בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:11 pm
דורך מוח שליט
יאיר, אזוי ווי איך האב שוין געשריבען, בין איך מסכים בעצם צו נשמה'ס הבנה און אויך לולקע'ס הבנה אין די גאנצע נושא פון גאט אין סוף.
דו האסט געשריבען אז דו ביסט נישט באקאנט אין די רענניסאנס פילוסאפיע. מאך דיך באקאנט ביטע. פארשטיי די מושג פון unity פון Schopenhauer אדער פון Hegel, און דערנאך וועסטו זעהן אז במחילת כבוד תורתך הרמה, איז דיין שאלה ממש ממש נישט לענין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:16 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:זמן געפינט זיך טאקע אין דיין האנט, אן זמן וואלט דיין האנט נישט עקזעסטירט.

ווי אזוי פארענטפערט דאס מיין קשיא ווי אזוי קען זיין אז זמן איז נישט מוגבל צו מקום בעת מיין האנט איז יא מוגבל?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:18 pm
דורך יאיר
מוח שליט האט געשריבן:יאיר, אזוי ווי איך האב שוין געשריבען, בין איך מסכים בעצם צו נשמה'ס הבנה און אויך לולקע'ס הבנה אין די גאנצע נושא פון גאט אין סוף.
דו האסט געשריבען אז דו ביסט נישט באקאנט אין די רענניסאנס פילוסאפיע. מאך דיך באקאנט ביטע. פארשטיי די מושג פון unity פון Schopenhauer אדער פון Hegel, און דערנאך וועסטו זעהן אז במחילת כבוד תורתך הרמה, איז דיין שאלה ממש ממש נישט לענין.

אזוי ווי דו ביסט נישט אזא אפטער באזוכער דא ווייסטו מסתמא נישט אז נשמה יתירה האט נישט ליב ווען מען דערמאנט גוי'אישע פילאזאפן. ער טענה'ט אז מיר זענען גענוג גרויסע חכמים צו קענען אלעס אליין דעבאטירן אן ברענגען ראיות און מראה מקומות פון פרעמדע פלעצער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:22 pm
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:

זיי מדייק אין מיינע ווערטער. "איך בין מסכים בעצם צו נשמה'ס הבנה אין די נושא פון גאט און אין סוף". איך בין נישט מסכים צו זיין ריסטריקשענס. איך האב מיך מתווכח געווען אויך די נושא גופא מיט אים. פארפאלען דו וועסט מיזען קוקען די גוי'אישע פילאזאפען רח"ל. פארשטייט זיך מיט א תוכו אכל קליפתו זרק'דיגע מהלך. :)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:26 pm
דורך יאיר
פארדעם האב איך דאך אנגעפרעגט מיין שאלה ביי נשמה יתירה און נישט ביי מוח שליט וואס שיקט מיר כסדר צו טריפה'נע פלעצער.
אגב, איך זע שוין אז איך קען פארגעסן פון די ווייטערדיגע אבזערוואציעס אויף די מגילה אזוי לאנג ווי איך פיל מיר נישט אן דעם קאפ מיט מקורות זרים :(.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:09 pm
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:זמן געפינט זיך טאקע אין דיין האנט, אן זמן וואלט דיין האנט נישט עקזעסטירט.

ווי אזוי פארענטפערט דאס מיין קשיא ווי אזוי קען זיין אז זמן איז נישט מוגבל צו מקום בעת מיין האנט איז יא מוגבל?

איך פארשטיי נישט דיין שאלה, אבער עניוועיס איז מיין תגובה נישט געווען מיטן פולן ערענסקייט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:11 pm
דורך יאיר
:?