נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2013 10:51 pm
שימעלע, איר ווייסט אפשר די סיבה פארוואס מ'איז געגאנגן אויף בחירות יעצט אויב נישט צוליב גיוס בני הישיבות? טא וואס מאכט א פרומער כח אויס? ביי די פאריגע קאאליציע איז דאך שוין געווען א פרומע כח און אויפגעטון האט מען גארנישט.
*
וואלפה, די קנאים'ס מיינונג אויף די קאאליציע איז אפשר שווער צו פארשטיין, נעם אבער זיי מוחל אין די האנט אריין א המודיע צי א המבשר און קוק די אגודיסטישע שיטה... ממש הפלא ופלא ווי מ'באשמוצט און מ'באזידעלט דעם ממשלת זדון, און מ'באוויינט דעם ממשלת שמד אזש אין דער איד איז נישטא אזאנע שארפע ארטיקלען קעגן די ממשלה ווי דארט איז דא.
און לאמיר נישט פארגעסן, דא איז נישט געווען אז די חרדים האבן געזאגט אז היות ס'איז א ממשלת שמד וואס וויל מאכן גזירות אויף גיוס, וועלן מיר אין די ממשלה נישט אריינטרעטן. דא רעדט זיך אז לפיד האט געמאכט א גוט שטיקל און זיי מחרים געווען פון די ממשלה, און אויף דעם איז דער געוויין.