בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:46 pm
דורך טאמבל סאס
שליח האט געשריבן:ובת"ד: און היסטאריע זאגט עס נאך שטארקער.....
.....אויב שטערט אייך אזוי שטארק אז געוויסע קענען אזוי מיינען, איז די עצה מרבה צו זיין מיט פרידליכע חכמה מאמרים. אויב וויל מען זיין פון די בונייך און נישט פון די מהרסייך איז די וועג לבנות ולא להרוס, און ווען איינער הייבט אן צו טראכטן הייבט ער שוין אליינס אהן צו פארשטיין וואו איין און וואו אויס. און אויב נישט איז אויך נישט עק וועלט, ווילאנג יענער ווייסט אז אידישקייט שטייט נישט אויף דעם באגרייף איך נאכאלץ נישט וואס איז אזוי געפערליך.

פאני, איך קום יעצט פון א מאדערן ארטאדאקסישן שוהל. הער איך דעם ראביי זיך אפרעדן, אז אזויפיהל ליידער פאלן אוועק פון די אינגע דור. דער עולם, אנשטאט פארקן זייערע קארן א גאס אוועק שבת, פארקירן זיי ממש נעבן ביהמ"ד, און גאר אסאך טרעטן קוים אריין אין שוהל. (ער וויינט אז די גאר פרומע ווערן מער און מער עקסטרימער, און די מאדערנע, פאלן אוועק אין א רעפיד שנעלקייט. וואס קען מען טוהן צו בויען מאדערן ארטאדאקסיע שרייט ער. ער וויל מאכן דעם שוהל פאר א קאווע שטיבל, מ'זאל נישט קומען בלויז דאווענען, נאר פארברענגען אויך צוזאמען.)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:51 pm
דורך הערשי
טאמבל סאס האט געשריבן:סתם שלא מן הענין, איך קען מיך אבער נישט איינהאלטן, דערפאר מוז איך עס הויעך פראקלאמירן.
"הערשי, איז אייזן"
יעדע ווארט איז א נחת צו לייענען און ארויסהאבן די רזין ורמזים.
מיט זיין הומאר דראעהט ער נאך באלד איבערצושטייגן אונזער ליכט טורעם קופי ניקי.
נו ששש. ווער זענען מיר צושאצן.


יהלולך זר :lol:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:10 am
דורך איך אויך
טאמבל סאס האט געשריבן:ער וויינט אז די גאר פרומע ווערן מער און מער עקסטרימער, און די מאדערנע, פאלן אוועק אין א רעפיד שנעלקייט.

דאס איז א תהליך ידוע ומפורסם וואס גייט שוין אן לאנגע יארן.

Re: פירושים פליאים

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:00 pm
דורך טאמבל סאס
יאיר האט געשריבן:סליפקין אין זיין בוך sacred monsters רעדט וועגן א לעגענדע איבער א ענליכער פייגל וואס ווערט פארברענט און צוריק געבוירן פון די אש. מסתם איז דאס נאך א ווערסיע דערפון. איידער מען איז דן אזוי שנעל די קדמונים פאר'ן שרייבן צומאל 'מאדנע' זאכן, דארף מען קודם געדענקען זייערע הגדרות פון 'מאדנע' און זייערע הגדרות פון הוכחות פאר א הנחה. אויב פלוני האט זיך אמאל געדאכטן אז ער האט געזען א פייגל מיט אפגרענטע פליגלעך און ער האט עס אריינגעשריבן אין א בוך, ווער רעדט נאך אויב פלוני איז געווען א גרויסער נאטורליכער פילאזאף איז דאס געווארן באטראכט אלס חי וקים. און הערשי, יאיר און לעיקוואוד, און אלע שטרענגע ראציאנאליסטן וואלט עס מסתמא געגלייבט ווען זיי לעבן דעמאלט.
----
שליח האקט. אקוראט די זעלבע ווערטער, ברוך שכונתי לדעתו הגדולה!

עוף החול?
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7 ... prov=sfla1

ממרום שלח אש האט געשריבן:[tag]הערשי[/tag]האסט בארירט א נקודה וואס איך האב שוין אסאך מאל אריינגעקלערט, און געקומען צו די פשוטע מסקנה וואס [tag]שליח[/tag] האט געשריבן, די אלע פאנטאסטישע זאכן זענען געווען מקובל בפי העולם, אנגעהויבן פון א נדה מאכט א פלעק אויף א נייע שפיגל, ביז ציורים פון הונטעלעך במי רגלים בנישך מכלב שוטה און אז א איי פליט ארויף ווען מען לייגט אריין דערין טל.

דאס דערמאנט מיך אין:
https://en.wikipedia.org/wiki/Preformat ... prov=sfla1

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 9:37 am
דורך אינטערסאנטער
א אינטערסאנטע זאך, פון א באדערפליי ווערט א ראקאפילער, מורא'דיג אינטערסאנט, אין 100 יאר ארום גייט מען חוזק מאכן פון די מציאות אין קאווע שטיבל זאגנדיג אז עס איז געבויעט אויף דמיונות, און עס איז נישט דא אזא מין מציאות

Re: פירושים פליאים

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 9:59 am
דורך גראף
אינטערסאנטער האט געשריבן:א אינטערסאנטע זאך, פון א באדערפליי ווערט א ראקאפילער, מורא'דיג אינטערסאנט, אין 100 יאר ארום גייט מען חוזק מאכן פון די מציאות אין קאווע שטיבל זאגנדיג אז עס איז געבויעט אויף דמיונות, און עס איז נישט דא אזא מין מציאות

דו מיינסט פון א קעטערפיללער ווערט א באטערפליי.
א פייגל וואס ווערט געבוירען פון פייער איז מסתם קיינמאל נישט געשעהן נאטירליך און האט גארנישט מיט נשתנה העיתים סאו מען לאכט אבער נישט סתם.