Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג
נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:19 pm
אלפא האט געשריבן: ↑ געהערט סיי פון א שלום בית עסקן און סיי פון א פראמינענטע טעראפיסט (- און עס איז קאמאן סענס אויך..) אז די פראבלעם ליגט אין די gap וואס שאפט זיך צווישן ד צוויי ג'ענדערס און די לעוועל פון חינוך וואס זיי באקומען.
בעת די מיידלעך באקומען א מער-ווייניגער געלונגענע חינוך וי זיי ווערן קלוג און רייף (מניות איז א נושא פאר זיך..), באקומען בחורים אן אויסגעדראשענע באנק צו קוועטשן און קוועטשן ביז זיי ווערן טאקע אינגאנצן צוקוועטשט.
נישט קיין חכמה, נישט קיין לייף סקילס אדער עקספיריענס, נישט קיין סאציאלע סקילס, נישט קיין דזשאב, און ניטאמאל הלכות שבת קען ער אזוי גוט ווי זי.. - קומען אן נאך די חתונה ווי א יון אין חרן, זיי הייבן נישט אן צו וויסן וויאזוי צו האנדלען דאס לעבן/ווייב/פרנסה... און צו דעם אלעם דארף נאך די ווייב 'ארויפקוקן' אויף אים, אים שעצן, אים צושטעלן אלעס, ח"ו נישט מוסר זאגן.
עד שיפוח היום וואס זיי האבן געזאגט - גענוג איז גענוג - עס איז אזא סובקאנשעס החלטה אריינגעקומען צו די מיידלעך דורך זייער חתונה געהאטע -פארשקלאפטע- חבר'טעס.
נ.ב. די ראטע פון גיטין איז אויך העכער במקצת לכבוד דעם...
אבי גערעדט, איך ווער נאך נישט נתפעל פון די גרויסע הארעוואניע וואס די מיידלעך לייגן אריין ביי די פיינעלס, און אויך נישט פון די גרויסע גאונות פון אפאר פעידג’עס נאוטס מיט פסקי הלכות.
עני עוורידש בחור וואס לערנט גמרא תוספות אפי’ נאר אפאר שעה אין טאג, אדער סיי וועלכע מקצוע אין שו”ע פון אינעווייניג קען מער לערנען פון א 100% מיידל.
יא, אביסל ידיעות, היסטאריע, און די נעמען פון אלע קינדער פונעם טשערנאבלער מגיד קענען זיי בעסער פון בחורים, ווייל בחורים פאוקעסן נישט אויף טרוקענע הלכות וכדו’.