בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:57 pm
דורך געפילטע פיש
@שרייבער? 20 יאר און ער קען נאכנישט ד' חלקי? נעבעך, וואס האט ער ציווישן די אויערן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:30 pm
דורך שרייבער
איך ווייס אז חושן משפט צו קענען לערנען גרינטליך און קענען געדויערט 10 יאר
און דא רעדט מען פון ד' חלקי, דאס מיינט אבן העזר אויך

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געפילטע פיש האט געשריבן:@שרייבער? 20 יאר און ער קען נאכנישט ד' חלקי? נעבעך, וואס האט ער ציווישן די אויערן?

מ'האט דיר אזוי געדרייט א קאפ אין די אונגארישע בלאטע ווי דו וואוינסט אז דו ווייסט נישט וואס לערנען מיינט. ער קען דרייען מיט'ן פאות און זיך לאזען פארהערען אויף ד' חלקי נאך 20 יאר, און אפילו ווערען א גרויסע מורה הוראה אין וומסב"ג "וואס קען כל התורה כולה ישר והפוך", אבער צו אן אמת'ן תלמיד חכם, וואס ווערט גערעכענט צווישען תלמידי חכמים וואס קענען טאקע, איז ער מעגליך א גארנישט. זאל ער שרייבען ספרים אזוי ווי אין בעלז-בילגעריי, און פסקענ'ן פסקים מחודשים אזוי ווי אין טעמעשוואר-קארלסבורג, און זאגען דרשות על כל נושא שבעולם אזוי ווי אין ראדני, אבער צו קענען תורה האט עס נישט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 11:53 am
דורך berlbalaguleh
דעיס געשעיט ווען א בודאפעסטער בחור פארט לערנען אויף די ליטא. ער קען אפזיצן א גאנצן ווינטער'דיגן זמן (פון אן עיבור יאר) און קוועטשן א "ר' חיים" אדער א חקירה פון ר' שמעון שקאפ. פון דעים האט כביכול דער אייבישטער זייער ווייניג. נאר ווען אן אונגערישער איד'ל וועלכער גייט אויפ'ן דרך החת"ס ותלמידיו, און לערנט מסכת נאך מסכת. און לערנט נאך טור-בית יוסף און מחבר, מג"א און ט"ז און די אנדערע נושאי כלים, און מוטשעט זיך מלבן צו זיין א הלכה. און דינט די אינטרעסן פון כלל ישראל. אט דאס פארשאפט א נחת רוח אין די שמי מרום. אפילו ער קען ניקס דרעינען. אדער קוועטשן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 10:47 am
דורך געפילטע פיש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:@שרייבער? 20 יאר און ער קען נאכנישט ד' חלקי? נעבעך, וואס האט ער ציווישן די אויערן?

מ'האט דיר אזוי געדרייט א קאפ אין די אונגארישע בלאטע ווי דו וואוינסט אז דו ווייסט נישט וואס לערנען מיינט. ער קען דרייען מיט'ן פאות און זיך לאזען פארהערען אויף ד' חלקי נאך 20 יאר, און אפילו ווערען א גרויסע מורה הוראה אין וומסב"ג "וואס קען כל התורה כולה ישר והפוך", אבער צו אן אמת'ן תלמיד חכם, וואס ווערט גערעכענט צווישען תלמידי חכמים וואס קענען טאקע, איז ער מעגליך א גארנישט. זאל ער שרייבען ספרים אזוי ווי אין בעלז-בילגעריי, און פסקענ'ן פסקים מחודשים אזוי ווי אין טעמעשוואר-קארלסבורג, און זאגען דרשות על כל נושא שבעולם אזוי ווי אין ראדני, אבער צו קענען תורה האט עס נישט.

איך ווייס נישט וועם פונקטליך דו אדרעסירסט דא, אדער וואס דו ווילסט מיט בילגעריי-טעמעשוואר, אבער תורה לא בשמים היא, ווילסט מיר זאגן אז ס'נישט דא קיין מורי הוראה אויף ד' חלקי וואס זענען אונטער די פערציג וואס קענען טאקע?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:06 am
דורך שרייבער
געפילטע פיש האט געשריבן:

איך גיי נישט אריין צו ס'איז במציאות צו נישט, אבער האסטו מער דען א מורה הוראה אונטער די 40 וואס מען קען אים פרעגן סיי וועלכע שאלה מ'וויל?
לאמיר הערן א נאמען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:24 am
דורך מעקע-ניק
הרה"ג ר זלמן לייב בן ר אברהם עמרם מייזעלס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:46 am
דורך שמעקעדיג
מעקע-ניק האט געשריבן:זלמן לייב בן ר אברהם עמרם מייזעלס

ער פארדינט נישט א ר'?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:49 am
דורך מעקע-ניק
זיכער יא אפילו הרב הגאון, כ'וועל פארעכטן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 1:05 pm
דורך chosen people
די ערשטע גרופ אינגערלייט פון כולל מכון להוראה, האבן געדענקט לכאורה אלע ד' חלקי שו''ע פאר די פערציג.