בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:07 pm
דורך פיטומי מילי
venus האט געשריבן:אפשר איז עס פארקערט. די המון עם פארשטייט נישט די קליגערע מיינט ער אז ער׳ס משוגע.
געווענליך הייסט א משוגענער איינער וואס איז אנדערש פין דער המון עם ( אפי׳ ווען ער איז גערעכט)
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:21 pm
דורך venus
און דער המון עם איז ענהאלטן פין פשוטע מענשטן. די קלוגע זענען די מיעוט. איז מיינען אינז אז אלע קלוגע זענען משוגע וויל זיי זענען אנדערש פונעם רוב.
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:28 pm
דורך פיטומי מילי
venus האט געשריבן:און דער המון עם איז ענהאלטן פין פשוטע מענשטן. די קלוגע זענען די מיעוט. איז מיינען אינז אז אלע קלוגע זענען משוגע וויל זיי זענען אנדערש פונעם רוב.
וואס אימער די סיבה איז, אויב זייער אויפירונג איז אטסטענדינג פין געווענליכע מענטשען ווערט דאס אנגערופען משוגע,
חנה האט געבעטן פאר א זוהן א גבר בגוברן not outstanding
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:41 pm
דורך venus
Apples ad here's to the crazy ones
http://vimeo.com/30134889
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:37 pm
דורך יאיר
פיטומי מילי האט געשריבן:venus האט געשריבן:און דער המון עם איז ענהאלטן פין פשוטע מענשטן. די קלוגע זענען די מיעוט. איז מיינען אינז אז אלע קלוגע זענען משוגע וויל זיי זענען אנדערש פונעם רוב.
וואס אימער די סיבה איז, אויב זייער אויפירונג איז אטסטענדינג פין געווענליכע מענטשען ווערט דאס אנגערופען משוגע,
חנה האט געבעטן פאר א זוהן א גבר בגוברן not outstanding
למשל א דייטש וואס האט געראטעוועט אידן ביי די וועלט מלחמה וואלסטו אנגערופן א משוגע'נער?
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:02 pm
דורך מצטמק ויפה
יאיר האט געשריבן:פיטומי מילי האט געשריבן:venus האט געשריבן:און דער המון עם איז ענהאלטן פין פשוטע מענשטן. די קלוגע זענען די מיעוט. איז מיינען אינז אז אלע קלוגע זענען משוגע וויל זיי זענען אנדערש פונעם רוב.
וואס אימער די סיבה איז, אויב זייער אויפירונג איז אטסטענדינג פין געווענליכע מענטשען ווערט דאס אנגערופען משוגע,
חנה האט געבעטן פאר א זוהן א גבר בגוברן not outstanding
למשל א דייטש וואס האט געראטעוועט אידן ביי די וועלט מלחמה וואלסטו אנגערופן א משוגע'נער?
יאיר טייערע, זאג נאר, ווען אין ישיבה האט מען אפגעמאכט אז היינט גייט מען נישט אריין צום שיער, ווייל מען דארף דעם מגיד שיער לערנען טאנצען, משום איזהו סיבה, און דער תם האט אלס געדארפט שטערן און אריינגיין צום שיער, האסטו נישט געטראכט אז ער איז פאני?! אוי שוין איין מאל פאני...!! איי וואס הייסט? ער איז דאך א פיינע בחור, און ווייל ער טאנצט נישט צוזאמען מיט
יעדען איז ער פאני? תיקו!
אזוי אויך ביי די דייטשען האסט טאקע גענומען א משל וואס איז עמוישעניל, און האסט דיך פארגעשטעלט אז קיינער וועט זיך נישט דערוואגען צו זאגן אז יא דער דייטש וואס האט געראטעוועט אידען איז פאני, אבער די תירוץ איז; אוודאי יא, ער איז טאקע א גרויסע בעל רחמים און גערעכט איז ער, און גוט פאר איהם, אבער נאך אלס משוגע, ווייל משוגע מעסט זיך אין רוב עולם, צו די ביסט יא גערעכט אדער נישט, ווי אזוי זאגט מען? גערעכט ביסטו אבער משוגע בלייבסטו.
נאר אוודאי דארף מען שטענדיג טוען וואס עס איז ריכטיג, און נישט קוקען וואס אנדערע וועלן זאגן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:09 pm
דורך יאיר
לויט דיין גדר זענען אלע רעליגיעזע אידן משוגע, וויבאלד רוב אידן זענען נישט רעליגיעז. בכלל זענען אלע אידן משוגע, וויבאלד רוב וועלט זענען נישט קיין אידן. בקיצור, משוגע איז פשוט נאך א ווארט פאר "מינאריטעט".
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:35 pm
דורך berlbalaguleh