בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:33 am
דורך לעמאן דזשוס
ביטע נעם עס נישט פערסאנאל!!!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:38 am
דורך איחוד פעלד
ודי למבין האט געשריבן:לכאורה האט די ראש ישיבה עובר געווען אויף א לאו פון לא תונו את הגר, מען טא אים נישט זאגן זכור מעשיך הראשונים, וצע"ג



דער גר איז שוין נישט דארט געוועהן ווען ער האט עס געזאגט.

בכלל איז עס אבער נישט שיין צו זאגען אז די נאציס ווערען מגולגל אין סאטמאר........

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:40 am
דורך לעמאן דזשוס
איחוד, דער ראש ישיבה האט א נאמען??!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:57 am
דורך איחוד פעלד
אפשר ר' אלשין? (איך מאך עס אויף).

פארוואס פרעגסטו?

פרעג שוין בעסער פאר די נאמען פין דער גר!!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 11:53 am
דורך אויס מענטש
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ד"ה עס קרענט מיר אויב דארף איך נעמען אומבארעכטיגטע געלטער אדער פראגראמען,


נאר דאס גאנצע פדיון שבוים געלד פון 11211 גייט גלייך אריין און זיין טאש .

האיך יתקיימו שניהם ??? :?: :?: :?:

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:55 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
דאס לעצטע איז ערליך פארדינטע געלט. אז מען האט א גוטע עדיוקעישן קען מען בעטן 2000 דולער א שעה (אויך אויב מען איז ווערט).
הבנת חביבי ?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 12:23 am
דורך קינות גירושין
ביי די געלערטע אין די פערפעשנעלס איז דא פונקט אזאלכע גנבים און קראקס, מעדאף יוכח , סאיז דארט פשוט אויף א גרעסערע פארנעם  

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 2:38 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אמת עס איז אויך דא ביי זיי שווינדלער אזוי ווי עס איז דא ביי אונז אזעלעכע וואס לעבן הונדרעט פראצענט אויף ערליך פארדינטע געלט. די חילוק איז נאר וואס די ערציהונג גיט פארן אלגעמיינעם דורכשניטליכן מענשט, צו גיט עס די מעגליכקייט פון פירן א נארמאלן לעבנס שטייגער און פארדינען דאס אייגן שטיקל ברויט, אדער גיט עס נישט קיין שום כלים, און אז איינער וויל זיך דוקא ארויסדראפעווען פונעם געמויזאכטס און ער וויל לעבן גראד אויף די ביכער דארף ער זיך דראפן אויף די גראדע ווענט און קעמפן ציין און נעגל מיטן דלות.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:10 pm
דורך גנדי
איך וואלט אויסגעוועלט חסידיש-מאדערן-ארטאדאקס, אויב עס איז דא אזא זאך.

די חמימות פון חסידישקייט, די שמחה, די פאזיטיווע זאכן פון חסידות. אבער מאדערן-ארטאדאקס אין הלכות, תורה ומדע.

חסידיש-מאדערן-ארטאדאקס מאכט די מערסטע סענס, און וועט אנהאלטען די לענגסטע ביז משיח וועט קומען.

עס עקזעסטירט נישט במציאות אזא ארגענעזירטע קרייז, אבער עס איז דא אין קארלבאך חסידים, אביסעל אין ברסלב, די YU תלמידים וואס קומען קיין סקווירא, די 5 TOWNS חברה וואס זענען מכניס אורח רעבעס.

אפשר ליפא שמעלצערס שול איז די ערשטע חסידיש-מאדערן-ארטאדאקס קהלה.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:22 pm
דורך לאליפאפ
איחוד פעלד האט געשריבן:
ודי למבין האט געשריבן:לכאורה האט די ראש ישיבה עובר געווען אויף א לאו פון לא תונו את הגר, מען טא אים נישט זאגן זכור מעשיך הראשונים, וצע"ג



דער גר איז שוין נישט דארט געוועהן ווען ער האט עס געזאגט.

בכלל איז עס אבער נישט שיין צו זאגען אז די נאציס ווערען מגולגל אין סאטמאר........

אין פאקט האט א סאטמארער פיינט א ריזיג חלק כלל ישראל, אפגעזעהן פאר וועלכע חטאים. ממילא זענען זיי גערעכט מיט דעם פוינט!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:10 am
דורך אביגדור
ליידער...

