בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:03 pm
דורך לעמיל
אוודאי אז מ'הרג'עט זיך ארום איז בעסער אז מ'גט זיך, אבער אויב מ'קען אויסארבטן אפי' א קאלטע שלום איז אויך בעסער ווי זיך צו גט'ן, נישט אייביג איז גט'ן א סעלאשען, עס איז דא אסאך מאל וואס יא, אבער גענוג מאל וואס נישט.
איך ווייס נישט ווער דיין ראש ישיבה איז און אויף וואספארא מעשה ער האט עס געזאגט, עס איז אבער קלאר אז עס נישט א כלל וואס גילט אייביג.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:13 pm
דורך בית שני
ס'איז נישט חילוק ווער מיין ר"י איז, ס'איז אבער יא גילטיג יעדע מאל ווען ווען א מאן/פרוי גייט אדורך נפשות'דיגע יסורים, נישט דא קיין שום סיבה בעולם אז א מענטש זאל דארפן ליידן, אז גאט האט געגעבן א וועג ארויס.
ס'איז אזוי ווי א מענטש האט א מחלה און גייט נישט צום דאקטער. פארוואס זאלסטו ליידן?
א קאלטע שלום? קען זיין. 

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:16 pm
דורך לעמיל
איך מיין אונז זאגען ביידע די זעלבע זאך נאר אויף א אנדרע וועיג
און עני קעיס ווינטשען מיר אלע הצלחה פאר די נייע ארגענזאציע די אייבישטער זאל העלפען עס זאל שנעל ווערען צוגעמאכט פשוט ווייל עס וועט נישט זיין פארוועים עס צו האלטען אפען

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:25 pm
דורך שרייבער
בית שני האט געשריבן:סאיז נישט חילוק ווער מיין ר״י איז, סאיז אבער יא גילטיג יעדע מאל ווען ווען א מאן/ פרוי גייט אדורך נפשתדיגע יסורום, נישט דא קיין שום סיבה בעולם אז א מענטש זאל דארפען ליידען, אז גאט האט געגעבן א וועג ארויס , סאיז אזוי ווי א מענטש האט א מחלה און גייט נישט צום דאקטער פארוואס זאלסטו ליידען?
א קאלטע שלום ? קען זיין. 

האו אבאט א מענטש דארף דורכגיין א בראך אפעראציע, ער דארף אבער חתונה מאכן די וואך זיין עלטעסטע קינד?
וואלט ער געמאכט די אפעראציע און געליגן אין בעט בשעת די חתונה, אדער אפגעשטופט די אפעראציע ביז נאך די חתונה אפילו ער קען נישט טאנצן בשעת די חתונה?

די זעלבע דא אויך, איך קען היבשע פאר מענטשן וואס זענען זיך נישט דורכגעקומען, מען האט געשוויגן און געליטן אלע יאארן, ווי ער רופט עס א קאלטע שלום, און נאכן חתונה מאכן די קינדער האט מען געזאגט גוט ביי און אנגעהויבן א ניי לעבן

ס'איז שווער צו לעבן מיט א שווערע פרוי, אבער ס'איז נישט אומדורכפירבאר, בפרט ווען דו ווייסט אז ס'איז נאר אויף שארט טערם

כנלענ"ד, ב"ה אויף מיין לעבן דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער ביז די 120 מיטן ערשטן זיווג, אבער איך האב גאר נאנטע משפחה גרושים פון ביידע סארטן, און ס'איז ממש א רחמנות

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:29 pm
דורך לעמיל
שרייבער ברוך שכיוונתי

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:37 pm
דורך לעיקוואד
לעמיל האט געשריבן: די אייבישטער זאל העלפען עס זאל שנעל ווערען צוגעמאכט פשוט ווייל עס וועט נישט זיין פארוועים עס צו האלטען אפען


