערטער און אותיות וואס איך האב נישט געבעטן...!

איך האב א מנהג אז איך טוה עדיטן מיין תגובה נאכדעים וואס איך האב עס אוועקגעשיקט...!
א גרויסער ישר כח פאר די חיזוק, איך טוה געווענליך אויך אזוי. אבער אזוי ווי איך שרייב געווענליך פון בעט ארויס 2:00-3:00 פארטאגס קען עס ארויס קומען ממש שרעקליך אסאך מאל. זונטאג איז אויך א טאג וואס איך קען שםענדען מער צייט און קלארער שרייבן און ארויס ברענגען די מאמרים בס"ד.

און איך באטאן נאכאמאל, איך האב קיינמאל נישט געטוהן אין די מערכת הכתיבה איך האב זיך נישט דערקלערט אלץ א שרייבער. איך ווייס בכלל נישט וואס איך טוה דא צווישען אזאנא לייבן אין די מלאכה פון שרייבן.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 11:58 am
דורך לייביששרייבער
סמבטיון האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר די באלערנדע היסטארישע ארטיקל, כליין עס מיט דארשט, און איך ווארט פאר די המשך מיט שפאנונג.
א קליינע הערה, אויב איך מעג בעטן, ביטע האלט אייך צוריק פון אריינשמירן וואס מען האט אייך געשטאפט אין סאטמערע חדר, א שטייגער די אוועק מאכן די ניסים גליום ביי די מלחמות וואס די יודן האבן געהאט קעגן די ארבער וכו' עס איז א הערליכע ארבעט וואס איר טוט אן אריינצושמעלצן די שיטה הק'.
א הארציגן דאנק פון א העכסט צופרידענע ליינער.
חס מלהזכיר אין אוועק מאכן די ניסים גליום אדער לייקענען דערינען. איך האב עס מעורר געווען פאר איין איינציגער סיבה, איז דא עפעס מער צו די לעגענדע זאל איינער מיר צו צייגן ווי מען קען ליינען מער אינפארמאציע דערוועגן.

איך בין נישט דא צו נעמען א שטעלונג צו קיין איין זייט, צו לייקענען, אדער פארקערט.

זשובלי קאנפערענץ

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 12:32 pm
דורך לייביששרייבער
אין יאר 1901 - תרס"א ביי א גרוסער זיצונג אין פוילן ביי איינע פון די דזשובעלי קאנפערענסעץ איז הרצל געקומען פארלייגן דעם פלאן אז אידן מכל קצבי תבל זאלן הערן און אנ-נעמען די געדאנק פון מאכן אן עליה צו פאלעסטינא. און צו רעקרוטירן דעם פוילישן ראבינאט מיט די פוילישער אינדעטוםזאלן זיך איינשליסן אין די אינטערנעמונג.

(די דזשובלי קאנפערענס איז געווען געמאכט פאר די סיבה פון זיך צוזאם נעמען אלע עסקנים מיט רבנים פון די פוילן כדי צו קאנפירירן לטובת די היה הוה ויהיה פון די פוילישער אידענטוםץ וואס איז די איצטיגער מצב הכלל, וואס האט מען אויף געטוןהן די געוועזענע יארת וואס איז דער פלאן פארן קומענדיגער יארץ די אסיפה איז פארגיקומען איין מאל א יאר ווי רוב פולישע רביים און עסקנים פון אלע פוילישע שטעלעך, און שטעט זענען געוועזען ביי די קאנפערענץ)

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 1:54 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: חזק ואמץ. דו שרייבסט זייער גוט, (ב"ה). דו ביסט נאך אן עניו אויך. און דו ווייסט דערפון...לאל.

איך ווייס נישט וועגן אנדערע ליינערס און שרייבערס דא אויף קאווע שטיבל. נאר איך האב זייער שטארק הנאה פון דיין מלאכת הכתיבה. אט דאס איז עס מ'דארף נישט קיין טיטלען אן סערטיפיקעיטקס. מ'נעמט זיך שרייבן. 'שטטייצעך אויב מ'האט וואס צו שרייבן. און מ'ווייסט וואס און איבער וואס מ'שרייבט.

