בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:04 pm
דורך נס קאווע
מסתם יא כ' האב איהם נישט אויסגעפרעגט פונקטליך ווי איך פארשטיי איז עס נישט ווערט די $150 (פלאס $50 א לולב) וואס מ' צאהלט דערפאר און מ' קען עס קויפן פאר $35 א סעט ערב יו"ט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:10 pm
דורך צוקער
פאראיאר האב איך דורכגעוואקט ליע עוועניא אפאר טאג פאר יום טוב האב איך געזעהן א יונגער ליבאוויטשואי פארקויפן הערליכע גרינע יאנאווע פירות פאר $60 איינס, וואב דו וואלסט געצאלט $350 ביי עפעס א ברענד נעים. כ'האב שיעור נישט אפגעקויפט דעם גאנצן טישל...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:12 pm
דורך זר זהב
מ'קען קויפן בשותפת מיט א חבר?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:48 pm
דורך צוקער
פארוואס נישט?
אלץ בחור האסטו נישט יוצא געווען מיט דיין טאטעס סעט? ביזט די זעלבע חיוב היינט ווי דעמאלטס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:49 pm
דורך זר זהב
גערעכט! כ'קלער פון נישט קויפן, נאו דזשאוק!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:50 pm
דורך זר זהב
אבער אלץ בחור האב איך דאך נישט געשאקעלט ביי הלל אזוי ווי אלע טאטעס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:51 pm
דורך צוקער
מאך דיך א גרופע פון איטליכע חברים און קויפטס בשותפות טרעפטס ענק אין בעסמעדרעש און שאקעלטס צונאזאם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:52 pm
דורך צוקער
רעדט דיך נישט איין אז דיין זיידע און עלטער זיידע אין הוידעלנאנאש אדער אין מארמאראש האבן געהאט עקסטערע ד' מינים פארן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:53 pm
דורך זר זהב
מעמיר זיין דאס געלעכטער פון שול. איך דאווען דאך שפעט, עלעך נישט האבן א פראבלעם צו בארגן פאר א גאנצן דאווענען. וואס וועלעך אבער טון ט"ו בשבט????????????? פון וואו עלעך נעמען אתרוג קאמפאט?

אויך בארגן?

וויזוי וועלעך עס באצאלן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:58 pm
דורך צוקער
געלעכטער וועסטו זיין צו די ביג-מאוטס אבער נישט פאר דיין באנק קאנטע...

אדרבה, נאך א מדריגה אין דיבוק חברים אז ט"ו וועט מען ביזי זיין מיט די חברים וויאזוי צו ערענדזשען די 'אתרוג-פארטי'... היי יאר קאך איך עס, נעקסט יאר (אין ירושלים האפענטליך) קאכט עס ער, אא"ו

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:03 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:מעמיר זיין דאס געלעכטער פון שול.


אפשר דעם ערשטן יאר. דעם קומענדיגן יאר וועסטו זעהן נאך א מנין אידן טוען דאס זעלבע... און א יאר דערויף, מוסיף והולך... מען דארף נאר דעם נחשון!


צוקער האט געשריבן:געלעכטער וועסטו זיין צו די ביג-מאוטס אבער נישט פאר דיין באנק קאנטע...


באקאנטע אדער באנק-קאנטע ???? :D :)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:21 pm
דורך זר זהב
נו? האסט שוין א סיטרון פרוכט? און וויפיל באצאלט?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:40 am
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:נו? האסט שוין א סיטרון פרוכט? און וויפיל באצאלט?

מיין חבר האט געטראפען ערגעץ אויפן אינטערנעט א סעט . סאיז אנגעקומען די.לולב האלב ציקנייטשט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 2:29 am
דורך זר זהב
וואט די העק.... :lol:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:38 pm
דורך קלאר
דער זעלבער אתרוג קאסט אין וויליאמסבורג אסאך מער ווי אין ב''פ
וואס איז פשט?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 4:36 pm
דורך לעיקוואד
קלאר האט געשריבן:דער זעלבער אתרוג קאסט אין וויליאמסבורג אסאך מער ווי אין ב''פ
וואס איז פשט?

Supply and demand

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 8:46 pm
דורך חד גדיא
איך בין מקפיד צו קויפן נאר אין א געשעפט וואס האט די פרייזן ארויפגעשריבן אויף די באקסעס פון פריער. האב איך ב״ה געקויפט א יאנעווע אתרוג אן הדר (אהן א פיטום) פאר הונדערט טאלער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:13 am
דורך berlbalaguleh
צוקער האט געשריבן:מאך דיך א גרופע פון איטליכע חברים און קויפטס בשותפות טרעפטס ענק אין בעסמעדרעש און שאקעלטס צונאזאם.

אייזקריעם און לאליפאפס קויפט מען אויך בשותפות מיט חברים?

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:16 am
דורך זר זהב
אייזקריעם קאסט 200-100 דאללאר?

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:38 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אייזקריעם קאסט 200-100 דאללאר?

דו ביסט גערעכט. און סד'גייט נישט פאר אזויפיל גניבה און שקר ווי ביי די ד' מינים, ליידער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 11:35 am
דורך שמעקעדיג
אן עקסטערע אפקומעניש ביי די ארבע מינים ביי מיר איז, אז ווען איך האלט די מינים אין האנט, בפרט נאך מיטן מחזור אזוי ווי היינט, הושענא רבה, פאלט מיר דער טלית אראפ פון די אקסלען יעדע פאר מינוט. מען קען פלאצן אבער גארנישט טון!

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 11:44 am
דורך זר זהב
מסתם האסטע נישט די מלכות טלית

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 3:15 pm
דורך חד גדיא
שמעקעדיג האט געשריבן:אן עקסטערע אפקומעניש ביי די ארבע מינים ביי מיר איז, אז ווען איך האלט די מינים אין האנט, בפרט נאך מיטן מחזור אזוי ווי היינט, הושענא רבה, פאלט מיר דער טלית אראפ פון די אקסלען יעדע פאר מינוט. מען קען פלאצן אבער גארנישט טון!

פארוואס קויפסטו נישט די הושענא'לע מיט א קליפ? מ'קליפט עס ארויף אויף די קיישעלע און ס'א מחיה!!