בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:41 am
דורך בדחן
..
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:03 pm
דורך ברסלבער
קאווע, איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דיין ארטיקל, ס'איז געוואלדיג! האסט מיר געמאכט מיין שיתסר, שוין יעצט נאך פורים טאר מען שוין נישט לאכן בפה מלא, אבער אזא איידעלע שמייכל אין די זייט מעג מען דאך יא, דאס זעהט מען דאך ביי אלע צדיקים אינעם כל העולם כולו.
אבער דאס וואס דו ביזט ברוגז אויפ'ן זיין פרייליך פורים דאס פארשטיי איך נישט, נניח אז דו ביזט גערעכט אז עס האט נישט קיין געהעריגע סברה פארוואס מען זאל זיין פרייליך, אבער אז עס מאכט זיך א געלענגנהייט צו זיין פרייליך פארוואס זאל מען עס נישט אויסניצן?
איך האב ב"ה געהאט זייער א פיינעם פורים, איך פיר זיך אז איך נעם נישט זאכן אזוי סיריעס, איך פרוביר צו זיין פרייליך, און איך לאז יענעם זיין פרייליך, אבער איך מוז דאך נישט זיין קיין עבד כנעני פאר די גאנצע שטאט, נאך פורים האב איך א פארטיגן תירוץ פאר די אלע צו וועם איך בין נישט אנגעקומען צו גיין, נו וואס זאל איך טוהן אז כ'האב אנגעהויבן אביסל פרי צו טרינקן עד דלא ידע, אז איך האב פשוט פארגעסן צו אנקומען צו די מלמדים/טיטשער'ס/טאטע/שווער/וכו', "דו ביזט באמת געווען די ערשטע אויף מיין ליסט, אבער איך בין פשוט נישט אנגעקומען", אונס רחמנא פטרי'.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:51 pm
דורך איך אויך
בדחן טייערער, האסט געזאגט פונקט די זעלבע ווערטער ווי קופי?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:49 pm
דורך שמעקעדיג
בדחן האט א מנהג יסודתו בהררי קודש צו קוואוטן "מעכטיגע" תגובות, כדי שיעמוד למשמרת ימים רבים אויב יענער וועט עס וועלן פארמעקן שפעטער......
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:11 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:בדחן האט א מנהג יסודתו בהררי קודש צו קוואוטן "מעכטיגע" תגובות, כדי שיעמוד למשמרת ימים רבים אויב יענער וועט עס וועלן פארמעקן שפעטער......
שמעקעדיג די ביסט שוין צו לאנג א טלית שכולה תכלת, נו, שרייב שוין אויך עפעס א מעכטיגס וואס די וועסט דערנאך וועלן פארמעקן...
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:59 pm
דורך איך אויך
אופפס ופרח לו בדחן'ס קוואוט.
מילא דער בדחן אבער פארוואס האט קופי געטוישט די מעשה פון זיין שווער צו זיין שוואגער?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:39 pm
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:בדחן טייערער, האסט געזאגט פונקט די זעלבע ווערטער ווי קופי?
בדחן האט א מנהג יסודתו בהררי קודש צו קוואוטן "מעכטיגע" תגובות, כדי שיעמוד למשמרת ימים רבים אויב יענער וועט עס וועלן פארמעקן שפעטער......
וואס גייט דא פאר?? ווען איז קאווע שטיבעל געווערן אזוי וואן טרעק מיינדעד אז מען טאר נישט ארויסברענגן א מיינוג..??
איך האב ארויס געברענגט א א פוינט דורוך מאכען א קוואט.. איז די עצבות אזוי הויך אפילו און די וואך פון פורים אז מען קען נישט דערהערן א צווייטען..??
יענער וועם איך האב געקוואט האט פארשטאנען מיין תגובה און געטוישט דערפאר זיין תגובה דערפאר האב איך פארמעקט מיין תגובה,
אבער ווער ווייסט דען נישט ווי אזוי ר״י אייבשיץ האט אויסגעטייטשט דעם חד גדיא, וד״ל.
קריכטס ארויס פינעם זעקל, עס איז דא א וועלט ווערט צו לעבן דערין.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:23 pm
דורך יידל
אוי, כ'האב פארפאסט די סאמעטוכע. קופי געשריבן, בדחן גע'קוואוט, קופי פארמעקט, בדחן פארמעקט, שמעקי אנאליזירט, בדחן קריטיקירט. ס'גייט א רויך. אבי דער עולם האט א זעקל פון וואס ארויסצוקריכן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:26 pm
דורך איך אויך
האסט אפשר א איבריגע זעקל?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:46 pm
דורך ברסלבער
בדחן האט געשריבן:איך האב ארויס געברענגט א א פוינט דורוך מאכען א קוואט.. איז די עצבות אזוי הויך אפילו און די וואך פון פורים אז מען קען נישט דערהערן א צווייטען..??