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:05 pm
דורך איך אויך
וואלסט צוריק געגאנגן צו די סווינגינג סיקסטיס אול דעי וועי? פרי לאוו אויך?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:15 pm
דורך אביגדור
חלילה.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:31 pm
דורך איך אויך
כנראה ווייסט איר נישט וואס פרי לאוו מיינט. שוין עס איז בעסער אזוי.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:15 am
דורך שימעלע
סאיז אינערסאנט אז די נשמה זעיט אזוי פיל קלירפילע פראקציעס אין אידישקייט וואס דארט אויבן זעיט ער אז אלע זענען אמת (איעדער אויף זיין דרך), און דאך זאל ער אויסוועלן א פראקציע וואס האלט אז נאר אונז זענען אידען און די אלע אנדערע זענען האלבע אדער גאנצע גוים.
נאר סקען זיין אז ער טיט עס פאר די challange צי ער וועט יא זיין געניג קליג צי איינזעין אז די אנדערע זענען אויך ערליכע כשר׳ע אידן . קומט אויס אז די אלע וואס האלטען נישט אזוי ווען זיי וועלן ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט זיך פילען ווי א fool פארו זיך לאזען פארנארען.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:48 am
דורך גנדי
איך האב אייביג געהאט די קשיא, די קרייזן וואס ווילן נישט זייער קינדער זאלן זאגן תהלים מיט קינדער וואס גייען מיט באקל-פאסיגס, זיי ווילן נישט לערנען די זעלבע דף וואס אידן מיט בענד-דאונס לערנען, זיי ווילן נישט עסן פלייש פון שוחטים וואס זייערע פרויען גאלן נישט אפ זייער קאפ, זיי ווילן נישט זיצען צוזאמען ביי א כינוס מיט אידן וואס טוען אהן בלויע העמדער, זיי לאזן נישט אידן טאנצן אין זייער שטאט מיט געלע פענער, זיי לאזן נישט ראש ישיבות וואס שפילן אויף גיטארס עפנען ישיבות, זיי לאזן נישט די קינדער זיך פארהערן משניות ביי א קאמפיין וואס ראפעלט אויס א שגץ-בייק, זיי לאזן נישט הענגן אין זייער שטאט א בילד פון א אינגל מיט קורצע פיאות, ועוד ועוד...

ווען משיח וועט קומען, ווי אזוי וועלן זיי גייען אין בית המקדש מקריב זיין זייער קרבן פסח? ס'וועלן זיין אין אדער נעבן די בית המקדש אידן פון אלע קרייזן, קינדער וואס גייען מיט באקל-פאסיגס, אידן מיט בענד-דאונס, כהנים וואס וועלן שחט'ן וואס זייערע פרויען גאלן נישט אפ זייער קאפ, אידן וואס טוען אהן בלויע העמדער, אידן וואס טאנצן מיט געלע פענער, ראש ישיבות וואס שפילן אויף גיטארס, קאמפיינס וואס ראפעלען אויס א שגץ-בייק, אינגלעך מיט קורצע פיאות...

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:07 am
דורך געפילטע פיש
מ'סתם וועלן זיי בויען אן עקסטערע בית המקדש על טהרת הקודש, נישט צוצוקומען צו קיין התבוללות חלילה.

כ'געהערט אז זיי האבן א שטח אויף הר גריזים.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:12 am
דורך זר זהב
גנדי לעבן, רעדיר איין!

נאך משיח וועט יעדער גיין מיט א פלאטשיגן ביבער היט א לאנגן רעקל, גענוי אנגעטון ווי אלע ערליכע אידן גייען היינט. ס'וועט קיינער נישט האבן דעם יצר הרע צו וועלן אויסזעהן ווי דעם גוי. יעדער וועט טון אלע סארט פעולות צו זיין בעסער אינעם ואבדיל אתכם מן העמים.

איך פיטי אייך.

איר גייט זיין שאקירט!

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:21 am
דורך גנדי
זר זהב האט געשריבן:גנדי לעבן, רעדיר איין!

נאך משיח וועט יעדער גיין מיט א פלאטשיגן ביבער היט א לאנגן רעקל, גענוי אנגעטון ווי אלע ערליכע אידן גייען היינט. ס'וועט קיינער נישט האבן דעם יצר הרע צו וועלן אויסזעהן ווי דעם גוי. יעדער וועט טון אלע סארט פעולות צו זיין בעסער אינעם ואבדיל אתכם מן העמים.

איך פיטי אייך.

איר גייט זיין שאקירט!


פלאטשיגע ביבער היטן אפשר יא. אבער אין בית המקדש - מיין איך - וועלן מיר דארפן גיין בארפיסיק.

וועט נישט זיין אסאך וואס וועלן אנטוהן סנדלים ווי די מתנחלים ווען זיי קומען ארויס פון די בית המקדש?

וואלסטו געוואלט דיין זוהן זאל זיך חברן מיט קינדער וואס זייער טאטע גייט אן זאקן און סנדלים אויפן גאס?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:22 am
דורך זר זהב
איר פארשטייט נישט. אויב וועט דאס זיין דער וועג פון די כהנים וועט עס אויטאמאטיש זיין אפגעפרעגט ביי די באמעס. איז אלעס פיין.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:26 am
דורך געפילטע פיש
וואס וועט מען אבער טוהן מיט די בארוועסע פרויען וואס וועלן אריין קומען אין עזרה מקריב זיין קרבנות?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:27 am
דורך שמעקעדיג
עס גייט זיין באמעס אין בית המקדש? קיינמאל נישט געהערט דערפון. ווערט געברענגט אין נביא?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:28 am
דורך געפילטע פיש
ער מיינט צו זאגן במות, נישט באמעס.