דאס געבורט פון מדינת ישראל - פערטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 3:12 pm
דורך לייביששרייבער
המשך:
נאך שווערע כמעט צוואנציג יאר האראוואניע, פון 1896- 1917 דורך פארשידענע מעטאדן האט דר. חיים ויצמאן בראש מצליח געווען צו משכנע זיין די ענגלישע רעגירונג ארויס צו געבן דעם דעקלעראצי פון בלפור. (בדרך אגב האט הרצל נישט דערלעבט צו זעהן די דעקלעראציע אפי' נישט זוכה גיעווען צו אנהייבן די ניגאשיעשאנס. הרצל איז געשטארבן אין יולי 1904 אין גאר א יונגען עלטער פון אינגאנצען 44 יאר. ליידענדיג אויף הארץ פראבלעימען.) א שיינע פאר יאר פאר די דעקלעראציע איז דערקלערט געווארן הגם די דעקלעראציע האט נישט געהאט קיין שום לעגאלער האפט אויף די אנטערנאציענאלער ארענע און אויך נישט אויף די לאקאלער ארענע, האט עס איבער יא כעהאט גאר א שטארקע פאליטישער איבערוויכט וואס האט פאלנגט צו ווערן גערעכנט פאר א גאר שטארקע סוקסעספולער דורך-ברוך פאר די ציוניסטעשע אידילאגיע, און ווי אויך א גאר שטארקע דערגרייכונג.

די דעקלעראציע האט געלויטעט אזוי:
די בריטישע רעגירונג איז שטארק אין סאפורט פאר אן עסטעבלישמענט פאר א נאציענאלער היים פאר דאס אידישער פאלק אין פאלעסטינא. די קעניגלעכער טראן זיין מעדזשעסטי'ס רעגירונג קוקט ארויס אויף א פארשטענדעגונג אויף א אידישע היים אין פאלעסטינא זאל פארווירקלעכט ווערן פאר דאס אידישער פאלק.
גרויס בריטיאן וועט טוהן אלעס אין זייער מעגליכקייט אז דאס זאל צושטאנד קומען. פארשטייט זיך אליינס אז די איצטיגע איינוואוינער פון פאלעסטינע וועלן נישט פארלירן קיין שום רעכטן וואס זיי האבן יעצט נישט אין די פאליטישע, און נישט אין די לענדליכע באזיץ וואס זענען אקופירט ביי די נישט אידישע איינוואוינער פון פאלעסטינא. און ווי אויך וועט די איצטיגער דעקלעראצי נישט אוועק נעמען סיי ועלעכע פאליטישע שטיצע, אדער פאזיציע וואס ווערן אנגעהאלטן סיי וואו אימער אין די ענגלישע אנגעהאלטענע רעגירונגען פון סיי וועלעכע אידישע איינגעשטעלטער סיי וואו אימער אין די וועלט.

די דעקלעראציע איז געפאלן אויף אסאך ווי א דינער אין מיטן העלן טאג. עס איז געווארן אויפגענומען פארשידנארטיג. עס איז געווען געוויסע וואס האבן דאס סאפארטעד, און דאן איז געוועזען די דאזיגע וואס זענען געווען זייער דערגעגען.
פארשטייט זיך אליינס אז אין די אידישע אין ציניסטישע געמיינדעס איז עס געווארן אויף גענומען ווי א גרויסער ישועה, ווי אויך איז דאס געווען א געוואלדיגער שטאפל פאראויס צו די ענדגילטיגע ציל אן אייכענע מדינה אין פאלעסטינא.

מאידך גיסה, די ארבעשיע באפעלקערונג וואס האבן דאן באזעצען די באדן אין פאלעסטינא האבן געזעהן די דעקלעראציע ווי א ביין אין האלז. מאנכע אראבישע פירער האבן בריש גליה זיך אנטזאגט פון אנערקענען אין די דעקלעראציע. און זיי האבן נישט געלאזט זיך אריין שלעפן אין א געפעכט, זיי האבן עס פשוט איגארירט כאילו לא היה, ווי געשריבן פריער האט די דעקלאראציע נישט געלייגט קיין שום לעגאלער געוויכט אויף קיינעם אין אויף גארנישט. עס איז געווען ליידיגע ווערטער אן קיין מצאותדיגער האפט. וואס עס האט אבער יא אויף געטוהן איז אז די קעים פון א אידישע מדינה איז געווארן אריין געשטעלט אין די טעקסט פון די ליג אף נעישאנס League of Nations די היינטיגער UN. ווי מיר וועלן ווייטער ציטירן.