תפלת שווא. אין מזכירים מעשי נסים.
דער אייבישטער זאל העלפן אז דער ארגינעזאציע זאל אויספירען זיין ציל ארויסהעלפן די אלע וואס געפינען זיך אין די פאזיציע, און זאל מצליח זיין אראפנעמן די סטיגמה וואס איז דא אויף גרושים מען זאל אנהייבען איינזיין אז זיי, און אזוי אלע אנדערע וואס זענען אביסעלע אנדערש פון דער פארשאלטענער "נארמאל", זענען פונקט אזא חלק פון סאסייעטי, אפשר אפילו א וויכטיגערע חלק, ווי די אזוי גערופענע "נארמאלע" וואס ווערן געבוירען און שטארבען אן איין מאל זיך אפשטעלן אינצווישען טראכטן. און דער ארגון זאל ח"ו נישט ברענגען די פארקערטע תוצאה כאילו א גרוש איז אזא נעבאך וואס ברויך אזא שערי חמלה ארגינאזאציע זיך אן עצה צו געבן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:51 pm
דורך בית שני
שרייבער טייערע, סאיז זייער שווער אנצוהייבען א נייע לעבן ביי די עדזש, סאיס נישט דא קיין שום סיבה א מענטש זאל דארפען ליידען, אז סאיז נישטא א פרייליכע געשמאקע שטוב וואקסען די קינדער אויף קראנק,
די סיבה פארוואס מענטשען אין אונזער קאמיונטו ווילען נישט געטן איז ווייל זיי האבען מורא פון די נאמען גרוש, דאס זענען נעבעך מענטשען מיט ווייניג self esteem, האבען נישט קיין שום רעספעקט פאר זיך,
עפעס א מין קראנקהייט ביי אונזער עולם איך טו עס פאר די קינדער ווייסט דאך ווי יענער האט געפרעגט ווי זענען שוין ״ די קינדער״ ? אדרבה ! ווייז פאר דיינע קינדער אז די ניצט אויס דיינע רעכטען!
וואס הייסט שארט טערם? א מין גרעדאכטס דאס איז דאך די שענסטע יארען פון א מענטש!  
סאיז גאר נישט א רחמנות אויף א גרוש! ער איז א געזונטע מענטש און האט געטון צום זאך ! ער מעג זיין proud פון זיך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:32 pm
דורך לחיים
מיך האט אנגעזאגט א גיטע חבר מיינער
זאלסט דיך פאר קיין שום געלט אויף דער וועלט זיך גט'ן
ווייל זיין טאטע האט זוךיא גע'גט און וואס ער האט מיט געמאכט פאר קיין שום איד געווינטש'ן
קודם זיך געוואלגערט פין איין קרוב צים צווייטן נאכדעם וואס זיין טאטע האט שוין חתונה געהאט
האט זיך דער צרות געדאבלט מיט זיין שטיף מאמע ר"ל
די אלע מעשיות וואס די האסט נאר אמאל געליינט וועגן א שטיף מאמע איז גארנישט איבערגעטריבן

און וואס מיינסטו זיין טאטעס ערשטע ווייב איז געווען צען מאל בעסער ווי די צווייטע
דאס איז נישט קיין באבע מעשיות ...

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס אז דיין חבר'ס מאמע איז נישט געווען צווישן די "מוצא אני את האשה מר ממות"
וויפיל גרושים קען איך וועלכע האבן חתונה געהאט גליקליכערהייט צו א צווייטע, פיל בעסערע?
מען קען נישט זאגן אזוינס על הכלל כולו יצא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:36 pm
דורך לחיים
מיט קינדער אדער אן קינדער??

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:39 pm
דורך לחיים
איך האלט יעצט מיט מעשה
טאטע מאמע האבן זיך גע'גט און מען רייסט זיך ארום
און די קינדער וויינען וואס ווילט עטץ פון מיין לעבן האבן לאסט מיך ארויס ניץ מיך נישט פאר קיין שטעקן

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:44 pm
דורך יאיר
איך קען א פרוי וואס האט זיך גע'גט פון איר מאן, נישט ווייל ער האט איר געפייניגט, נאר פשוט זיי זענען לגמרי נישט געווען פאסיג איינער פאר'ן צווייטן. זי איז א קלוגע און באזעסענע, און ער איז א בעיבי אן קיין שכל וואס איז געלעגן אין שטותים והבלים א גאנצן טאג. זי האט זיך גע'גט מיט דריי קינדער, זי האט געווארט פינף יאר, און זי האט חתונה געהאט מיט א גרוש, א חשוב'ער בעל הבית, און זי און אירע קינדער זענען גליקליך און צופרידן.
עס זענען דא אלע סארטן מעשיות, און עס איז אוממעגליך צו באשטימען לויט דעם א כלל. יעדער קעיס איז אינדיווידועל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:00 am
דורך היימישער ליטוואק
דער חכימא דיהודאי דער ראש ישיבה רבי יעקב ז"ל קאמינצקי פלעגט זאגן, טראכט צו פאר א זיווג שני וואלטסטו גסעטלט פאר דיין יעצטיגע פרוי, טא פארוואס זיך גט'ן וכו'?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:19 am
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קודם איז ער געווארן א פרייער מענטש. איינס פון די ערשטע זאגן וואס ר'האט געטון אלס בן חורין איז. ער פלעגט דאוונען מיט א שפעט מנין.