זיי נישט אזוי בייז, דערוילעם איז נאכנישט אינגאנצן אויסגעניכטערט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:47 am
דורך טעפל
בדחן האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:בדחן טייערער, האסט געזאגט פונקט די זעלבע ווערטער ווי קופי?
בדחן האט א מנהג יסודתו בהררי קודש צו קוואוטן "מעכטיגע" תגובות, כדי שיעמוד למשמרת ימים רבים אויב יענער וועט עס וועלן פארמעקן שפעטער......
וואס גייט דא פאר?? ווען איז קאווע שטיבעל געווערן אזוי וואן טרעק מיינדעד אז מען טאר נישט ארויסברענגן א מיינוג..??
איך האב ארויס געברענגט א א פוינט דורוך מאכען א קוואט.. איז די עצבות אזוי הויך אפילו און די וואך פון פורים אז מען קען נישט דערהערן א צווייטען..??
יענער וועם איך האב געקוואט האט פארשטאנען מיין תגובה און געטוישט דערפאר זיין תגובה דערפאר האב איך פארמעקט מיין תגובה,
אבער ווער ווייסט דען נישט ווי אזוי ר״י אייבשיץ האט אויסגעטייטשט דעם חד גדיא, וד״ל.
קריכטס ארויס פינעם זעקל, עס איז דא א וועלט ווערט צו לעבן דערין.
למעשה וואס איז געבליבען מיטן שווער??
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:39 am
דורך קאווע טרינקער
פורים איז שוין ווייטער דא.....

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 5:26 pm
דורך 13'טע עוועניו
This might help you with your purim enxiety and help you enjoy it.דיין דיסקריפשען איז זייער הומאריסטיש און עקיורעטלי וויאזוי אסאך מענטשן פילען.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 5:38 pm
דורך דריידל
איך וויל מעורר זיין די ליינער אז אין די לעצטערע יארן איז פארדרייט געווארן דאס ענין פון מתנות לאביונים ווען ישיבות און ארגענעזאציעס שיקן ארויס די בחורימלעך צאמצונעמען פאר פארשידענע צוועקן. מ'דארף וויסן אז פורים האט מען מתקן געווען איינע פון די מצוות היום צו שטיצן ארעמעלייט און ווי די גמרא זאגן עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה. די וואס גייען ארום פאר אנדערע צוועקן זענען מקפח את העניים און עס קען גאר זיין א מצוה הבאה בעבירה.
די וואס געבן געלט דארפן וויסן אז אויב איז דא אן ארעמאן וואס גייט און אויך איינער וואס גייט פאר א מוסד, דארף מען ערשט געבן פאר'ן ארעמאן ווייל ביי אים איז דא צוויי מצוות, די מצוה פון צדקה און די מצוה פון מתנות לאביונים.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 5:49 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]קאווע טרינקער[/tag], זיס ווי קאצקע צוקער! גארנישט געוואוסט אז דער moody-איין-שורה'דיגע-מגיב קען אזוי אפשרייבן אזאנס און אזעלעכס...
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 5:53 pm
דורך ברסלבער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:[tag]קאווע טרינקער[/tag], זיס ווי קאצקע צוקער! גארנישט געוואוסט אז דער moody-איין-שורה'דיגע-מגיב קען אזוי אפשרייבן אזאנס און אזעלעכס...
אויף דעם האט דער רבי געקלאגט. עס וואקסט אונטער א יונגע דור אשר לא ידע את יוסף, זיי ווייסן גארנישט וואסערע שרייבערס מיר האבן דא פארמאגט. דער קאווע טרינקער פלעגט דאך גיסן סחורה ווי גאלד, יעצט האט ער פארלוירן דעם אפעטיט און שרייבט בלויז קורצע תגובות. לאמיר האפן אז עס וועט זיין חדש ימינו כקדם, מען וועט צוריק אנהויבן באקומען לענגערע מאמרים פון אים און פון די אנדערע בדומה לו.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 6:31 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין פונעם יונגן דור אשר לא ידע את יוסף,
די 2 בעסטע מייסטער ארטיקלען פון [tag]קאווע טרינקער[/tag] (לויט מיין ארימען זכרון אויפן מאמענט) זענען די פאלגענדע:
"ספר יואל הבדוי" - וועלכע איך האב דא איבערגעמאכט אין א PDF פארמאט
viewtopic.php?p=81067#p81067"תולדות צדיקים בדוי"
viewtopic.php?p=62925דער האט א זעלטענעם כח.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 7:06 pm
דורך קאווע טרינקער
ויעלוז לבי.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:39 pm
דורך אויס מענטש
לכאורה זעהט מיר אויס ווי קאווע טרינקער האט פארלארן זיינע סעקרעטארען
#פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה