בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:19 pm
דורך שמעקעדיג
יא, איך קען א חלק.
דו מיינס מיט יגאל סאליק?

זייער שיין.

ביי די וועי, איך LOVE בויס קווייערס.

נישט היינטיגע, ווי ישיבה, שלשלת, וכדומה.

אבער לאנדאן, פרחי, צליל וזמר, און אלטע מיאמי... משוגע צו ווערן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:32 pm
דורך חאצקל
קענסט דעם ניגון "בארץ ישראל"? (מיט די ארעינדזשמענטס פון ישראל לאם)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:33 pm
דורך שמעקעדיג
איי עם עפרעיד אז נישט.
וועלכע טעיפ (אלבום)?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:50 pm
דורך חאצקל
דער קאווער פון דעם טעיפ וואס איך זעה האט נישט קיין נאמען, עס הייסט בלויז פרחי לונדון בניצוח יגאל צליק. פון די ניגונים דארט איז:ך מה טובו, ויתן לך, מה תשתוחחי.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:53 pm
דורך שמעקעדיג
ניין. דאן קאן איך נישט דעם טעיפ.
כ'העט עס געקענט באשטיין צו הערן, THOUGH

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:18 am
דורך חאצקל
נאך א פאפולערער בויס קווייער אלבום פון יגאל צליק מיטן נאמען פרחי ירושלים, דארט ווי ס'דא דער ניגון קול ברמה פון יוסי גרין (זיין ערשטע ניגון מיט וואס ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע), דארט איז דא נאך א פאר באקאנטע ניגונים וואס איך געדענק זיי נישט ביים נאמען, איינס איז דער ניגון וואס איך האב געהערט אויף א קינדער טעיפ "העם העם העם איבערן יאם".

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:00 pm
דורך חאצקל
וואס זאגט איר מיינע פריינד צו די סעריע פון יונתן שווארץ, (א גיטע: וואך, שבת, שעה, איד, נשמה וכו')

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:22 pm
דורך חאצקל
לגבי די סעריע פון קעמפ שלוה, האלט איך אז ס'האט צוויי הויפט חסרונות וועלעכע קלאפן היפש אוועק דעם געשמאק פונעם טעיפ (פון וויפיל ס'קען זיין געשמאק מיטן זעלבן קאמפאוזער און זעלבן ארעינדזשער ביי יעדער טעיפ): 1)דער קווייער. ער זאל מיר מוחל זיין דער חיים יצחק גאלדמאן, אבער דער קווייער איז נישט צו מיין געשמאק 2) דער אינטראו פון מר גאלדמאן אליין וואס דער קוויער זינגט פאר כמעט אלע שטייטע ניגונים, עס באלעסטיגט לדעתי דעם צוהערער.

אט די צוויי זאכן פארהארגענען לדעתי היפש די טעיפ'ס

וועט קומען איינער און זאגן, וואס רעדסטו, דוקא זיין אינטראו און דוקא די קווייער דאס זענען די שענסטע זאכן פון אים... נו, אויף דעם זאגט דער וואס זאגט: על טעם ועל הריח...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 11:34 pm
דורך חאצקל
יאנקל האט געשריבן: פאר ר׳ יונתן קומט דעם קרעדיט פאר׳ן זיין דער מתחיל במצוה מיט די אידישע לידער, אבער... מוזיק איז זייער שוואך, .


זיין מוזיק איז גאר שוואך?
ער ניצט דאך רובי באנעט פאר צוויי טעיפ'ס?! ווי קענסטו אוועק מאכן די מוזיק אויף א גיטע שעה. און יוחי בריסקמאן האט אים אויך געמאכט א היפש גיטע דזשאב דא און דארטן?!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 11:11 pm
דורך שמייכל
טאקע נישט קיין שיינע אויסדרוק אז יונתנ'ס מוזיק איז שוואך
די מוזיק אויף 'א גוטע שעה' איז זייער שיין, ארעינדזשט ביי רובי באנעט.
אגב האט ער דארט גענוצט 'סקאט קרייצער' פאר אלטא-סעקסאפאן (שפילט אויף רוב האסק קאנסערטס) און ער שפילט דארטן מתוק מדבש מיט זיין באקאנטן קרעכץ
(ער האט אויך געשפילט אויף אסאך מ.ב.ד. אלבומס - הער סולוס פון: והכן (אין עוד מלבדו), לולא תורתך (לולא), בך בטחו (אין עוד מלבדו), נכספה (תמיד בשמחה), און נאך).

עכ"פ - יונתן שווארצ'ס אלבומס זענען בכלל נישט שלעכט מוזיקווייז, איין זאך יא - מ'זעהט אז וואס א אלבום שפעטער אלץ מער האט ער געטרייט צו שפארן (ווי באקאנט איז יונתן איינער פון די הויפט פראטעסטירער קעגן קאפיען טעיפס אויף MP3 און iPod).

