בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:05 am
דורך איינער
פאר ראמני. איטס דעי עקענאמיע סטופיד. כאטש איך האלט אנדערש ווי אים מיט אסאך אישוס, ווי אבארשענס און חתונות (די גאווארמענט האט נישט וואס אריין צו רעדן, זאל יעדער טון ווי זיין רעליגע פארלאנגט). האלט איך אז אבאמא איז שולדיג אז די עקענאמיע איז אזוי אין דער ערד, ער האט געלייגט זיין אידאלאגיע פאר די עקענאמיע און ער האט נישט געארבייט אזוי שווער ווען עס איז געקומען צו די עקענאמיע. קודם זאל זיין השפעות נאכדעם וועט מען רעדן פון די אנדערע אישות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:30 am
דורך שמעקעדיג
בלעימען אבאמא פאר די עקאנאמיע איז נישט מער ווי האבן א שעיר לעזאזל. פונקט גוט זיך אויסצוגיסן די פארביטערטע הערצער.
ער קען גארנישט טון, אפילו ער זאל פרובירן שווערער. ראמני קען אויך גארנישט טון.
ער קען יא טון מער אפשר, אבער ס'וועy זיין בלויז א טיפה מן הים קעגן וואס דארף ווערן געטון.
פארפאלן, די עקאנאמי (סטופיד) איז א גלגל החוזר, קוק אביסל היסטאריע. גארנישט איינגעשטויסן מיט וועלכע פארטיי זיצט ביים רעדל.
די קראך האט זיך אייגענטליך אנגעהויבן ביי בוש.
מען בלעימט דעם פרעזידענט פאר יעדן פלאפ, פון עקאנאמיע ביז געקראכטע העליקאפטערס אין אפגאניסטאן און האריקעינ'ס...

שוין, לאמיר נישט אריינפארן אין די עקאנאמיע נושא, נאר זיך האלטן צו די דעבאטע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:09 am
דורך איינער
זיכער קען מען, און מען דארף בלעימען דעם פרעזידענט פאר די עקאנאמיע. דער פרעזידענט האט א מעכטיגע השפעה אויף די עקאנאמיע (מער דעטאלען פאר שפעטער) און אפילו לויט גיין דיין גלגל החוזר טעאריע וואלט שוין די עקאנאמיע געדארפט זיין זייער שטארק היינט, אלא מאי?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:54 am
דורך צוויבל מיט איי
ס'נישט צו פארשטיין וויאזוי א היימישע ייד קען שטימען פאר ראמני וואס וויל שניידן שטיקער פון מעדיקעיד און פודסטעמפס בשעת מיר זענען אזוי געוואנדן אויף די שטאטישע פראגראמען. שטעלט אייך פאר אז מ' שניידט פוד סטעמפס אויף העלפט (לויט פאול רייען'ס בודזעט פלאן), וויפיל אידישע קינדער וועלן האבן וויניגער עסן אין שטוב צוליב אייער אכזריותדיגע שטימע? וויפיל צער און עגמת נפש ביי יידן זענט איר גרייט צו נעמען אויף אייער אחרוית?

בייס נישט אריין אין די האנט וואס פיטערט דיך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:05 am
דורך אברעמעל
אויב די עקאנאמי בויט זיך צוריק ארויף דארפן ווייניגער אידן אנקומען צו די פוד סטעמפס כמובן לכל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:23 am
דורך שמואל הלוי
צוויבל מיט איי האט געשריבן:ס'נישט צו פארשטיין וויאזוי א היימישע ייד קען שטימען פאר ראמני וואס וויל שניידן שטיקער פון מעדיקעיד און פודסטעמפס בשעת מיר זענען אזוי געוואנדן אויף די שטאטישע פראגראמען.

מיר זענען געוואנדן אויפן אויבערשטן דער פותח יד ומשביע, און אין זיין האנט ליגט אונזער פרנסה נישט קיין חילוק וויפיל פוד סטעמפס מ'טיילט, דער באשעפער האט זיך שוין זיינע וועגן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:55 am
דורך No_name
אונז זעמיר אויך אין באשעפערס הענט בנוגע אלע אנדערע אישו׳ס, דער אויבערשטער מאכט אפ וויפיל מענטשן זאלן שטארבן סיי מיט און סיי אן גאן קאנטראל - טויט שטראף אדער אבארשען. די דעבאטע איז וועמען מיר ווילן זעהן זיצן אויפן בענקל וואס שטעלט זיך די מערסטע צו צי אונזערע מיינונגען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:40 pm
דורך יידל
פו ריסוירטש האט מיר גוט אפגעשאצט און זאגט אז אין עקענאמישע אישוס בין איך א מאדערעט רעפובליקאנער און אין סאציאלע אישוס בין איך היבש ליבעראל. אוועראל אבער זאגן זיי אז איך בין אינדיפענדענט, און איך נויג צו אבאמא.

