בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:16 pm
דורך לעמיל
ויכטיג מאכער
קום אהער און נעם די לייקס וואס די עולם געט דיך אפ דא

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 6:50 am
דורך יואב
דאס רעפלעקטירט און אלגעמיין דעם צערידערטע
קורץ קעפיגע באוועגונג, וועלעכע האט זיך איינגעגעבן ביים
יוגענט ווי צעדרייט, מייסטענס און וויליאמסבורג,
און שלאגט ווארצלען אן קיין גבול,
און יעדען חסידיש ווינקל ארום דער גארער וועלט,

דער באשעפטיגטע ציבור לויפט ארום באוואפענט מיט סקענערס,
ווילד טאנצנדע בליצערס,
און אויסשטאפירט מיט פארשידענארטיגע טיכטיגע געצייג,

מען ווארפט זיך מיט פילע סארט עמערדשענסי קאודס און בוכשטאבן,
נאכיאגענדיג הילפס רופן ווי עס איז דער הייסטע ספארטס,

צענדליגע אלערט גרופעס אויסגעשפרייט אויף טוויטער-בבמ-
און אויף פילע אנדערע מעסעדשינג גרופעס,
שטייען אויפן וואך צו אינפארמירן די דורשטיגע
ספארט יעגער ממש 24 שעה א טאג,

דאס גיט פאר די חברה ממש א סיפוק החיים,
אז עס איז צום שטוינען!

ווי נעמט מען אביסל שכל!