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 11:56 pm
דורך חאצקל
אין אן אינטערוויו מיט מבד לויבט ער זייער אויס א געוויסער סעקסיפאניסט פון ניו יארק, ווארשיינליך איז עס טאקע דער סקאט קרייצער וואס דו דערמאנסט, ער זאגט אז טראץ וואס ער ניצט עפ"י רוב די איזראעלי מוזיקאנטן ניצט עראבער פאר סעקסיפאון און צומאל פאר פיאנאו די פון ניו יארק.

אז מ'רעדט שוין לאמיר שוין וויסן, וועלעכע מוזיקאנטן מאכן דעם רידעם אויף "א גיטע שעה"? ( איך האב עס שוין געפרעט אין אן אנדער אשכול און נישט געקריגן אן ענטפער).

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:05 am
דורך משה געציל
אז דו רעדסט פון א גוטע שעה מיז מען דערמאנען דעם מכניסי רחמים ניגון וואס רובי איז דארט מחדש א שטיקל הפלא ופלא!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:20 am
דורך חאצקל
גערעכט, דער צוגעפאסטער אינטראו הייבט זיך אן מיט א סאולא טראמפייטער (ווי דער שטייגער פון רובי) אויף א קוויטשעדיגער טאון וואס פאסט זיך זייער אין בעפארברייטונג צו דעם זייער הארציגן תחינה, און דער דורכפיר מוזיק גיט צו צום שלימות.
דער ניגון מכניסי רחמים מיט די גראמען פון יונתן איז געווען ביי טייל דער געשפרעך פון טאג אין די ערשטע צייט פון ווען עס איז ארויס געקומען, און איז געבליבן א היום הזה א מייסטערהאפטע ווערק.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:20 am
דורך שמעקעדיג
די ניגון און די מוזיק, און דער תוכן פון די ווערטער, איז טאקע עפעס הערליך.
איך ווייס נישט צי מען מעג דערמאנען דעם טעות וואס איז אריינגעפאלן אין דעם ניגון?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:13 pm
דורך שמייכל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט צי מען מעג דערמאנען דעם טעות וואס איז אריינגעפאלן אין דעם ניגון?

???

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:28 pm
דורך שמעקעדיג
רועה צאן נאמן
אנשטאט
צאן רועה נאמן...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:02 pm
דורך חאצקל
ביי גראמען ווערט עס נישט פאררעכנט פאר א טעות. וואס דען, עס איז פארדרייט וואו עס האט נישט אויסגעפעלט (חוץ טאמער ער האט דיקא געוואלט געבן דעם קוועטש אויפן ווארט צאן אנשטאט רועה).

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:17 pm
דורך שמעקעדיג
אנשטאט "שאף פון א געטרייען פאסטוך"
איז בסדר "א פאסטוך פון געטרייע שאף"?
גימי א ברעיק.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:19 pm
דורך שמייכל
נישט געפערליך... כ'האמיך געריהשט אויף אסאך ערגערס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 9:56 pm
דורך חאצקל
אויב יענקל האט בעיקר געהערט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון יונתן שווארץ, א גיטע וואך און א גיט שבת, פארשטיי איך פארוואס ער זאגט אז ער האט שוואכע מוזיק, אין זיינע ערשטע צוויי טעיפ'ס מאכט די מוזיק א געוויסער יידל שטראולי מיט א בלויזער סינטיסייזער וואס הגם איך קען נישט זאגן אז די מוזיק איז "שלעכט" אבער "שוואך" איז עס יא, קיין לייוו מוזיק איז נישטא, און קיין וועלט'ס ארעינדזשער איז ער אויך נישט (הגם נישט שלעכט, ער איז א מומחה אין מוזיק און ער האט שוין געמאכט מיט זיין מאשינקע א היפש פיינע דזשאב דא און דארט, צווישן זיי דער ערשטער טעיפ פון מצוה קינדער מיט מיסטער קאפעלאווסקי).

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 10:25 pm
דורך שמעקעדיג
ער (שטראלי) איז גאר א שיינער איין-מאן-באנד. איך האב אים שוין געהערט אויף עטליכע שמחות.
א טאלאנטפולער שפילער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:29 pm
דורך חאצקל
מיר האבן פריער גערעדט איבער די קעמפ שלוה טעיפ'ס, אלזא איך האב נאך א סך צו שפעקאלירן און ארום רעדן איבער די טעיפ'ס. וואס איך וויל יעצט וויסן איז, וועלעכער נומער מחנה שלוה טעיפ איז וואו ס'דא דער ניגון לדור ודור, דער טעיפ איז א העכסט געלונגענער טעיפ מיט די ארעינדזשמענט פון משה לאופר, וואס נאך איך וויל טאקע וויסן איז וואו דער טעיפ איז רעקארדירט געווארן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:49 pm
דורך שמעקעדיג
די פינפטע טעיפ, "אשירה לה'".
טאקע א הערליכער טעיפ.
אבער נאך אלץ גלייך איך די פריערדיגע מער.
פונקט ווי ביי אברהם פריעד, מ.ב.ד., און אנדערע, גלייך איך די ערשטע מער ווי די שפעטערע.
אפשר צוליב די נאסטאלגיע צו די יוגנט יארן ווען כ'האב זיי געהערט?