בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:03 am
דורך פרישער
א רבי איז א רבי ווייל זיין טאטע אדער פעטער איז געוועין א רבי, איך קלער אז די רבי איז פינקט אזוי אין צרות ווי די המון עם, די המון עם אויב ציווילצעך עים למשל א קיגל אדער א פיצע אדער סתם אזוי אן איבריגע רעיפטל פעינעץ, וואס טיט ער גייט צים נעינסטען געשעפט האנדעלט, מאכט א ברכה מיט כוונה, עסט אין געגאנגען, משא"כ א רבי אויב תאוועט ער אויף עפעס אן אכילה גסה איז ער אין געבראטענע צרות, קענט עץ זיך פארשטעלען וואס דער רבי טראכט ווען דער עולם קיקט עם אריין אין די פיש טעלער אין ער מיז טיילן שרייעם, אין א צייט וואס ער גליסט אויף נאך איין בייס אין שוין, אין ער מיזעך אנהאלטען מיט אייזערנע, איך האלט ווען קיינער קיקט נישט האקצעך דער רבי קאף אין די וואנט מיט ביטערע יללות או לאמי שילדתי, אפשר דאך איז דא א וועיג ארויס, בקיצר איך בין זיי גארנישט מקנה, איך מיין זיי זענען נאך אלעמען אינז מקנה אויף א שוידערליכען פארנעם.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 6:59 am
דורך איינער
דער פאקט אז זיין טאטע און זיידע איז געווען דער רבי זי"ע, האסטו שוין איינגעזען אז דאס מאכט אים נישט פאר צדיק, אבער פאר פיפיגע CEO יא? קוקענדיג אויף די היינטיגע רבי'ס, וואלט איך דיר געזאגט אז די זאלסט זיך האלטן ביים דעם אז זיי זענען צדיקים, ווייל אלס פיפיגע CEO וועט עס קיינער נישט אויפקויפן.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:21 am
דורך אביגדור
ברור.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:33 am
דורך Atgan
נישט אזוי שווער צו פארשטיין.
ער זאגט פשוט, קוקנדיג אויף די היינטיגע מנהיגים, מאכט איהם שוין בעסער צו זאגן ענדערש אז זיי זענען צדיקים ווי צו זאגן אז זיי זענען פיפיגע CEO'ס.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:02 am
דורך ברסלבער
ברסלבער האט געשריבן:וואס איז א רבי?רבי נחמן מברסלב שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן אז עס זענען דא מענטשן וואס זאגן: "פארוואס דארף איך זוכן א גרויסער צדיק און ערליכער איד צו גיין צו אים? איך קען דאך גיין צו סיי וועלכן חשובער איד און זיך לערנען פון אים, קודם זאל כאטש זיין אזוי ווי אים" זאגט אויף דעם רבי נחמן אז דאס איז א טעות, ווייל א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, ער היילט דעם מענטש און געבט אים די ריכטיגע דייעטע צו זיין געזונט ברוחניות, יעצט ווען א מענטש וועט זאגן "פארוואס דארף איך נעמען א גרויסן דאקטער, לאמיך נעמען א קליינעם דאקטער, (זיין טאטע איז דאך געווען א גרויסער דאקטער) קודם זאל איך זיין אזוי געזונט ווי אים" דאס איז דאך זייער נאריש גערעדט, וואס האב איך פון דעם אז ער איז געזונט? איך וויל אז ער מיר אויך קענען מאכן געזונט, און די זעלבע איז מיט א רבי, ער דארף מיר קענען אויסהיילן ברוחניות, און פון דעם וואס ער איז ערליך האב איך גארנישט, ער דארף מיר אויך מאכן ערליך.
און מיט דעם האט זיך זייער שטארק געטוישט די דרך החסידות, אמאל האט מען געזוכט א רבי מער פאר די סיבה פאר א רוחניות'דיגע דאקטער, און דערפאר איז רבי'סטעווע אריבער געגאנגען צו א תלמיד וואס האט דאס מערסטע געטויגט צו דעם, משא"כ היינט איז געווארן עפעס אן אנדערע מושג אין חסידות, עס איז נישט קיין כלל ביי אלע, אבער ביי אסאך חסידות איז דער עיקר צו קוקן אויף דעם רבי'נס הייליגע צורה, כאפן שיריים, נעמען א ברכה וכדו', און איך רעד אפילו ווען דער רבי איז באמת א צדיק, און עס איז טאקע ווערט צו נעמען א ברכה פון אים, אבער דאס מיינט א "צדיק", און נישט קיין "רבי", א רבי דארף געבן הדרכה פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.
(רבי נחמן זאגט גראדע אויך אז אפילו א פאלשע רבי איז אויך א גוטע זאך, ווייל ווי נישט ווי האלטן זיי דעם עולם אין די ראמען, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע לכתחילה'דיגער וועג)
הערה צו ברסלבער
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:10 pm
דורך berlbalaguleh
דער בראך הייבט זיך אן ווען מ'נעמט א בשר ודם און מ'פארגעטערט איהם. אפילו זיין טאטע איז געווען אן עובד ה' און אן איש אמת. כל שכן ווען ער שטאמט נאך מגזע היחוס. און האט געהאט גרויסע זיידעס. אבער ווען מ'הייבט אן רודפ'ן יחידים אין נאמען פון רעבי'ן און אין נאמען פון חסידות, און דער רבי איז מקיים דעם "מדשתקו רבנן... דאס פירט צו א חורבן און יאוש אין די אייגענע רייען. דאס בויעט התנגדות. וביום פקודה רעכנט מען זיך אפ.