די וואוקס פון אנטיסמיטיזם האט געטוהן דאס זייערדיגע, טויזענטער אידישע משפחות האבן געזוכט צו אנטלויפן פון די ברענעדיגע אייראפישע ערד, וואס האט שוין דאן פארמאגט אין זיך א היפש ביסעל אומשולדיגע אידיש בלוט. און אין די יארן פון ווען WZO האט זיך געגרינדעט אין 1896 ביז די דעקלעראציע אין 1917 האט די WZO געהאלפן די אלע טויזענטער אידישע משפחות צו אינפולטרירן די פאלעסטינא באדן אז ווען עס וועט זיין די ריכטיגע צייט זאל שוין דארט זיין איינקווארטירט א גרויסער צאל אידן מיט וואס צו אנהייבן ראגירן אויף דעם פלאץ אלץ אן אייגענער גורבענעטאריעלישער רעגירונג מטעם די ענגלישע בעלי בתים פון פאלעסטינא.

דר. טיעדאר הרצל בכבודו ובעצמו האט זיך אריבער געצויגען קיין פאלעסטינא אין יאר 1898 טאקע נישט להשתקע, נאר לגור שמה. ער האט נאך געהאט פאר זיך א געוואלד מיט ארבעט אין חוץ לארץ ער האט זיך נאך נישט געקענט עמטליך זיך אריבער ציען.

מנחם אוסישקין א נאטיווער ליטווישער וואס איז געבוירן געווארן אין בעלערוס שטודירט אין רוסלאנד און פארשלעפט געווארן מיט די השכלישער אווענטורע. השכלה ווינטען האבן ארויס געטראגען א גרויס חלק פון אידענטום צו סעקיולערישע לימודים (אן עקסטערע סאמעטוכע פאר זיך. לכשירחיב בעז"ה).
מנחם אוסישקין האט א שטיק צייט געוואוינט אין ליטועיניע און דארט האט ער זיך ערווארבן זיין שטארקער נייגונג צו די ציוניסטישע אידייע. ער איז דארט געווען איינע פון די שטערקסטע פראמאוטער אז אידן דארפן האבן אן אייגענער אגריקולטאר סעטעלמענט און אן אייגענער שמירה מיליטער לעת מצאות זיך צו קענען פארטיידיגען פון די אנפאלער, דער איד מיז נישט אייביג ארויס גיין צוביילט פון א יעדער לאוזיגער ווילדער אנטיסעמיט וואס איז מחליט נאך א דערביטערטער טאג אז דער איד איז דערינען שילדיג.

שפּעטער האט זיך דער מנחם אַריבער געצוין קיין אדעסא, (היינט אין אוקריינע) דארט האט ער עווענטשילי אויסגעלעבט זיינע יאָרן. ער איז געווארן א פראמינירטע מיטגליד אין די JNF (Jewish National Fund) און אויך א מיטגליד אין די חובבי ציון חברה האט ער אנגעהאלטן די בענקל פון די איובערשטע חלק פֿונעם שטייסעל.

פון דא און ווײַטער שרייב איך אויפן טלפון נייד. איך וועל אי׳׳ה צוריק זיין ביים קאמפּיוטער פאר מגיה זיין און פארלענגערן די באשרייבונג מיט די פונקטליכער דעטאלן פון די קומענדיגע שורות. ואתכם הסליחה מעיקרה.

במשך פון די יאָרן פון 1896 ביז די יאָרן פון די דעקלעראציע און אפי׳ ווייטער האבן זיך צוביסלאך אימגריריט די ישראלישע טאטעס וואס האבן פארארבעט אז די מדינה זאל צושטאנד קומען.

עס איז געווען א לענגליכע און ווייטאגליכע פראסעס אבער צוביסלאך האט זיך עס אנגעהויבן פארמירן.

אין יאר 1906 האט זיך דוד בין גריון אַריבער געצויגען קיין פאלעסטינא. אווענטועל איז ער געווארן די ערשטער פריים מיניסטער פון די נייַע געווארענע מדינה אין די מיטעל 1940׳גער יאָרן ווי מיר וועלן נאך אין שפרייזן במשך די ווייטערדיגע פארזעצונגען.