אויך מיר א בן חורין'שאפט..

יא. ווייט וועט ער נישט גיין אין לעבן. אבער ער האט אויףגעלעבט. דאס ערשטע מאל ווא.ס כ'האב געזען א מענטש וואס דער גט האט איהם אויפגעלעבט.

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 1:03 pm
דורך יתרו
יאפטשיק האט געשריבן:היות איך האב א רעלעטיוו (קרוב) וואס האלט גאר נאנט ער זאל זיך גט'ן, נאר איז פארציטערט פון וואס עס ווארט אים אפ נאכדעם.
אפגעזען וואס זיין ריזן איז און וויאזוי זיין ווייב איז, וואלט איך געוואלט הערן פון מענטשן וואס זענען שוין אדורך דעם עקספיריענס אדער האבן מיטגעהאלטן אזעלכע עקספיריענסעס, וויאזוי קוקט אויס דאס לעבן פון א גרוש נאכן גט?
וואס זענען די רעקאמענדירטע שריטן וואס ער זאל יא אננעמען אדער נישט נעמען?
וויאזוי איז די גרינגסטע וועג ער זאלט טרעפן א שידוך? און צו איז בכלל גוט ער זאל תיכף זוכן א שידוך?

און אפילו בשעת'ן אויסהאמערן דעם גט, וואס זענען די נארמאלע תנאים און אגרימענטס צו וואס ער זאל מסכים זיין, למשל ווען ער האט נישט קיין עכטע חברים און באקאנטע וואס קענען אים עצה'נען דערצו.
זאל ער בלייבן אינעם פריערדיגן וואוינארט אדער זיך אוועקציען?
וואס איז מיט א דזשאב? דירה? סטייל אין לעבן? חברים? און בכלל וויאזוי איז די בעסטע וועג זיך צו פירן, צו קענען דאס מערסטע אויסמיידן די שלעכטע בליק וואס מענטשן האבן אין אונזער קאמיוניטי אויף גרושים?
וואס טוט זיך מיט זיין פת בסלו וואס פעלט אים, וויאזוי געט מען זיך מיט דעם אן עצה?

ס'פעלט שוין איינמאל פאר אלעמאל אויס אביסל אנווייזונגען פארן היימישן ציבור איבער די ענינים.

איך ברענג צוריק ארויף יאפטישקס שאלות יעצט ווען עס איז דא א שטארקע אויפוואכונג אין קאווע שטיבל איבער די נושא פון גירושין, אפשר וועט דער עולם האבן א אפאר ענטפערס אויף זיינע פראגען (קינות גירושין איך מיין דיר אויך)

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 2:13 pm
דורך קינות גירושין
כקען נישט יעצט צופיל שרייבען ,כוויל נאר זאגען אז נעכטען איז געווען די ערשטע צוזאמקום פון בערך 100 גירושים דורך די נייע ארג ״אחים בדרך״ סגעווען עפעס מורדיג,אלעס געלונגענע היימישע אינגעלייט,דער עולם איז ארויגעגאנגען זייער צופרידען ,לאז דעם אינגערמאן קאנטאקטען די גרופע מקען אימעלן info@achimbderech.org 

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:01 pm
דורך יתרו
גיט דאס אויך אינפא פאר איינער וואס האלט פארן גט ? ווי אזוי זיך אומצוגיין דורכאויס די גאנצע פראצודור און וואס עס ווארט עם נכאדעם ?

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:29 pm
דורך קינות גירושין
סנאך א נייע זאך, סנאך נישט עוועלבעל הילף אויף אזוי ווייט ,אבער לפחות קען ער זיך טרעפן מיט חבירם און פערפעשענעלס וואס טוען אין דעם געביט און זיי קענען אפשר העלפען

הארצרייסענדע תפילה פאר רווקים/ות און גרושים/ות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:20 pm
דורך חכם באשי
זייער שיין און ריין. געטראפן אויף וואטסאפ אשכול אין בחדרי.