בלאט 2 פון 2
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 2:46 pm
דורך אלפא
Eleanor Roosevelt
האט געזאגט "גרויסע מוחות דיסקוסירן געדאנקען, נארמאלע מוחות דיסקוסירן געשעענישן, קליינע מוחות דיסקוסירן מענטשן".
וואס איז מיט איינער וואס זאגט א
געדאנק איבער א
געשעעניש פון
מענטשן?
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 6:12 pm
דורך וואלווי
אלפא האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 2:46 pm
Eleanor Roosevelt
האט געזאגט "גרויסע מוחות דיסקוסירן געדאנקען, נארמאלע מוחות דיסקוסירן געשעענישן, קליינע מוחות דיסקוסירן מענטשן".
וואס איז מיט איינער וואס זאגט א
געדאנק איבער א
געשעעניש פון
מענטשן?
וואס ס'פעלט דא (לענ"ד) איז די ווארט נאר/אויך. קליינע מוחות דיסקוסירן נאר מענטשן, נארמאלע מוחות נישט נאר מענטשען גופא נאר אויך די געשעניש ארום מענטשן. גרויסע מוחות, נישט נאר מענטשן מיט זייער גישעהניש, נאר אויך די געדאנקן אינטערדעם.
(זו ואין צריך לומר זו אדער לא זו אף זו...)
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:29 am
דורך אלפא
קליקן די הייפערלינק אין די ארטיקל וואס איך ליין און פארפארן ווייטער און ווייטער, אדער ענדערש ענדיגן דעם תגובה/אשכול און מעגליך פארגעסן און פארפאסן דעם לינק?
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:51 am
דורך תשפג
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:29 am
קליקן די הייפערלינק אין די ארטיקל וואס איך ליין און פארפארן ווייטער און ווייטער, אדער ענדערש ענדיגן דעם תגובה/אשכול און מעגליך פארגעסן און פארפאסן דעם לינק?
רייט-קליק אויף די לינק, און עפן אין א נייע טעב, ווען די ענדיגסט ליינען די ארטיקל קענסטו גיין צו די נייע טעב׳ס.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 1:21 am
דורך כספי
כ'האב אמאל געזען אין אייוועלט א פיקטשער וואס דעמאנטסטרעיט, אז איינער וואס לייקט זיך אליין (ווי למשל, מיט אנדערע אקאונטס וכדו'), איז ווי איינער שטעקט אריין די פארטעבל רעדטשארדזשער און זיין אייגענע לאך, זיך צו טשארדזשן
למעשה טראכט איך, אז ס'קען זיין אז ס'איז נישט ממש אזוי, אין א אויבערפלעכליכע וועלט (און אפי' נישט אויבערפלעכליך), ווי מ'קוקט אן מיט מער חשיבות א זאך מיט לייקס, קען זיין אז א לייק איז א חלק פון שטופן די אגענדע פון דיין מעסעדזש.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 2:12 am
דורך berlbalaguleh
כספי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 21, 2024 1:21 am
כ'האב אמאל געזען אין אייוועלט א פיקטשער וואס דעמאנטסטרעיט, אז איינער וואס לייקט זיך אליין (ווי למשל, מיט אנדערע אקאונטס וכדו'), איז ווי איינער שטעקט אריין די פארטעבל רעדטשארדזשער און זיין אייגענע לאך, זיך צו טשארדזשן
למעשה טראכט איך, אז ס'קען זיין אז ס'איז נישט ממש אזוי, אין א אויבערפלעכליכע וועלט (און אפי' נישט אויבערפלעכליך), ווי מ'קוקט אן מיט מער חשיבות א זאך מיט לייקס, קען זיין אז א לייק איז א חלק פון שטופן די אגענדע פון דיין מעסעדזש.
איך האב שוין לאנג געטענה'ט אז מ'זאל קענען לייקן די אייגענע תגובה. נאך א צייט אפשניט פון לאמיר זאגן 3 חדשים און ווייטער.
למשל ווען איך בלעטער א סאך מאל איבער דעם האריזאנט פון קאווע שטיבל און איך באגעגן א תגובה וואס געפעלט מיר און איך וויל עס לייקן. נאר איך באמערק אז דאס האב איך אליין געשריבן. איך האב טאקע (שוין) פארגעסן אז דאס האב איך געשריבן. נאר איך קען עס נישט לייקן.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 10:52 pm
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 2:12 am
כספי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 21, 2024 1:21 am
כ'האב אמאל געזען אין אייוועלט א פיקטשער וואס דעמאנטסטרעיט, אז איינער וואס לייקט זיך אליין (ווי למשל, מיט אנדערע אקאונטס וכדו'), איז ווי איינער שטעקט אריין די פארטעבל רעדטשארדזשער און זיין אייגענע לאך, זיך צו טשארדזשן
למעשה טראכט איך, אז ס'קען זיין אז ס'איז נישט ממש אזוי, אין א אויבערפלעכליכע וועלט (און אפי' נישט אויבערפלעכליך), ווי מ'קוקט אן מיט מער חשיבות א זאך מיט לייקס, קען זיין אז א לייק איז א חלק פון שטופן די אגענדע פון דיין מעסעדזש.
איך האב שוין לאנג געטענה'ט אז מ'זאל קענען לייקן די אייגענע תגובה. נאך א צייט אפשניט פון לאמיר זאגן 3 חדשים און ווייטער.
למשל ווען איך בלעטער א סאך מאל איבער דעם האריזאנט פון קאווע שטיבל און איך באגעגן א תגובה וואס געפעלט מיר און איך וויל עס לייקן. נאר איך באמערק אז דאס האב איך אליין געשריבן. איך האב טאקע (שוין) פארגעסן אז דאס האב איך געשריבן. נאר איך קען עס נישט לייקן.
ממש כדברים האלו, האב איך אמאל געשריבן אין אייוועלט, אז ס'גייט אדורך א צייט און כ'ליין איבער פון מיינע ווערטער און כ'וויל עס לייקן, וואס טוט מען. דארט האט מען מיר גענטפערט אז די מנהג איז צו האבן צוויי ניקס, והכל על מקומו יבא בשלום...
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 1:35 am
דורך בקע לגלגולת
מתתיהו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:18 pm
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?
דו ווייסט וויפיל דאטא סאיז דא פון דיר אויפן געוועב? אנגעהויבן פון אימייל,טשעט, מעדיקל רעקארדס, סוירטש היסטערי און רחמנה יצילנו וואס אלס נאך. דו טראכסט אמאל פאר דו גוגלסט אדער קוקסט עפעס אז אפשר וועט אמאל זיין א דאטא ליעק/העקעריי און וועסט ליגן נאקעט פארנט פון גאנץ קהל?