דר. חיים ווייצמאן אן אויסגערופענער שרייבער ווי פריער דערמאָנט. אבער אויך האט ער באזיצט די חכמה פון קעמעסטרי. א ריזן כעמיסט געווען. ער האט זיך אַריבער געצויגען קיין פאלעסטינא אין יאר 1904 ווי שוין באטאונט איז ער געווען די מערסטע אינפלוענשל צו א דורך פירן און באקומען די דעקלעראציע פון בלפור אין יאר 1917.

זאב דזשאבעטינסקי האט זיך אויך אין יאר 1906 אַימיגרירט קיין פאלעסטינא. זאב דזשאבעטינסקי איז באוואוסט צו זיין דער ערשטער פארמירער פון די IDF Israeli Defense Force. וואס דאן האט זיך עס נאך גערופן JDF Jewish Defense Force.

ארטער רופין Arthur Ruppin (נישט אויס מישן מיט רובין, עס איז נישט קיין טייפאו) האט אימעגרירט אין 1908 א שטארקער Socialist ער איז געווען געשטעלט אויף די אקאנאמישער דעוועלטפמענט אין ווי אויך לאנד עקוועזישאן Land Aquistion ספּעציעל אין אגריקולטור און די אוצפשטעלן די רורעל קאמיונעטיס די קיבוצים וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די איינזייען, אקערן, און שניידען די תבואה. בעפאר דאן איז שוין אדורך טויזענטער יאָרן זונט די לעבן לכאורה וואס קיין געהעריגע אגריקולטור איז נישט געווען אויפגעטרבעט אין די גענגענטער אפי׳ די ערד איז דוקא געווען א פרוכבארער איז פשוט נישט געווען ווער עס זאל זיך דערמיט אפגעבן ביז דאן.

אין יאר 1907 האט זיך ארויף געכאפט אויפן באַן פון די ציוניסטישע באוועגונג א גאר שטארקער נאמען, וואס איז געווען ווייט און גרייט באקאנט אין גאנץ אייראפע. הרב אברהם יצחק קוק. דער הרב קוק א תלמיד פון ר׳ חיים וולאזשענער ז׳׳ל
אבער דער הרב אברהם יצחק קוק אדער האב קוק ווי מיר אלע קענען איך האט געהאט א טאטאלער אנדערע וויזיע ווי אלע פריער דערמאָנטע WZO ישראלישע שישקעס.

הרב קוק איז אין 1907 געווען אויף א שליחות פון זיין רבין ר׳ חיים וולאזשענער זצ׳׳ל אין נעדערלענדס אין דארט איז פּונקט פארדעקומען די 6־7 קאנגרעשינאל מיטונג פון די WZO ווי ער איז אריין געפאלן אין זאל בטעות

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 3:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@לייביששרייבער

הרצל האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט'ן באלפור דעקלעראציע. הרצל איז געשטארבן אין יארע 1904!

ווער יא? הרב קוק זצ"ל שפעטעריגער ירושלים'ר רב, (וואס האט דאן געוויילט אין לאנדאן אלץ רב פון קהילת מחזיקי הדת, נאכן פארן קיין דייטשלאנד פאר רפואות און ווערענדיג אויפגעהלאטן אין שווייץ נישט קענענדיג צוריק פארן קיין ארץ ישראל צוליב די ערשטע וועלט מלחמה וואס האט אויסגעבראכן) מיט חיים ויצמאן ז"ל זיי ביידע זענען געווען וואס האבן משכנע געווען די ענגלישע רעגירונג אינטער צו שרייבן דעם באלפור דעקלעראציע. (אן ארטיקל פאר זיך)

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 4:06 pm
דורך לייביששרייבער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@לייביששרייבער

(בדרך אגב האט הרצל נישט דערלעבט צו זעהן די דעקלעראציע אפי' נישט זוכה גיעווען צו אנהייבן די ניגאשיעשאנס. הרצל איז געשטארבן אין יולי 1904 אין גאר א יונגען עלטער פון אינגאנצען 44 יאר. ליידענדיג אויף הארץ פראבלעימען.)

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:32 pm
דורך לייביששרייבער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@לייביששרייבער

הרצל האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט'ן באלפור דעקלעראציע. הרצל איז געשטארבן אין יארע 1904!