נעמטס דעם קוויז, און לאזט וויסן דא ווי איר טרעפט זיך אויפן פאליטישן מאפע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:00 pm
דורך שמעקעדיג
זייער אינטרעסאנט!

איך האב זיך געטראפן ביי Average Republican

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:01 pm
דורך זר זהב
אוועראלל ביניך א מאדערעט רעפובליקען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:07 pm
דורך יידל
און וואס איז מיט ענקערע סאציאלע און עקענאמישע שטאנדפונקטען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך האלט אז עס דארף עקזיסטירן גאווערמענט הילף, אבער מיט א מאס.
אלמלא די סעקשאן 8, וואלט געווען גרינגער פאר יעדן, און זר זהב וואלט נישט אזוי געקלאגט אז ער איז אין גלות...

ביי סאציאלע שיקט ער מיר כמעט רעכטס, זייער קאנסערוואטיוו;
ביי עקאנאמישע איז פונקט ווי OVERALL, עוורידזש רעפובליקן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:17 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:און וואס איז מיט ענקערע סאציאלע און עקענאמישע שטאנדפונקטען?

עקענאמישע ביניך אבאוו מאדערעט דעמאקראט. סאציאל ביניך זייער קאנסערוואטיוו

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:33 pm
דורך שמעקעדיג
האלטן אז ס'איז פאראן א באשעפער און זיין אנטקעגן חוקי תועבה און אבארציע מאכט מיר פאר א קאנסערוואטיוו.. הממ...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:45 pm
דורך villager
איך פיט פאר very conservative אין אלעם, א אפענער סתירה מיט א זר זהב וואס האט מיר לעצטע וואך באטיטלט "ליבעראל שוואכלינג"...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:00 pm
דורך זר זהב
:oops:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:39 pm
דורך שמעקעדיג
קענט איר גלייבן אז אין אייוועלט ברענגט מען אראפ דעם קוויז, און מען גיבט קרעדיט פאר אונזער יידל?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 78#p608278

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:56 pm
דורך איינער
עקאנאמישע אישוס: זייער קאנסערוואטיוו.
סאציאלע אישוס: אינגאנצען ליבעראל.
בכלליות: מעסיגער רעפובליקאנער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:01 am
דורך villager
שמעקעדיג האט געשריבן:קענט איר גלייבן אז אין אייוועלט ברענגט מען אראפ דעם קוויז, און מען גיבט קרעדיט פאר אונזער יידל?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 78#p608278


ער געט קרעדיט פאר יידל פון ק"ש, סקען זיין יידל פון קול שאטמאר,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:06 am
דורך לאדיך אפ
סאשעל אישוס בין איך טי פארטי. עקנאמיש בין איך א גאר מאדערעיט דעמאקראט. אוועראל בין איך א מעסיגע רעפובליקען. און איך האב געמיינט אז כ'וואוט פאר אבאמא!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:08 am
דורך לאדיך אפ
איך האב באמערקט אז ממוז נאר ענפערן 9 פון די 12 שאלות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:11 am
דורך זר זהב
גראדע ווען ס'קומט צו ליבעראלן בינעך אויך ליבעראל. למשל איך וואלט זיך נישט קעגן געשטעלט עליזאבעט סאראס אויב זי וואלט אבארטעט איר זוהן דזשארדזש.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:14 am
דורך שמעקעדיג
villager האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:קענט איר גלייבן אז אין אייוועלט ברענגט מען אראפ דעם קוויז, און מען גיבט קרעדיט פאר אונזער יידל?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 78#p608278


ער געט קרעדיט פאר יידל פון ק"ש, סקען זיין יידל פון קול שאטמאר,


הא הא...
יידל וואס? (_____ לעצטער נאמען)
שאטמאר מיט א ש'!
האבן זיי טאקע איינעם וואס פירט צו דעם וועב זייטל (רח"ל)?
און אונזער יידל וואס צייגט אן דעם סייט, דאס איז בלויז א קא-אינצידענט?

וויליגער לעבן, כ'האב דיר געפרעגט 4 קשיות,
זיי מוחל און ענטפער מיר נישט קיין תירוץ!

:roll: :lol: 8-)