בלאט 2 פון 10
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:13 am
דורך ידען
נולד מאוחר האט געשריבן:סא עת לאהוב איז אויס?
כ'פארשטיי נישט מהאט אפגעשמועסט עפעס וואס איז דאס שפרינגעריי. ביז ווי לאנג די ערשטע פראדזשקעט איז נישט פארטיג הייבט מען נישט אן די נעקסטע.
עת לאהוב וויל מען האבען רשות פון די מו"ל.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:22 am
דורך ברסלבער
ועוד, עת לאהוב איז איין ענין און נישט יעדער האט א געפיל צו שרייבן אין דעם ענין, משא"כ אנדערע ארטיקלען שרייבט דאך דער עולם סיי ווי, יעדער קען שרייבן צו וואס זיין הארץ ציעט, און מען דארף זיך נאר אביסל אנשטרענגען צו שרייבן באופן אז עס זאל זיין ראוי לדפוס.
אגב, די אויסגאבע וועט אויך האבן א מאחורי אפטיילונג?
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:29 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איך די קלאסיפיידס
די "ארבייטערס געזוכט" קאלומ'ס. די איבריגע וועלכע דו ניצט נישט. שקויעך.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:31 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך נעם די $2.50
איכ'ל אריינפעקסן א טשעק אויף דעם סכום, בל"נ.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:33 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:כעל שרייבן מער באריכות איבער כאצימאטידית
וואספארא מין חי' איז דאס? אין וועלעכן זאא קען מען עס זעען? (דזשאסט קידדינג.(
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:36 am
דורך berlbalaguleh
מורינו הרב האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך שרייב די סיפורי צדיקים קאלום
קאווע טרינקער, כאפ מיר נישט אויס... די סיפורי צדיקים שרייב איך.
ניין. קריגט אייך נישט, קינדער. די סיפורי צדיקים 'עט שרייבן אדער כולל חצות אדער תהילים כולל.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:41 am
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:דאס וועט זיכער פאגרינגערן קול קורא'ס.
שטעלט אייך פאר א קול קורא אונטערגעשריבן דורך אזעלכע חשוב'ע רבנים, גאונים וצדיקים ווי, קופערניקוס, זר זהב, שמעקעדיג, געפילטע פיש, וכו'.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:45 am
דורך ברסלבער
בערל, פון דיינע געשמאקע קאמענטארן דא אין דעם אשכול, זעהט אויס אז דו וועסט זיין די קאמענטירער אין די אויסגאבע.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:47 am
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:בערל, פון דיינע געשמאקע קאמענטארן דא אין דעם אשכול, זעהט אויס אז דו וועסט זיין די קאמענטירער אין די אויסגאבע.
שקויעך. נו וועלכע אפטיילונג?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 12:12 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
לדעתי האלטן מיר נאכנישט ביים דרגא פון קענען זאגן
גירא בעינא דשיטנא. עס איז נישט כדאי צו זיין א
מחזיק באזני כלב, בבחינת פני הדור כפני הכלב.
וואס טוט זיך מיט די שבועה פון לא ידחקו את הקץ?
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:02 pm
דורך משה געציל
ברסלבער האט געשריבן:אגב, די אויסגאבע וועט אויך האבן א מאחורי אפטיילונג?
זיי מסביר, נאר ליינער פון פופציג (זאכליכע) אויסגאבעס וועלן זיין בארעכטיגט צו ליינען?
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:27 pm
דורך חזקיהו המלך
קאלום'ס וואס זענען דערווייל שוין דא:
מיטל מזרח אנאליז....... ממי_שאמרו
הליכות והלכות.......... משה געציל
סיפורי צדיקים ..........קאוע טרינקער אדער מורינו הרב
פין די ארכיוון............א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט
חינוך אין השקפה ......... יאיר
קאנספיראציע קאלום ............. חזקיהו המלך
ווער ס'האט א אינטערעסע אין אמעריקאנע פאליטיק, היימישע נייעס, אין וועלטליכע נייעס אדער אנאליזען ביטע זיך לאזען הערען,
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:37 pm
דורך קאווע טרינקער
איך געב נאך פאר מורינו הרב.
איך וועל שרייבן '' גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען''.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:38 pm
דורך חזקיהו המלך
קאווע טרינקער האט געשריבן:
איך וועל שרייבן '' גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען''.
וואס מיינט עס ?
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:40 pm
דורך נייגעריגער
ס'מיינט מסתמא קעגן דעם אין יענעם!
אולי בבחינת שאולזאן.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:42 pm
דורך זר זהב
אדער באמת שיינע מעשיות אויף פשוט אויסזעהענדע מענטשן
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:53 pm
דורך קאווע טרינקער
חזקיהו המלך האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:
איך וועל שרייבן '' גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען''.
וואס מיינט עס ?
ווארט מיט געדולד פאר די ערשטע בלעטעל..
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:55 pm
דורך חזקיהו המלך
אפדעיטעד:
קאלום'ס וואס זענען דערווייל שוין דא:
מיטל מזרח אנאליז ....... ממי_שאמרו
הליכות והלכות .......... משה געציל
סיפורי צדיקים .......... מורינו הרב
פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט
חינוך אין השקפה ......... יאיר
קאנספיראציע קאלום ............. חזקיהו המלך
גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען ........... קאווע טרינקער
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:56 pm
דורך זר זהב
חזקיהו המלך האט געשריבן:אפדעיטעד:
קאלום'ס וואס זענען דערווייל שוין דא:
מיטל מזרח אנאליז ....... ממי_שאמרו
כאצימאטידית ......... זר זהב
הליכות והלכות .......... משה געציל
סיפורי צדיקים .......... מורינו הרב
פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט
חינוך אין השקפה ......... יאיר
קאנספיראציע קאלום ............. חזקיהו המלך
גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען ........... קאווע טרינקער
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:58 pm
דורך ברסלבער
איך בין גרייט צו שרייבן א קאלום איבער "די זיסע געשמאק פון אידישקייט"
א גראפיקיסט איז שוין דא? (איך קען נישט).
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:59 pm
דורך קאווע טרינקער
ברסלב, אויף דעם איז שוין דא דער גליון מהרא"ש....
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:00 pm
דורך זר זהב
איך קען אויך שרייבן א רובריק: "די אפגעריסענקייט און דומקייט פון די קיהלע"
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:01 pm
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברסלב, אויף דעם איז שוין דא דער גליון מהרא"ש....
דאס וועט זיין אביסל אויף אן אנדערע דרך, עפעס אזוי ווי ברסלבער פון קאווע שטיבל..