ווער יא? הרב קוק זצ"ל שפעטעריגער ירושלים'ר רב, (וואס האט דאן געוויילט אין לאנדאן אלץ רב פון קהילת מחזיקי הדת, נאכן פארן קיין דייטשלאנד פאר רפואות און ווערענדיג אויפגעהלאטן אין שווייץ נישט קענענדיג צוריק פארן קיין ארץ ישראל צוליב די ערשטע וועלט מלחמה וואס האט אויסגעבראכן) מיט חיים ויצמאן ז"ל זיי ביידע זענען געווען וואס האבן משכנע געווען די ענגלישע רעגירונג אינטער צו שרייבן דעם באלפור דעקלעראציע. (אן ארטיקל פאר זיך)

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
איך קען נישט שרייבן אזוי שנעל ווי מע׳׳כ קען די אינפארמאציע.
אין איך האב טאקע אפדעיטעד דעם פאַקט יש׳׳כ פאר די הערהַ

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
לייביששרייבער האט געשריבן:

דו שרייבסט פיין, גיי אן ווייטער

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:48 pm
דורך שערי יושר
גאר אינטערעסאנט. איך שעלט שוין די ציונים זייט איך בין געבארען, אין איך האב ניטאמאל געוויסט אביסל היסטאריע. לייביש אונז כאפן אריין ווי לאנג די האסט נאך מאטעוואציע צי שרייבן!

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:50 pm
דורך לייביששרייבער
שערי יושר האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט. איך שעלט שוין די ציונים זייט איך בין געבארען, אין איך האב ניטאמאל געוויסט אביסל היסטאריע. לייביש אונז כאפן אריין ווי לאנג די האסט נאך מאטעוואציע צי שרייבן!
פארוואס שעלטסטו זיי אריין ? וואס ווייסטו וועגן זיי אז די שעלטסט זיי אזוי?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
לייביששרייבער האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט. איך שעלט שוין די ציונים זייט איך בין געבארען, אין איך האב ניטאמאל געוויסט אביסל היסטאריע. לייביש אונז כאפן אריין ווי לאנג די האסט נאך מאטעוואציע צי שרייבן!
פארוואס שעלטסטו זיי אריין ? וואס ווייסטו וועגן זיי אז די שעלטסט זיי אזוי?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
קוקט אויס אז די וואס פרובירן וואשן נשמות, וואשן אויך די מוחות.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 6:08 pm
דורך לייביששרייבער
שערי יושר האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט. איך שעלט שוין די ציונים זייט איך בין געבארען, אין איך האב ניטאמאל געוויסט אביסל היסטאריע. לייביש אונז כאפן אריין ווי לאנג די האסט נאך מאטעוואציע צי שרייבן!
מיט אזאנא קאמענטס וועט עס אי׳׳ה אנהאלטן לענגער ווי געווענליך. חחחח

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 6:37 pm
דורך לייביששרייבער
שערי יושר האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט. איך שעלט שוין די ציונים זייט איך בין געבארען, אין איך האב ניטאמאל געוויסט אביסל היסטאריע. לייביש אונז כאפן אריין ווי לאנג די האסט נאך מאטעוואציע צי שרייבן!
דרך אגב עס איז א לאַנגער און דראמאטישער היסטאריע. ווי אויך זייער רייך. א יעדע ריר ביזן היינטיגן טאג איז מלא וגדיש מיט בלוט, שווייס, און אווענטורעס. קיין איין מדינה האט אין אזא קורצע צייט אזויפיל מיטגעמאַכט, און נאך אלץ דערגרייכט וואס די מדינה האט דערגרייכט אין קוים 80 יאר. איך רעד נישט אריין צו מותר, אסור, שלש שבועות. דאס זענען אנדערע דיסקוסיעס לגבי די מדינה. איך באטאן נאר די פאקטן ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשפילט עד הנה.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 9:57 pm
דורך אמאהלגעקעננט
@לײביששרײבער אױסעצײכנט ! ממש הנאה גהאט. נאר דער פרט אז הרב קוק איז געװען א תלמיד פון ר׳ חיים װאלאזשינער איז א טעות. ער איז געװען א תלמיד בימי הנציב.

