בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:02 pm
דורך לעמאן דזשוס
יאיר׳ל תודה פאר׳ן בילד

יעצט כאפ איך אז די שורות זענען ר״ת י׳ה׳ו׳נ׳ת׳ן׳

און דערנאך נאך צוויי שורות וואס ר״ת ז׳ל׳

זכות מעשיכם יגינו כי נפשות ישראל אחת
למדו מוסר לשנוא כבוד, ומגדולה תהי׳ נפשיכם בורחת

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:29 pm
דורך לעמאן דזשוס
אז מען רעדט שוין פון זעלבסט פארפאסטע מציבה נוסחאות, איז אינטערעסאנט צוצושטעלן להבדיל בין טומאה לטהרה די נוסח המציבה וואס אהרן חורין פון אראד האט זיך פארגעשריבן....

אינדערצייט וואס די גדול הדורות באוויינט זיך אזוי בדמעות שליש ונפשו עליו תאבל

באזינגט זיך אהרן חורינער ווי כאילו די גאנצע פמלי׳ של מעלה ווארט אויף זיין אנקום...

כאב עס נישט איצט פאר מיר,

יאיר טייערע מאך א טובה און ברענג אהער דעם טעקסט, אולי אויך א בילד פונעם גוי׳ישן מציבה זיינעם

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:31 pm
דורך מוח שליט
שמעקעדיג האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:אבער אז מען רעדט שוין יא פין דאבעל סטענדערדס, וויל איך פרעגן.
פארוואס פארלאנגען אלע מוסר זאגערס אז מיר זאלען זיך נישט גרויס האלטען מיט אונזערע גיטע מעשים, אבער בו בשעה זאלען מיר מתאבל זיין אויף אונזערע שלעכטע?
פארוואס פארלאנגט מען אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטען אויף זיינע חסדים אבער ווען ס'איז דא א צער טאר מען נישט ח"ו האבען טענות?
כ'האב א מהלך בנוגע דעם אייבערשטען, אבער אבער איך וויל הערן דיינס.


פשוט ווי מען לערנט אונז, אילולי הקב"ה עוזרו לא יכול לו, ממילא איז דער קרעדיט נישט אונזערס,
און די חסדים ווייל דער בורא וויל נאר "להטיב לברואיו", און מאתו לא תצא הרעות, דער חטא איז גאר מעניש, אין הנחש ממית אלא החטא, כמשה"כ תיסרך רעתך.
אודאי קענסטו דאס אפפרעגן, אבער דאס לערנט מען אונז אויס אין די יונגע יארן.

דו אליין שרייבסט דאך דאס אין אן אנדער אשכול:
נפש החיים - שער א - פרק יב
ולכן ארז"ל (ב"ק נ' ע"א) כל האומר הקב"ה וותרן הוא יותרו חייו כו'. וכ"ה בירושלמי פ"ה דשקלים ובב"ר פס"ז ובתנחומא פ' תשא ובש"ט תהלים. ולכאורה יפלא. הלא אפי' אדם איש חסד מתנהג במדת ותרנות, אמנם הוא כמש"ל. שאינו על דרך העונש ונקימה ח"ו.רק חטאים תרדף רעה שהחטא עצמו הוא עונשו


וואס הייסט? מיט זיין בחירה קען ער נאר בוחר זיין ברע? אוודאי האט ער בחירה ביידע וועגן, ניין? מען קען מסביר זיין די גמרא קידושין ל: אלמלא הקב"ה עוזרו אויף כמה וועגן. אדרבה זאג דו א ביאור. איין זאך איז זיכער אז די בחירה ארבעט אויף ביידע וועגן. עס איז א סתירה מניה וביה צו זאגען אז מען האט בחירה צו טון שלעכטס אבער מען האט נישט קיין בחירה נישט צו טון שלעכטס.

בנוגע דעם אייבערשטען. די זעלבע זאך ווי דו פארשטייסט אז עס איז דא אן אויטאמאטישער סיסטעם אז תיסרך רעתך, איז דאך א חלק פין דעם סיסטעם אז פאר טוב באקומט מען טוב. ניין? איז דעם מסתבר צו מאכען א סיסטעם נאר להרע?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:21 am
דורך טעפל
בן תמליון האט געשריבן:לעמאן זשוס הערליך. איר מאכט אונז געפערליך נייגעריק כלפי מה דברים אמורים אבער איין זאך איז זיכער מיט אזאנע כשרונות און הארץ איז מען נישט קיין צוטרעטענע בלעטעל איר זענט הויך אויפן בוים און פלאטערט. דא אין אונזער שטיבל זענט איר חי וקים גאר קיין פארגאנגענהייט.

איך בין אויך זייער נייגעריג וואס גייט דא פאר, אבער איין זאך ווייס איך זיכער אז איהר זענט א הערליכע שרייבער..

