בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:16 pm
דורך יידל
וואס?! עס שטייט "מפני דרכי שלום", נישט "מפני דרכי נועם"! אויב מעג מען זאגן ליגנט מפני דרכי נועם איז כמעט נישטא קיין פאל אין וועלכע מ'טאר נישט זאגן ליגנט.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:29 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל האט געשריבן:וואס?! עס שטייט "מפני דרכי שלום", נישט "מפני דרכי נועם"! אויב מעג מען זאגן ליגנט מפני דרכי נועם איז כמעט נישטא קיין פאל אין וועלכע מ'טאר נישט זאגן ליגנט.
דער "ואדוני זקן" וואלט גורם געווען אי נעימות. נישט קיין ערענסטע שלום בית פראבלעמען.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:07 pm
דורך יידל
יעצט הייבסטו שוין אן מגלה פמים זיין בתורה שלא כהלכה אלעס ווייל דו האסט געמאכט א טעות...

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:11 pm
דורך מאטי
וואס א חילוק פון נועם און שלום נישט צו צוען מסקנות פשוט איך וויל וויסן דעם חילוק

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:13 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל האט געשריבן:יעצט הייבסטו שוין אן מגלה פמים זיין בתורה שלא כהלכה אלעס ווייל דו האסט געמאכט א טעות...
דו האסט א הוה אמינא אז איך האב געשריבען דרכי "נועם" בטעות? seems that my play of words was lost on you.
דו האלטסט אז מען טאר נישט משנה זיין אויב דער אמת וועט גורם זיין אי נעימות פאר דיין חבר?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:17 pm
דורך יידל
moti107 האט געשריבן:וואס א חילוק פון נועם און שלום נישט צו צוען מסקנות פשוט איך וויל וויסן דעם חילוק

נועם טייטשט זיס. שלום טייטשט peace. (גראם אנאינטענדעד)

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן: דו האסט א הוה אמינא אז איך האב געשריבען דרכי "נועם" בטעות? seems that my play of words was lost on you.

אודאי האסטו נישט געשריבן נועם בטעות, דיין טעות איז געליגן אין דעם הלכה וואס דו האסט געשריבן. דו האלטסט אז יא?
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:דו האלטסט אז מען טאר נישט משנה זיין אויב דער אמת וועט גורם זיין אי נעימות פאר דיין חבר?

דו האלטסט אז יא?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:28 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל האט געשריבן:
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:דו האלטסט אז מען טאר נישט משנה זיין אויב דער אמת וועט גורם זיין אי נעימות פאר דיין חבר?

דו האלטסט אז יא?

דו ביסט גערעכט.
דאס טוישט אבער נישט אז מען דארף לערנען מיט מענטשען זאכען לויט וויפיל זיי קענען דערהייבען. און נישט שרייען מדבר שקר תרחק.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:31 pm
דורך יידל
זיך צוריקהאלטן פון לערנען אמת איז איין זאך. אויסלערנען דירעקטע שקר איז עפעס אנדערש.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:33 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
רעדן פון באשעפער, און פון עונשים, אויף א טאג-טעגליכע שפראך, אהן חקירישע דקות, איז נישט קיין דירעקטע שקר.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:41 pm
דורך יידל
נישט נוגע צום שמועס. דו האסט געפרעגט פון יאיר בלשון בתמיה צו "זאגען זאכען פאר פשוטי עם וואס זיי קענען נישט דערהייבען, איז דרכי נועם?", האב איך צוריקגעפרעגט אויך בלשון בתמי' "וואס דען, זאגן ליגנט איז דרכי נועם?" אויף וואס דו האסט געענטפערט "אוודאי" ועל זה נסב ויכוחנו. יעצט אז דו ביסט מסכים אז זאגן ליגנט איז נישט דרכי נועם, גיי מיר צוריק צו דיין אריגינעלע טענה צו יאיר אז זאגן זאכן פאר פשוטי עם וואס זיי קענען נישט דערהייבן איז פארקערט פון דרכי נועם.
אויף דעם איז דער תירוץ, אמת, ס'איז מעגליך נישט דרכי נועם (כאטש לדעת הרמב"ם איז עס יא דרכי נועם כמבואר בהקדמתו למו"נ) אבער זאגן ליגנט איז זיכער נישט דרכי נועם.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:53 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל האט געשריבן:נישט נוגע צום שמועס. דו האסט געפרעגט פון יאיר בלשון בתמיה צו "זאגען זאכען פאר פשוטי עם וואס זיי קענען נישט דערהייבען, איז דרכי נועם?", האב איך צוריקגעפרעגט אויך בלשון בתמי' "וואס דען, זאגן ליגנט איז דרכי נועם?" אויף וואס דו האסט געענטפערט "אוודאי" ועל זה נסב ויכוחנו. יעצט אז דו ביסט מסכים אז זאגן ליגנט איז נישט דרכי נועם, גיי מיר צוריק צו דיין אריגינעלע טענה צו יאיר אז זאגן זאכן פאר פשוטי עם וואס זיי קענען נישט דערהייבן איז פארקערט פון דרכי נועם.
אויף דעם איז דער תירוץ, אמת, ס'איז מעגליך נישט דרכי נועם (כאטש לדעת הרמב"ם איז עס יא דרכי נועם כמבואר בהקדמתו למו"נ) אבער זאגן ליגנט איז זיכער נישט דרכי נועם.

מיין הסכמה צו דיר איז נאר געווען בנוגע די הלכה פון זאגען ליגענט כדי צו פארמיידען אי נעימות פון א חבר. נישט בנוגע די נושא הוויכוח". בנוגע די המשך הוויכוח ביסטו נישט גערעכט. איך זאג טאקע נאך אלץ אז עס דוקא יא דרכי נועם צו זאגען זאכען לויט די דרגא פון די מענטש. ממילא זאג איך טאקע אז "זאגען ליגענט בעת הצורך איז דייקא יא דרכי נועם.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:59 pm
דורך יידל
מען מעג זאגן ליגנט משום דרכי נועם אדער נישט?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:05 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל האט געשריבן:מען מעג זאגן ליגנט משום דרכי נועם אדער נישט?
איז עס דרכי נועם צו זאגען א שטיקל ליגענט, אדער בעסער געזאגט, נישט די גאנצע אמת, פאר איינעם וואס קען נישט דערהייבען דעם אמת, אדער נישט? That is the question

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:05 pm
דורך יידל
נישט די גאנצע אמת איז נישט די זעלבע ווי א שטיקל ליגנט.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:19 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל האט געשריבן:נישט די גאנצע אמת איז נישט די זעלבע ווי א שטיקל ליגנט.

איז פארדרייען די המשך הוויכוח און אויך די עיקר כוונה דא, א שטיקל ליגענט אדער 'נישט די גאנצע אמת'?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:21 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יידל,
cat got your tongue?