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 10:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:@לײביששרײבער אױסעצײכנט ! ממש הנאה גהאט. נאר דער פרט אז הרב קוק איז געװען א תלמיד פון ר׳ חיים װאלאזשינער איז א טעות. ער איז געװען א תלמיד בימי הנציב.
ער איז געווען א תלמיד פונעם נצי"ב וועלכער איז געווען ראש ישיבה אין וואלאזשין

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 11:26 pm
דורך אמאהלגעקעננט
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:@לײביששרײבער אױסעצײכנט ! ממש הנאה גהאט. נאר דער פרט אז הרב קוק איז געװען א תלמיד פון ר׳ חיים װאלאזשינער איז א טעות. ער איז געװען א תלמיד בימי הנציב.
ער איז געווען א תלמיד פונעם נצי"ב וועלכער איז געווען ראש ישיבה אין וואלאזשין

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ממש א תלמיד זיינער זעט נישט אויס פון די ספרים זײנע װאס זענען איגאנצן אנדערש אבער משומעי לקחו זיכער.

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 11:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:@לײביששרײבער אױסעצײכנט ! ממש הנאה גהאט. נאר דער פרט אז הרב קוק איז געװען א תלמיד פון ר׳ חיים װאלאזשינער איז א טעות. ער איז געװען א תלמיד בימי הנציב.
ער איז געווען א תלמיד פונעם נצי"ב וועלכער איז געווען ראש ישיבה אין וואלאזשין

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ממש א תלמיד זיינער זעט נישט אויס פון די ספרים זײנע װאס זענען איגאנצן אנדערש אבער משומעי לקחו זיכער.
משומעי לוקחו איז ער געווען א תלמיד פון ר' צדוק אויך, און אזוי האט ער אפילו זיך געהאלטן פאר.
אבער פונעם נצי"ב איז ער טאקע געווען א תלמיד און נישט סתם א תלמיד ווי איינער וואס איז דורך דעם סיסטעם אין וואלאזשין, נאר הרב קוק איז געווען א תלמיד חביב פונעם נצי"ב. קענסט נאכקוקן אין די היסטאריע פון הרב קוק אין "רב ומנהיג" פון יעקב אבן חן און "מלאכים כבני אדם" פון שמחה רז. דער נצי"ב האט זיך אויסגעדריקט אז נאר אויף צו האבן אזא תלמיד ווי הרב קוק האט זיך שוין געלוינט צו גרינדן די ישיבה אין וואלאזשין.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 12:35 am
דורך שמעון וואלף
לייביששרייבער האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און אז דו רעכענסט שוין אויס די ערשטע מעמבערס פון די ציוניסטישע קאנגרעס, האסטו אבער פארגעסן אריין צו שטעלן אין די ליסטע איינע פון מיינע באליבטע ציונים די ערשטע נשיא פון מדינת ישראל חיים ויצמן ז"ל

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ריכטיג דר. חיים ווייצמאן האט אויך געשפילט א סיגניפיקענט ראלע אין שטעלן דעם קאנגרעס.

עס זענען דא נאך אסאך.

חיים ווייצמאן האט זיך אנגעהויבן לאזן הערן אין פובליק אסאך שפעטער. אפי' ער האט געשפילט א גרויסער ראלע גלייך אין אנהייב פונעם קאנגרעס ממש אין די ערשטע יארן ווערט ער אבער נישט פארעכענט צווישען די גרויסע שישקעס פון די פאונדערס. איך ווייס טאקע נישט פארוואס.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
חיים ווייצמאן איז געבוירן אום 1874 למספ', דאס מיינט אז ער איז געווען אינגאנצן 22 ביים ערשטע קאנגרעס.

לייביש, דיין געשרייבאכץ איז צום באלעקן זיך. גיי ווייטער אן

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 12:47 am
דורך קהל'ס נער
לייביש ביסט אריין דא ווי א רוח שאינה מצויה, ברענגסט אריין א חיות דא אין שטיבל, קיפ איט גאוינג, האסט פיינע סחורה מיט א געשמאקע פעדער

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 12:49 am
דורך לייביששרייבער
שמעון וואלף האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און אז דו רעכענסט שוין אויס די ערשטע מעמבערס פון די ציוניסטישע קאנגרעס, האסטו אבער פארגעסן אריין צו שטעלן אין די ליסטע איינע פון מיינע באליבטע ציונים די ערשטע נשיא פון מדינת ישראל חיים ויצמן ז"ל

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ריכטיג דר. חיים ווייצמאן האט אויך געשפילט א סיגניפיקענט ראלע אין שטעלן דעם קאנגרעס.

