בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:37 am
דורך שמעקעדיג
ווארשיינליך אויף פרידישע שפראך רופט מען רבה "רב יוסף"
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:50 am
דורך טשולענט
איך האב א פשוט'ע עצה פאר דעם יונגערמאן, ער זאל זיך אנגעבן אלס א פען פון איינע פון די גרויסע בעיס-באל טיעמס, זיי טראגן דאך אויך שווארצע זאקן מיט געבינדענע הויזן ביים שפיל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:17 pm
דורך שמעקעדיג
דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת איז בענזשאמין געגאנגען שלאפן גאר פרי כדי צו זיין אויסגערוהט צום פראטעסט, און מיר זענען געבליבן מיט די צונג אינדרויסן ווארטענדיג אויף זיין חמין במוצאי שבת, כנהוג מדי שבוע בשבוע.
וועלן מיר מוזן איבערגיין דעם לעצטן אשכול, כדי שלא יפוג טעמו וריחו, און כ'וועל צולייגן א ווערטל וואס כ'האב אמאל געזאגט פאר א בא'גדול'טן בנש"ק'ל מיט שווארצע זאקעלעך, ער האט עפעס געמיינט אז ער האט אפגעקויפט דעם באשעפער דערמיט און ג-ט איז שטאלץ מיט אים ווייל ער גייט שווארצע זאקן.
האב איך אים געגעבן א זאג, אויף אזעלכע ווי דיר זאגט דוד המלך "לא בשוקי האיש ירצה", ע"כ.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:44 pm
דורך משה געציל
ס'איז גארנישט, בענדזשימאן האט צוויי וואכן צוריק נאכן שרייבן די ארטיקל מחליט געווען אז עס קומט א שווארצע זאקן פרילינג וואו די שווארצע זאקן גייערס וועלן רעוואלטירן מיט לאנגע הויזענעס און קורצע גאטשעס... עס גייט נישט אזוי אויף איין פיס... סארי צוויי פאר זאקן...
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:13 pm
דורך איך אויך
משה געציל האט געשריבן:ס'איז גארנישט, בענדזשימאן האט צוויי וואכן צוריק נאכן שרייבן די ארטיקל מחליט געווען אז עס קומט א שווארצע זאקן פרילינג וואו די שווארצע זאגן גייערס וועלן רעוואלטירן מיט לאנגע הויזענעס און קורצע גאטשעס... עס גייט נישט אזוי אויף איין פיס... סארי צוויי פאר זאקן...
ניבא ולא ידע
מה ניבא.
וואס טוט מען מיט די שווארצע זאקן?
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:54 pm
דורך יין שרף
אויפן נאמען פונעם אשכול וואלט איך גענפערט על מושכל ראשון
"וואש עס אויס..."אבער נאכן זיך באקענען מיט אפאר בנש"ק'ס וואס גייען מיט די גרביים שחורים האב איך געזעהן אז דאס איז א שטיקל (מיט א נו"ן נאכן יו"ד) פראבלעם...
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:03 pm
דורך יין שרף
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט ביי אז אונזער גאנצע שווארצע חסידישע טראגע -אנגעהויבן ביי די הוט און גענדיגט ביי די שיך- שטאמט גאר פון איין עלטער עלטער זיידע וואס האט נעבעך געהאט א שווערע שווערע נסיון און נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער מקיים געווען די ילבש שחורים מיט אלע הידורים, ס'בלייבט נאר שווער איין קשיא פארוואס האט ער געלאזט די העמד ווייס ?
שמעקעדיג האט געשריבן:די קשיא איז נישט נאר אויפן העמד, נאר אויך - און אפשר בעיקר - אויף די אינטערוועש.
אכשר דרא וואס געוויסע מחמירים האבן טאקע געטוישט צוליב דעם...