בלאט 2 פון 11

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:35 pm
דורך שמעקעדיג
פאסיק? דאס באלאנגט פאר די טאטעס וועלכע שמייסן די קינדער..

אין לשה"ק זענען דא געציילטע ווערטער וועלכע דער עולם איז זיך זייער אפט טועה. זייער אסאך שרייבן דעם י' בעפאר דעם ו' ביי די פאלגענדע 2 ווערטער: מקוים, מחויב. מען קען עס אפשר שרייבן מיט 2 יודי"ן, מקויים, מחוייב, כדי זיכער צו מאכן אז מען שרייבט נישט פארקערט, כזה: מקיום, מחיוב. דער טעות שטאמט ווייל ווען מען שרייבט דעם ווארט אן דעם מ', באלאנגט עס יא חיוב, קיום, דער יו"ד קודם.

און ענליך צו דעם, איז דא א חילוק צווישן "מיקל" און "מקיל". מ'שרייבט "מען קען מקיל זיין", נישט מיקל זיין. זייער אסאך שרייבערס דא זענען זיך טועה דערין.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:58 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג, איך בין יעצט אהערגעקומען צו שרייבן ממש וועגן דעם.

חוץ ווען די מ"ם איז א משמש, דעמאלטס שרייבט מען יא מחיוב, נפטר מחיוב הנחת תפילין.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 11:09 pm
דורך ונבנתה העיר
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.


איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די שאלה 'וויאזוי' איז במקורו צוויי אפגעטיילטע ווערטער געזאגט בניחותא, דהיינו איך בין דיר מסביר וויאזוי[...] מען שרויפט אריין א שרויף, שרויף איך עס אריין און איך זאג דיר 'ווי אזוי' ['אזוי' גייט ארויף אויף די פעולת השרויפן], והוא הדין ווען דו פראביר'סט אריינצושרויפן און דו פרעגסט מיר ווי אזוי? דהיינו אזוי איז די ריכטיגע וועג?, ומשם נשתלשל אז עס מיינט how.


ווי אפט איז how often ס'העלפט דיך?

איך קלער נאכאלץ אז דאס קומט פון דעם וואס 'ווי' שטעלט מיט זיך פאר א געוויסע ציור - א סינעריא, ווי יאנקל דער גביר, ווי אין א גרינעם דינסטאג, ממילא נוצט מען עס שוין אויף צו פרעגן אויך, 'ווי אפט' ד.ה. אז 'אפט' איז א געוויסע ציור פון געשעהנישן, און איך וויל וויסן צו וועלכן ציור עס שטעלט זיך צו, צום ציור פון איינמאהל א טאג אדער צום ציור פון איינמאל א וואך.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
אנשטאט שרייבן "יונגעלייט", וואס איז א צוזאמענטשטעל פון 2 ווערטער, "יונגע לייט", זענען דא מאנכע וועלכע שרייבן "יונגערלייט", מיט א איבעריגן ר'.
בעיקר קען מען דאס טרעפן ביי די וועלכע שרייבן עס אין ענגליש, Yungerleit (אויף 'וואס איז נייעס' אין די קאמענטס טרעפט מען עס אפט) אדער ביי די וועלכע רעדן נישט א היימישן אידיש.
דער טעות שטאמט ווארשיינליך צוליב דעם וואס בלשון יחיד זאגט מען "יונגערמאן", וועלכע איז פולשטענדיג ריכטיג (אויך 2 ווערטער: "יונגער מאן"), אבער ביי א לשון רבים, פאלט אוועק דער ר', אבער נישט אלע געדענקען אים אוועקצונעמען.
כ'האב שוין כמ"פ געטראפן דא עטליכע ניקס שרייבן אזוי. (ע"פ רוב פאררעכט איך עס).

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 3:38 pm
דורך קאווע טרינקער
זייער א וויכטיג אשכול, ייש"כ.

איך בין ווייט פון שלימות. (אגלה סוד, ווען איך ווייס נישט וויאזוי אויסצולייגען די ווערטער, נוץ איך מיין רעליגיע שפראך, היברו.)

בעיקר וואס מיך באדערט, ווען דער שרייבער איז נישט מבחין בין "די" ל"דו", ס'שטערט דעם/דאס רצף הקריאה.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 5:17 pm
דורך געפילטע פיש
איך בין געשלאגן אין דעם, איך שרייב "אינגערלייט", וועלמער פראבירן צו שרייבן אן די רי"ש פון היינט און ווייטער, און וואס איז מיט די אל"ף ווערסעס יו"ד, איז אינגעלייט נישט מער אידיש, און יונגעלייט מער יידיש?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 5:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
רוב פראפעסיאנאלע שרייבער היינט צוטאגס שרייבן יונגעלייט, יונג, און נישט אינג.