עס זענען דא נאך אסאך.

חיים ווייצמאן האט זיך אנגעהויבן לאזן הערן אין פובליק אסאך שפעטער. אפי' ער האט געשפילט א גרויסער ראלע גלייך אין אנהייב פונעם קאנגרעס ממש אין די ערשטע יארן ווערט ער אבער נישט פארעכענט צווישען די גרויסע שישקעס פון די פאונדערס. איך ווייס טאקע נישט פארוואס.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
חיים ווייצמאן איז געבוירן אום 1874 למספ', דאס מיינט אז ער איז געווען אינגאנצן 22 ביים ערשטע קאנגרעס.

לייביש, דיין געשרייבאכץ איז צום באלעקן זיך. גיי ווייטער אן
טאקע אן אינטערסאנטע נקידה. ביי די צווי און צוואנציג איז ער שוין געווען אזוי אינפלוענשל.
ער איז געבוירן אין שטאָט מאטעל רוסלאַנד (היינט בעלערוס) טאקע אין 1874 נאוועמבער אזוי ווי די בוסט דא מעורר. עס איז טאקע זייער מערקווירדיג און כדי שטארק ארויס צו ברענגען. עס ווארפט א שטיקעל ליכט וואספארא כּוחות עס זענען גליגען אין דעם דר. חיים ויצמאן שוין פון די צוויי און צוואנציג.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 12:56 am
דורך לייביששרייבער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:@לײביששרײבער אױסעצײכנט ! ממש הנאה גהאט. נאר דער פרט אז הרב קוק איז געװען א תלמיד פון ר׳ חיים װאלאזשינער איז א טעות. ער איז געװען א תלמיד בימי הנציב.
ער איז געווען א תלמיד פונעם נצי"ב וועלכער איז געווען ראש ישיבה אין וואלאזשין

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ממש א תלמיד זיינער זעט נישט אויס פון די ספרים זײנע װאס זענען איגאנצן אנדערש אבער משומעי לקחו זיכער.
משומעי לוקחו איז ער געווען א תלמיד פון ר' צדוק אויך, און אזוי האט ער אפילו זיך געהאלטן פאר.
אבער פונעם נצי"ב איז ער טאקע געווען א תלמיד און נישט סתם א תלמיד ווי איינער וואס איז דורך דעם סיסטעם אין וואלאזשין, נאר הרב קוק איז געווען א תלמיד חביב פונעם נצי"ב. קענסט נאכקוקן אין די היסטאריע פון הרב קוק אין "רב ומנהיג" פון יעקב אבן חן און "מלאכים כבני אדם" פון שמחה רז. דער נצי"ב האט זיך אויסגעדריקט אז נאר אויף צו האבן אזא תלמיד ווי הרב קוק האט זיך שוין געלוינט צו גרינדן די ישיבה אין וואלאזשין.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
איך האב גענומען די אינפארמאציע פון די הקדמה פון ספר אישים ושיטות פון הרב יוסף שלמה זוין ז"ל ווי פאר ער באשרייבט זיין מהלך הלימוד שרייבט ער דארט אז ער איז א תלמוד פון ר׳ חיים וואלאזשענער און אויך געלערנט אין די צייטן פון נצי׳׳ב.
איך וועל עס מארגן נאכאמאל נאך קוקן און פונקטליכער ציטירן.
א דאנק פאר די הערה. עס איז באקאנט אז הרב קוק איז שוין געגאנגען אין ישיבה מיט די 17־18 יעריגע לומדישע חריפים ווען ער איז אינגאנצען אלט געווען 9 יאר. זיין מהלך הלימוד איז נישט געווען אזוי לומדישע געדרייט גראדע גאנץ פשוטער. ווייל ער האט זיך געלערנט דעם מהלך הלימוד ביי איינע פון זיינע רביים פאר וואלאזשען. איך וועל נאך קוקן דאס אויכעט מארגן אינדערפֿרי ווער דאס איז געווען.

פאראכטן די אינפארמאציע אין א צווייטער תגובה
Sent from my SM-S908U using Tapatalk