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:27 am
דורך לעמאן דזשוס
רבותי, געט אויווער איט,

א אידל געפונט זיך אמאל צוקוועטשט, אפגעריסן, פארלוירן אין ג׳טס וועלט אן קיין וועג ארויס.....נעמט א בליי און א בויגן און פארשרייבט זיך א שטיקל ליד

מכלעראש,

נישט דאס דארף מען טון? איז נישט דאס וואס קינות טוט, איז נישט דאס וואס פיוטים זענען באשאפען געווארן?

בעסער פון פראוזאק איז דאך עס, און אפשר וועט קומען איינער און געבן א טרייסט

עס באפרידיגט צו זעהן די זארג פון בני קל חי, אויף א ווילד פרעמדן מאן, ממש א מחי׳

איך מיין אז מי׳גיימיר שרייבן א נחמה, ווער נאך איז וויליג

חייתני מירדי בור/פאעמע

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 4:45 am
דורך לעמאן דזשוס
לבקשת חבירי,

זיך דערוועקט פון טרוים
אינמיטן נאכט פונקט,
שפיגל איך מיך ליבערשט אין בוים
מיין הארץ, אויפגעלעבט און זינגט

אפגעשאקלט אלע בלעטער
געבליבן ליידיג און פוסט
אט ס׳לעצט בלעטל, אויך פאלן וועט-ער
איך וויין צום ווינט, אבער אומזיסט

איך שטיי אלס אילן סרק
נאקעט און קאלט,
פארגעסן מיין זומער׳דיגן קנאק
פארגעסן מיין הערליך קאלירטן געשטאלט

פלוצלינג איך דערשפור
א ווארעמע שפריץ פון אונטן
שבט קלאפט שוין אויף מיין טיר
אט ער טוט מיר דערמונטן

איך בין שוין נאכאמאל טראגעדיג
איך וועל געבוירן א דור א פרישן
טאקע געוועהן פלאגעדיג
איצט טוה איך א נייע בוך אויפמישן

איך וועל מער נישט ווערן פארלוירן
ווען די נייע ווינטער קומט
אלטע נסיונות פאריבער, נייע ווערן געבוירן
אזוי דרייט זיך א ראד, אלעס שטימט

אמאל פארדינט, אמאל דערלייגט
איך שרעק מיר נישט פון גארניש מער
איבערגעקומען דעם נסיון, אט אזוי מען שטייגט
איך האב סייווי געווינען, אט דעם טיפן דערהער!

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 6:55 am
דורך טעפל
דער לעמאן דשזוס איז זיסע לעמאנאעיד..
האסט מיר בארואיגט מיין שבת..
גוט שבת.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:33 am
דורך בן תמליון
לעמאן איר מוזט ארויסגעבן א בוך מיט אייערע פאעזיעס פארן היימישן ציבור עס וועט זיין א בעסט סעללער און איר קענט נאך פארדינען אפאר דאלאר אויך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:40 am
דורך לעמאן דזשוס
קענסט שיקן מעות קדימה...

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:56 pm
דורך שמעקעדיג
העי, איך שיק מעות קדימה! אבער בתנאי עס קומט טאקע ארויס...!
איך ווערטל נישט. דו ביסט מתוק מדבש.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:34 pm
דורך לעמאן דזשוס
לעמאן דזשוס האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון זעלבסט פארפאסטע מציבה נוסחאות, איז אינטערעסאנט צוצושטעלן להבדיל בין טומאה לטהרה די נוסח המציבה וואס אהרן חורין פון אראד האט זיך פארגעשריבן....

אינדערצייט וואס די גדול הדורות באוויינט זיך אזוי בדמעות שליש ונפשו עליו תאבל

באזינגט זיך אהרן חורינער ווי כאילו די גאנצע פמלי׳ של מעלה ווארט אויף זיין אנקום...

כאב עס נישט איצט פאר מיר,

יאיר טייערע מאך א טובה און ברענג אהער דעם טעקסט, אולי אויך א בילד פונעם גוי׳ישן מציבה זיינעם


האב איך נאכגעקוקט אינעם ׳טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן׳ פון י״י גרינוואלד דעם פולן טעקסט פון זיין מציבה, הא לך לשונו הגס;

אני אהרן חארין

מן ים עלי רגשו גליו,
לחוף שאנן נוה שליו

בחסד עליון עתה באתי
לפני כבודו אכרע ברך,
בקהל קדושים שמו אברך,
היום קויתי מצאתי,

גוי פה תנוח,
פה שכון בקבר,
אנכי אשא אבר
לאל אשוב ברוח.

למקורי בזוהר רקיע,
עד אשר הקץ יגיע,
אז בהקיצך משנתך,
אשיב אביט תמונתך

ויראו כל העדה כי גוע אהרן, ויבכו את אהרן כל בית ישראל.