בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'מיין אז אין מיינע יארן, איז ביי אלע היימישע חדרים געווען דער זעלבע מצב, אבער ס'אלץ געווען אויסגערופענע קאניבאלען
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:08 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:הורתו ולידתו בשיכון הקודש.
אזלכע רשעים האבען זיי גענוצט פאר מלמדים? פאסט נישט פאר סקווירא
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 4:21 pm
דורך מנשה לוסטיג
סך הכל פון איבער א מנין מלמדים, האב איך פון צוויי דריי געליטן, די איבריגע האבן מיר נישט געמאכט קיין שלעכטע מזכרת. און פארקערט, צוויי מלמדים וואס האבן מיר נאך געהאלפן גראדע, אבער אין מערבין שמחה בשמחה, כ'שרייב קודם די קללות נאכדעם די ברכות...
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט? וועגן ס'איז פרשת משפטים?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:55 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט? וועגן ס'איז פרשת משפטים?
צייט צו זינגען "איך האב געכאפט ביי ואני נאכאמאל געכאפט ביי משפטים וכו'
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 4:25 pm
דורך שמואל הלוי
קרעדיט איי וועלט
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:05 pm
דורך שמואל הלוי
נאך פון איי וועלט
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:22 pm
דורך [NAMELESS]
ביי זיי לערענט מען אויך משפטים??.....
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:20 pm
דורך שמואל הלוי
ווען די רבנים ווייסן ווען אז ביי זיי שמייסט מען אויך, וואלט ארויסגעקומען א איסור חמור פאר מלמדים צו שלאגן קינדער צוליב חוקות הגוי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:33 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:ביי זיי לערענט מען אויך משפטים??.....
נאך באותו ענין
http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... gi?p=17473
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 10:03 pm
דורך איך אויך
זעהט עפעס אויס ווי א אידיש אינגל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:08 pm
דורך טרופ תלמיד
אוי די זכרונות קומען ארויף!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
טרופ תלמיד האט געשריבן:אוי די זכרונות קומען ארויף!!!
נא, פאנג אן מיטצוטיילען מיטן עולם!
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:00 pm
דורך טרופ תלמיד
ראשעקאל האט געשריבן:טרופ תלמיד האט געשריבן:אוי די זכרונות קומען ארויף!!!
נא, פאנג אן מיטצוטיילען מיטן עולם!
מען מעג דא שרייבן נעמען פין מלמדים?
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:03 pm
דורך לעמיל
טרופ תלמיד האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:טרופ תלמיד האט געשריבן:אוי די זכרונות קומען ארויף!!!
נא, פאנג אן מיטצוטיילען מיטן עולם!
מען מעג דא שרייבן נעמען פין מלמדים?
קענסט שרייבען די מעשה אן נעמען
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:16 pm
דורך טרופ תלמיד
סתם שרייבן מעשיות אן א נאמען? איך זעה נישט די תועלת דערפון....
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:19 pm
דורך לעמיל
קוק ווי שיין מנשה שרייבט זיינע איבערלעבנישען אן נעמען
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:23 pm
דורך שמעקעדיג
קענסט אפשר שרייבן מיט ר"ת... והמבין יבין.
זעה אויך דעם אשכול דא:
viewtopic.php?p=27554#p27554
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:27 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג איך כאפ טשילס יעדע מאל איך ליין דיין פאום
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
לעמיל האט געשריבן:קוק ווי שיין מנשה שרייבט זיינע איבערלעבנישען אן נעמען
איך האלט קלאר, אז איינע פון די יידישע כח פון משמח זיין, איז אז מ'קען באווייזן צו אהערשטעלן סיי הומאר און סיי דראמא, אן דעם וואס מ'זאל עובר זיין אויף עבירות שבתורה ודרבנן.
מ'קען לאכן אויף ווערטלעך וואס זענען דווקא נישט שמוציג נישט אויף יענעמס חשבון דווקא אייגנארטיג שפיציג און קלוג.
מ'קען מעורר זיין אן קריטיק אן באוואשן אן וויי טון, דווקא נאר מיט די ריכטיגע קלוגע וועג פון דברי חכם בנחת ישמעון.
נעמען חלילה! איך אליין גיי אריבער יענעם מחנך, ממש מער ווי צוויי מאל א טאג געווענליך. און אלץ קומט מיר ארויף די קלאנג די סאדע געב אהער די שטרוי קענסטו האלטן, אבער כ'שפיר נישט קיין רגע אז כ'וויל עהם אנפראסקענען. ניין, ער האט געטון א ווילדע זאך, און שוין, כ'בין נישט אויסן צו צוריקדרייען זכרונות, כ'קען עס פשוט נישט פארגעסן. כ'בין אבער נישט אויסן פאר נקמה
מ'קען אבער זיך לערנען אכטונג צוגעבן במזיד ובשוגג, כי לכל העם בשגגה
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:03 pm
דורך טרופ תלמיד
שמעקעדיג נאכן ליינען דיינע [גרעפיק] זכרונות האב איך שוין גארנישט מוסיף צו זיין..
נאר איין זאך די אלע מעשיות איז מיר זייער קענטליך , האסטו אפשר אויך געלערנט ביי ח.ה.ג ?
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:24 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב נישט געהאט א מלמד מיט די ראשי תיבות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:21 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אוי די אלטע זכרונות לאז'ן מיר נישט שלאפען.