בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:37 pm
דורך פיקציע
סעקשאן 8 גייט לכאורה פאר זיינע קינדער (און עקס) וויבאלד זיי האבן נישט צו צאלן 'זייער' רענט, און עס האט מער נישט מיט אים.
ווען ער זאל יעצט אפלייען פאר סעקשאן 8 וועט ער נישט באקומען קיין 1600, און איך ווייס נישט אויב 800 וועט ער יא באקומען, וואס איז געווען זיין חשבון פון די ערשטע מינוט מיטן פארלאנגען אז ער דארף האלב דערפון?
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:48 pm
דורך קינות גירושין
ווען ער טרענספערט דאס אויף זיין נאמען קען ער יא באקומען בערך 800 און נאכדעם ווען ער וועט חתונה האבען מיט א פרוי און קינדער וועט ער באקומען 1600 פאר די נעקסטע 50 יאר
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:52 pm
דורך קינות גירושין
געפילטע פיש האט געשריבען: קען זיין ס'פונקט פארקערט, זי מוטשעט זיך מיט זיבן קינדער, קען נישט גיין ארבעטן און וועט שווער חתונה האבן, און קען נישט סורווייוון אויף די נישטיגע 1600 דאלער א חודש, ממילא מוז מען האבן מער פרטים דא
ניין, זי האט 2 קינדער האט א גוטע זשאב און ער וועט לכאורה אויך נעמען א פרוי מיט 2 קינדער
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:58 pm
דורך געפילטע פיש
און די קינדער זענען וואו?
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:05 pm
דורך קינות גירושין
די קינדער זענען מיט די מאמע ( נישט אז דער טאטע וויל נישט, זי וויל האבען די קינדער) די שאלה איז באלאנגט עס פאר די קינדער? אדער איז עס א שותפות פון די עלטערן?
ועוד קוקט מען וואס די גוומנט זאגט אדער קוקט מען וואס זיי האבען זיך אויסגענומען אין בעיסד אויף דעם וואס הלכה זאגט?
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 1:16 am
דורך איחוד פעלד
לכאורה וואלט אני הקטן געזאגט אז הגם דער מאן איז גערעכט, איז עס זייל פארלוסט, סוף כל סוף האט מען געסיינט אן עגרימענט, און עס עיז נישט געשטאנען דארט.