בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:22 pm
דורך חזקיהו המלך
איז די שאלה צי
Mr. Harley Rivers Dickinson, Liberal Party Member of the Victorian Parliament for South Barwon, Australia
גייט אריין אין דעם כלל,

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:23 pm
דורך יידל
ער יא, די סייט וואס ברענגט זיינע אנגעבליכע ווערטער נישט.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 3:18 am
דורך חזקיהו המלך
אזוי ווי געוויסע האבען מעורר געווען וועגען ניצען דעם אוישוויץ פארגלייך, סאו האב איך געטוישט די קעפעל,

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 3:27 am
דורך יאיר
חזקיהו, די פאלאנד ספרינג וואסער וואס איך טרינק האט אויך די שעדליכע כעמיקאלן וואס נעמען אוועק די בחירה?

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 3:36 am
דורך חזקיהו המלך
לכאורה נישט, חוץ טאמער זיי ניצען שטאטישע סינק וואסער אין ניצען נישט קיין ספעציעלע פילטער דערפאר,
מ'קען טרעפען פלארייד וואס קען זיין אין וואסער פין נאטור אויס, אבער ס'נישט זעלבע סארט ווי די קעמיקאל וואס זיי לייגען אריין,

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 3:55 am
דורך יאיר
ברוך ה', אני את נפשי הצלתי. איך האב שטענדיג געטרינקען נאר געקויפטע וואסער, און איך שפיר טאקע ביי מיר אז מיין בחירה איז גאנץ און געזונט. איך הייב אן ערנסט טראכטן אז די אידן וואס טענה'ן זיך שטענדיג מיט מיר אז דער מענטש האט נישט קיין בחירה איז דאס פשוט א רעזולטאט פון די פארפעסטעטע וואסער ל"ע.
אלס א זייטיגע נאטיץ קלער איך אז מען זעט דא קלאר דער השגחת הבורא וואס האט צוגעפירט אז עס זאל זיין ווערים פונקט (!) אין די שטאטישע וואסער סיסטעם, אזוי זאלן מיר מוזן פילטערן דאס וואסער, אדער קויפן ספרינג וואסער, און דורך דעם וועלן אלע ערליכע אידן ניצל ווערן פון די שעדליכע כעמיקאלן וואס נעמען אוועק דעם דעת און די בחירה, און זיי וועלן ווייטער קענען דינען דעם באשעפער מתוך בחירה חפשית.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 12:16 pm
דורך געפילטע פיש
חזקיהו המלך האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

מען זעט טאקע אז די מאנסיע און סקווירא אידן זענען מער אפענמיינדעד און האבן א בחירה


דארט איז דא א פראבלעם אז ס'לעבען די אינדיען פוינט נוקלארע רעאקטאר, אין די ראדיאציע וואס ליקט ארויס קען שאטען פאר מענטשען,

:lol: חברה, איך מיין אז חזקיה נעמט אונז אלע אויף א רייד.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 9:34 pm
דורך קול דודי
ס׳איז אסאך ערגער פון דעם, חזקיהו. פארגעס פון פלארייד; דו ווייסט אז און די וואסער לייגט מען אריין אסאך מער היידראדגען ווי פלארייד? און ווי שעדלעך דאס איז ברויך מען אפילו נישט זאגען! איינס פון די ערגסטע טראגעדיעס און די געשיכטע פון עיר טרעוועל איז צו פארדאנקען די שרעקליכע שעדליכקייט פון היידראדגען! (עיין ערך Hindenburg disaster) אין ווי יעדער ווייסט זענען די שעדליכסטע נוקלוארע וואפן געמאכט פון דעם! יא, אטאמישע וואפן! אין דאס ליגט און אונזער ואסער!

אחוץ פון דעם, איז דאס א גרויסע באשטאנדטייל פון קארבאהיידרעטס אויך, וואס יעדער ווייסט מאכט פעט. און די גאווערמענט רעדט איין אונזערע קינדער אז אסאך וואסער איז געזונט! מן הסתם כדאי די ערפינדער פון די אלע דייעטס זאלן קענען מאכן אסאך געלט. איך שטעל מיך פאר אז זיי לייגן די היידראדגען אין די וואסער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:40 am
דורך ונבנתה העיר
יא, טעלער האט א שיינער מוח.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:19 am
דורך איחוד פעלד
יאיר טרונקט געבאטעלטע וואסער.

