בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:48 pm
דורך זר זהב
למעשה נעמט מען אבער אן אז שמע און והיה זענען א דאורייתא, ניין?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:49 pm
דורך sunbar
איך ווייס נישט

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:44 pm
דורך משה געציל
היינט באגעגנט א אינטערעסאנטע הלכה וואס איך ווייס נישט וויפיל עס ווייסן דערפון, און עס קען זיין שטארק נוגע למעשה.
ווען איינער נעמט ארויס פירות פון חו"ל צו ארץ ישראל אויב עס איז נאכנישט געטון געווארן די מלאכות וואס איז קובע די פירות אויף מעשר זענען די פירות מחיוב בתו"מ מן התורה (שו"ע יו"ד סי' של"א סעיף י"ב), און אפילו מען האט שוין געטון די מלאכות וואס איז איר קובע אויף מעשר אין חו"ל איז מען נאך אלטס מחיוב צו מעשר'ן די פירות מדרבנן (ש"ך שם סק"ב).
די שאלה קען זיך מאכן גאנץ אפט ווען איינער ברענגט אריין פירות פון אמעריקא קיין ארץ ישראל און עס פאלט אים נישט ביי אז מען דארף דאס מעשר'ן. (אפשר וועגען דעם לאזען זיי עס נישט דורך די גרענעץ...)