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 9:03 pm
דורך נייגעריגער
פון דא:
בדחן האט געשריבן:די צעטיל איז נאך א באווייז מיט וואס פאר כאפטע קליין שטעטעלע משוגעים מען האט צוטיען,
זאל רמ"מ האבן הצלחה צוצישטעלן כשר פלייש פאר יודן, און די הינט זאל ווייטער בילען ביז עס וועט זיי נמעס ווערן.

כמדומה אז דער ווארט פארמיאוסן אויף לשה"ק קומט געספעלט "נמאס" און נישט "נמעס"....

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
דורך שמעקעדיג
איז דאס די איינציגסטע טעות וואס דו האסט באמערקט?
קום אהער און לייג זיך איבער...

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:19 am
דורך נייגעריגער
ניין, ניין, ניין!
דאס האב'ך יעצט באמערקט [און יעצט בינעך אין א מאאד פון קריטעקירן]
און ווען כ'וועל טרעפן נאך [נישט גוטע מאאד'ס] וועל'ך ברענגן נאך !

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:25 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג מיינט נישט צן פרעגן בכלליות, נאר אויב דאס איז די איינציגסטע טעות וואס דו האסט געטראפן אין דעם דאזיגן תגובה.

Punctuation Rules

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 7:10 am
דורך יואב
מ'בלעימט נישט קיינעם, מיר ווייסן פונקטליך פון וועלעכע חדר איר האט גראדואירט, און ווען נישט וואלט איר דאך נישט געזיצן דא אינעם שטיבל.
עס איז ראטזאם יעדער זאל א בליק טאהן אויף די פאנקטשועישן ראלס, וועלעכע נעמט געציילטע מינוטן אדורכצוטוהן.
אפילו אויב איר שפירט איר קענט נישט זיין פונקטליך, דאן פראבירט לכל הפחות צו ענדיגן דעם זאץ מיט א Period (.) און נישט מיט א Comma (,) .

פאלגענד איז א ליסטע פון אלע מארקס.
כ'האב נישט קיין צייט יעצט צו שרייבן פונקטליך ווען מ'נוצט וואס, געוויס האט איר א געפיל ווען צו נוצן וואס, און אפילו נישט, נעמט דאס איינס צוויי אדורכצוטוהן.

The Comma [ , ]

The Semicolon [ ; ]

The Colon [ : ]

The Period or Full Stop [ . ]

The Interrogation or Question Mark [ ? ]

The Exclamation Mark [ ! ]

The Dash [ — ]

The Parenthesis [ ( ) ]

The Quotation Mark [ " " ]

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:19 pm
דורך נייגעריגער
פון דא:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נישט אז זיין טאטע איז בעסער, זיי ביידע זענען low lifes אין פילן זין פון ווארט

אזוי גרוילעג צו רעדן אויף א רב?
דרך ארץ! ביטע.

גרויליג, כצ"ל.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:33 pm
דורך דבילה
זר זהב האט געשריבן:דעמאלטס איז נישט הייליג ליעב צו האבן הייליק..


מאך נאר זיכער ווען די שרייבסט "הייליקייט" צו פארגעסן דעם גימ"ל..

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:34 pm
דורך נייגעריגער
פון דא:
elter-zeide האט געשריבן:לשבר את האוזן וועל איך דאס אזוי משבר זיין, למשל "צייט" צייט איז דא עבור אין עתיד, נעכטן איז עבור (24 שעה) אייער נעכטן איז נאך פריר א יאר איז נאך פריר, 10 יאר 20 יאר 100
יאר 1000 יאר ביז ווי לאנג א מענטשליך שכל פארנעמט, פריר פון דעם איז א מענטשליך שכל באגרענעצט, ער פארנעמט נישט מער, פינקט ווי א בהמה אדער א חיה פארשטייט נישט ווי אזוי א קאר אדער א פלען פארט אדער פליט, נישט אמאל פארשטייט ער צי פרעגען וויאזוי דאס פארט, אזוי פארשטייט נישט א מענטשליך שכל א אהנהייב פין צייט, אויך דאס זעלבע מיט "פלאץ" א מענטש איז דא אזא מין זאך ווי איין אינטש איין פיס איין מאאל אדער טאג ליכט, אזוי אויך מיט הויעך ווי הויעך איז נאר מעגלעך ענדיגט זיך דאס נישט, ווייטער דער כל יכול ביי עם איז דאס א פשט'ע זאך, נישט דא ביי עם אזא מין זאך צייט, ווייט, הויעך, דאס איז טייטש אין דע אני מאמין, ואין לו שום דמיון כלל, אין פינקט ווי דע חיות פארשטייען נישט אינץ מענטשען, פארשטייען מיר נישט זאכען וואס ביי זיי איז עס א פשטע זאך, ווייטער דער באשעפער פארשטייט אלס אין נאך אסאך מער עד אין סוף, דאס איז נאר בקיצור מ'קען שרייבען אין רעדען דערפין עד אין סוף, י