איך טרינק אהן א שיעור וואסער סטרעיט פין דער סינק.

לערך צען גלעזליך א טאג.

הלוואי וואלט עס געדעמדזט מיין כח הבחירה, אלע מיינע חברים ידידים און מיין ווייב בתוכם זאגען מיר אז איך בין אן עקשן וואס לאזט זיך נישט רירען.

ווער ווייסט, אפשר זאל איך דאפלען די סומע וואסער וואס איך טרינק א טאג, אפשר ווען עס לעזען מיין פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:32 am
דורך שמעקעדיג
טאקע היא הנותנת, דו ווילסט שוואכער מאכן דיין עקשנות, אבער דו האסט פארלוירן דיין כח הבחירה! בעל כרחך בלייבסטו מיט די אומ'בא'טעמ'טע עקשנות...

איחוד פעלד האט געשריבן:אלע מיינע חברים ידידים און מיין ווייב בתוכם זאגען מיר אז איך בין אן עקשן וואס לאזט זיך נישט רירן.

אזוי אויך מערערע חברי השטיבל קענען דאס מעיד זיין... נישט אזוי?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:34 am
דורך איחוד פעלד
סא איז דיין עצה איך זאל טרינקען פין היינט אין ווייטער געבאטעלטע וואסער אזוי וועל איך אייביג מסכים זיין צו יעדעם?

נו וואס וועל איך שרייבען? נארר לייקס?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:59 am
דורך שמעקעדיג
כ'קען נישט געבן א ריכטיגע עצה פונדערווייטענס. קום כאפ א שמועס מיט מיר אין מיין אפיס, וועל איך דיר קענען געבן די ריכטיגע אדווייס בעז"ה ;)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:59 am
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:קול דודי - וועלקאם בעק!
דערמאנסט מיך פון פען און טעלער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yi3erdgVVTw[/youtube]



יידל האט געשריבן:אבער מענטשן, ווען זיי הערן אז מ'לייגט אריין כעמיקאלן אין די וואסער ווערן זיי היסטעריש. דזשאן סטאסעל האט אמאל געטון אן אינטערעסאנטער עקספערימענט. ער האט זיך אראפגעשטעלט אויף די גאס און געבעטן דרוכגייער אונטערצושרייבן א פעטיטציע צו פארבאטן די באנוץ פון דיהיידראדזשען מאנאקסייד. ער האט מסביר געווען פאר מענטשן אז מ'דארף קעיר נעמען פון דעם כעמיקאל וויבאלד עס געפונט זיך כמעט איבעראל און עס איז גורם צו טויזענטע טויטע איבער די וועלט יעדעס יאר. נאך מער, די כעמיקאל איז קאלירלאז און טעם'לאז אזוי אז רוב מענטשן כאפן זיך ניטאמאל אז עס עקזעסטירט! מענטשן האבן אונטערגעשריבן דעם פעטיטציע אין גרויסן. עס איז נאר געווען איין פראבלעם. דיהיידראדזשען מאנאקסייד איז די סייענטיפישע נאמען פון וואסער (אין קורץ שרייבט מען עס H2O). מענטשן מיינען אז די ווארט כעמיקאל איז עפעס א שרעקעניש. אין פאקט, אין די אויגן פון א כעמיסט איז אלעס א כעמיקאל. שרעקעדיגע ווערטער זענען אייגענטליך פראדוקטן מיט וואס איר באנוצט זיך טאג טעגליך. סאדיום כלארייד איז פשוט'ע זאלץ. אסעטיק עסיד איז וויניגער. פארשטייט זיך אז פשוט'ע מענטשן וועלכע פארשטייען נישט צו כעמיק וועלן דערשראקן ווערן פון סיי וואספארא כעמיקאל וואס ליגט אין זייערע עסן און פראדוקטן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:19 pm
דורך חזקיהו המלך
מדינת ישראל גייט סטאפען צי לייגען פלארייד אין די וואסער, נאך א בג"ץ אורטייל אז ס'איז שעדליך פאר די געזונט,
http://naturalsociety.com/israel-court- ... -concerns/