בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:13 pm
דורך פרישער
ניין!!
ביי אכילה איז מצוה בו יותר מבשליחו
עס העלפט נישט קיין שליחות אויפ אזונה ענינים
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:57 pm
דורך אביגדור
לכאורה לא.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:19 pm
דורך איך אויך
אויך באמערקט אבער מען דארף זיך קענען איינהאלטן.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:48 pm
דורך איחוד פעלד
נאך א היתר איז דא אויב מען רייסט ארויס א ווייסע צוזאמען מיט א שווארצע, דעמאלס איז מען נישט א מלקט ודו"ק.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:50 pm
דורך פרישער
למה אתה מגלה מה שאני מכסה
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:55 pm
דורך אביגדור
נניח.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:57 pm
דורך דעת תורה
איחוד פעלד האט געשריבן:נאך א היתר איז דא אויב מען רייסט ארויס א ווייסע צוזאמען מיט א שווארצע, דעמאלס איז מען נישט א מלקט ודו"ק.
ביי בורר העלפט עס. ביסט זיכער אז ביי דעם אויך? אידן פארלאזן זיך אויף דיינע הוראות, הן בענין מסירה והן אנדערע ענינים, דארפסטו נזהר זיין אין וואס דו שרייבסט. איך זע נישט פארוואס עס זאל זייןא חילוק. דער איסור איז דען דער לקיטה אדער דער אופן הלקיטה? דער פראבלעם איז דאך דא דער ציל, לייפות עצמו.. וואס א נ"מ צי ער נעמט מיט נאך א הארל?
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 3:52 pm
דורך מאטי
דער ציל פון נישט טראגן שבת איז ווייל שבת דארף מען רוען און נישט שלעפן שווערע זאכן ארויס פון הויז. אדער און וויליאמסבורג איז דער ציל אנצוהאלטן דער מסורה דער אויסקוק דאס בליט און שווייס וואס איז אריינגעלייגט געווארן און די ווענט דורך די פריערדיגע קדושים. איז למאי נפק״מ צו ס׳איז דא א בענדל ארום דער שטאט אדער נישט נעמט דאס עפעס אוועק פונעם ציל?
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 4:04 pm
דורך אבגד
מאטי ביסט פארפארן! דא איז מען נישט יעצט דן אויף דעם!
אויסער בבחינת אז מען רעדט שוין פון קרח...
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 4:28 pm
דורך מאטי
האסט טאקע נישט געכאפט וואס איך מיין ? אדער איך דארף לערנען מיט דיר יעצט א ב (ג ד)
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 5:02 pm
דורך דעת תורה
מאטי, האלטסט אז דאס איז דומה צו א איסור שבת וואס דער איסור איז דער אמצעי, נישט דער ציל?
לדוגמא, האלטסט אויב איינער רייסט ארויס די האר כלאחר יד, אדער פארקערט, מיט א כלי, איז ער פטור? איז דען דער גדר הלקיטה משנה? בקיצור, לפי הבנתי איז דער איסור נישט די וועג וויאזוי מען טוט עס נאר דער פאקטישער פועל יוצא משא"כ בשבת.
אטו לקיטת שערות כתיבא? לא תלבש כתיב. משא"כ בשבת דהאיסור הוא על עשיית המלאכה.
תורה
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 5:11 pm
דורך סאשי פיש
איך מיין אז מען דארף עס ריקען צו די תורה מחשבה פארום
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 5:47 pm
דורך מאטי
דעת תורה האט געשריבן:מאטי, האלטסט אז דאס איז דומה צו א איסור שבת וואס דער איסור איז דער אמצעי, נישט דער ציל?
לדוגמא, האלטסט אויב איינער רייסט ארויס די האר כלאחר יד, אדער פארקערט, מיט א כלי, איז ער פטור? איז דען דער גדר הלקיטה משנה? בקיצור, לפי הבנתי איז דער איסור נישט די וועג וויאזוי מען טוט עס נאר דער פאקטישער פועל יוצא משא"כ בשבת.
אטו לקיטת שערות כתיבא? לא תלבש כתיב. משא"כ בשבת דהאיסור הוא על עשיית המלאכה.
לכאורה זענט איר גערעכט לגבי שבת
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 11:57 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:48 pm
דורך [NAMELESS]
בדחן האט געשריבן:הערליך,
אבער ארויסרייסען איין האר אויף אמאל איז אויך א פראבלעם? איך האב אלץ געוויסט - מעגליך בטעות - אז די איסור פון לא ילבש איז נאר אויב מען רייסט ארויס צוויי האר באנאזאם, און איך מיטשע זיך טאקע ווי לאנג מען דארף ווארטען פון האר ארויסרייסען ביזען צווייטען אז עס זאל נישט הייסען ארויסגעריסן צוויי האר אויף איינמאל,
איינער ווייסט די הלכה?
די הלכה איז אז איין האר איז אויך אסור.
דיין טעות נעמט זיך פונעם הלכה פון לא תקיפו פאת ראשכם, ופאת זקנם לא יגלחו, וואס די הלכה איז אז מ'טאר נישט ארויסרייסן צוויי האר ביינאנזאם. וועגן דעם דארף מען זיין נזהר ווען מ'נוצט א קעמל פאר די האר, זאל מען נישט נוצן אזא קעמל וואס רייסט אויס צוויי האר אויפאמאל. ומכלל זה אתה שומע, אז מ'דארף נזהר זיין נישט צו האבן א צושויבערטע בארד, ווייל דאס קען גורם זיין ערנסטע חששות...
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 8:00 pm
דורך berlbalaguleh