פריער
באגרעניצט
פונקט
מעגליך
אונז
פשוט'ע
דערפון

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:39 pm
דורך שמעקעדיג
ויש להוסיף (די בלויע):
פון דא:
elter-zeide האט געשריבן:לשבר את האוזן וועל איך דאס אזוי משבר זיין, למשל "צייט" צייט איז דא עבור אין עתיד, נעכטן איז עבור (24 שעה) אייער נעכטן איז נאך פריר א יאר איז נאך פריר, 10 יאר 20 יאר 100
יאר 1000 יאר ביז ווי לאנג א מענטשליך שכל פארנעמט, פריר פון דעם איז א מענטשליך שכל באגרענעצט, ער פארנעמט נישט מער, פינקט ווי א בהמה אדער א חיה פארשטייט נישט ווי אזוי א קאר אדער א פלען פארט אדער פליט, נישט אמאל פארשטייט ער צי פרעגען וויאזוי דאס פארט, אזוי פארשטייט נישט א מענטשליך שכל א אהנהייב פין צייט, אויך דאס זעלבע מיט "פלאץ" א מענטש איז דא אזא מין זאך ווי איין אינטש איין פיס איין מאאל אדער טאג ליכט, אזוי אויך מיט הויעך ווי הויעך איז נאר מעגלעך ענדיגט זיך דאס נישט, ווייטער דער כל יכול ביי עם איז דאס א פשט'ע זאך, נישט דא ביי עם אזא מין זאך צייט, ווייט, הויעך, דאס איז טייטש אין אני מאמין, ואין לו שום דמיון כלל, אין פינקט ווי דע חיות פארשטייען נישט אינץ מענטשען, פארשטייען מיר נישט זאכען וואס ביי זיי איז עס א פשטע זאך, ווייטער דער באשעפער פארשטייט אלס אין נאך אסאך מער עד אין סוף, דאס איז נאר בקיצור מ'קען שרייבען אין רעדען דערפין עד אין סוף


עבר
פלעין / עראפלאן
פרעגן
אנהייב
מייל
הויך
אים
אלעס
שרייבן און רעדן

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 3:17 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס מאכט מען חוזק פון אן אלטע-זיידע?
אפשר אמאל גערעדט אנדערשט מ'האט?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 4:47 pm
דורך ונבנתה העיר
ברעט מענינג האט געשריבן:ווי אזוי קען זיין אז מען האט פארגעסען פין די גאנצע מעשה דורך אויס די גאנצע 10 יאר?
אין נאכדעם קול, פין די גאנצע 10 יאר האבן זיי נישט געטראפען קיין מינוט זיך ארויסציראטעווען?
פאני!

פרוידיען סליפ?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:35 am
דורך יואב
זייער אסאך וועלענדיג אונטערשטרייכן עטליכע פונקטן , שרייבן זיי "נאכדעם כל".
דאס איז לכאורה גרייזיג.
ס'קומט "קודם כל", דערנאך "צווייטנס", דריטנס, אא"וו.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:34 am
דורך נייגעריגער
"יואב", ביסט זיכער גערעכט אז "נאכדעם כל" האט נישט קיין שום פשט דארט וואו מ'נוצט עס! אבער, לדעתי מיינט עס נישט דער עולם אלץ די טייטש פונעם ווארט, נאר ס'איז מער אזא סלענג!

פין/פון

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:29 am
דורך טרופ תלמיד
ווען שרייבט מען פין און ווען שרייבט מען פון?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:51 am
דורך MickyMouse
אויב איך ווייס גיט איז נישטא קיין ׳פין׳ מיט א יוד, נאר פון מיט א וואו.
איך זע אז איך האב בטעות געשריבן איינמאל מיט א יוד, עס איז נישט געווען דירעקט.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 10:13 am
דורך קאווע טרינקער
MickyMouse האט געשריבן:אויב איך ווייס גיט איז נישטא קיין ׳פין׳ מיט א יוד, נאר פון מיט א וואו.
איך זע אז איך האב בטעות געשריבן איינמאל מיט א יוד, עס איז נישט געווען דירעקט.

וכן דעתי.
פאר פריינד פ' פלעגט פירקלען פארוםינו פלעגט פין פאני פאר פאראיין פון.

(גיט) גוט.